פּערזענלעכקײטן

וווּדי אַלען
וווּדי אַלען
שוין 40 יאָר, טאָג־אײַן, טאָג־אויס, וואָס וווּדי אַלען, 76 יאָר אַלט, לאָזט אַרויס זײַנע פֿילמען. ער שרײַבט די סקריפּטן, רעזשיסירט, שפּילט אַליין אין אַ סך פֿון זיי, און, חוץ דעם אַלעמען, איז ער פּשוט זייער אַ קאָמישער פּאַרשוין. מיט איין וואָרט, ער האָט שוין לאַנג געהאַט פֿאַרדינט, מע זאָל וועגן אים אַליין מאַכן אַ פֿילם אין דער בכּבֿודיקער סעריע "אַן אַמעריקאַנער מײַסטער" אויף דער PBS־טעלעוויזיע (מלוכיש־געזעלשאַפֿטלעכע טעלעוויזיע). די איינציקע פּראָבלעם איז שטענדיק געווען, אַז אַלען אַליין האָט ביז איצט נישט געגעבן זיין הסכּמה צו אַזאַ מין פּראָיעקט. צום גליק, האָט זיך דעם פֿילם-רעזשיסאָר ראָבערט ב. ווײַדע נאָך יאָרן לאַנג אײַנגעגעבן צו איבערצײַגן אַלען און הײַנט האָבן מיר אַ זעלטענע געלעגנהייט אַריינבליקן אינעם לעבן און שאַפֿן פֿון אַן אמתן קונסט־מײַסטער.
דער פֿילם באַווײַזט, אַ חוץ אַן אָנגייענדיקן אינטערוויו מיט וווּדי אַלען, אַ סך אינטערוויוען מיט אַקטיאָרן פֿון זײַנע פֿילמען, פֿילם-קריטיקער, מיט מיטאַרבעטער און קרובֿים. אַלע דערציילן מכּוח זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט אים אָדער אַנאַליזירן זײַנע ווערק; אָבער דער פֿילם איז נישט געמאַכט אין קיין אַמעריקאַנער "קליפּ"־סטיל, וואָס וואָלט אַפֿילו אַזאַ אינטערעסאַנטע טעמע געקענט פֿאַרוואַנדלען אין אַ פֿלאַכע מאַכערײַקע. ער דויערט איבער דרײַ שעה, אַ פֿאַקט וואָס לאָזט דעם רעזשיסאָר זיך פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע. ס׳איז קלאָר פֿונעם דאָקומענטאַר, אַז אַלען, ניט געקוקט אויף אַלע זײַנע דערגרייכונגען, איז געבליבן זייער באַשיידן; אַ נאַיִווער פּאַרשוין, וואָס פֿאַרשטייט נאָך אַלץ נישט די גאַנצע מהומה אַרום זיך. ער האַלט זיך אַליין נישט מער ווי אַן "אָקיי" פֿילם-מאַכער, וואָס האָט, צום גליק, פֿאַרווירקלעכט אַלע זײַנע חלומות: צו ווערן אַ קאָמעדיאַנט, צו מאַכן פֿילמען און צו שפּילן מוזיק (ווי באַוווּסט, שפּילט אַלען אויף קלאַרינעט).
אַלענס ייִדישער אָפּשטאַם ווערט נישט קיין גרויסער ענין אינעם פֿילם, אָבער עס קומט נאַטירלעך אַרויס בעת מע באַשעפֿטיקט זיך מיט זײַן געשטאַלט. זײַנע פֿילמען זענען דאָך פֿול מיט אָנדײַטן אויף ייִדישע זאַכן, און אַ סך קריטיקער דעפֿינירן זײַן הומאָר, ווי ניו-יאָרקיש ייִדישלעכער.
ער איז אויפֿגעוואַקסן אין ברוקלין אין די 1930ער יאָרן און אינעם דאָקומענטאַר באַזוכט ער זײַן אַלטע געגנט. ער ווײַזט זײַן אַלטע היים; דעם הויף וווּ ער האָט געשפּילט מיט די חבֿרים אין "מלחמה", ווען זיי האָבן אויסגעטראַכט פּלענער, ווי אַזוי אומצוברענגען דעם ימח-שׁמוניק היטלער; דעם אַלטן בנין פֿונעם קינאָ-זאַל; און אויך זײַן שול, וועלכע ער האָט שטאַרק פֿײַנט געהאַט; די לערער האָבן אים פֿײַנט געהאַט און דערצו נאָך, געווען זייער אַנטיסעמיטיש געשטימט. ער איז, אַפּנים, געווען אַ שרעקלעכער תּלמיד. אָבער זייער פֿרי האָט ער אָנגעהויבן שיקן וויצן אין אַלערליי צײַטונגען, וואָס מע האָט גלײַך אָפּגעדרוקט. זײַענדיק בלויז 16—17 יאָר אַלט, האָט ער שוין פֿאַרדינט מער ווי זײַנע טאַטע-מאַמע.
חוץ אַ סך ייִדישלעכע פֿאַררופֿן, געפֿינט מען אין זײַנע פֿילמען אַ מין סעקסועלן הומאָר און נישט זעלטן מישט ער צוזאַמען אָט די צוויי אַספּעקטן. למשל, אין זיין פֿילם "באַנאַנען" פֿון 1971, לייגט זיך דער "אַלען"־העלד מיט אַ שיינער פֿרוי אין בעט, און זי בעט אים, ער זאָל רעדן מיט איר אויף פֿראַנצייזיש, די כּלומרשטע שפּראַך פֿון ליבע, און ער ענטפֿערט איר: "איך קען נישט קיין פֿראַנצייזיש! אפֿשר —העברעיִש?"
דער פֿילם מאַכט יאָ אַ גרויסן ענין פֿון זײַן באַרימטער ראָמאַנטישער קאָמעדיע "אַנני האָל" (1977), וווּ ער איז, צום ערשטן מאָל, באַקאַנט געוואָרן נישט בלויז ווי אַ קאָמעדיאַנט וואָס מאַכט הומאָריסטישע פֿילמען. "אַנני האָל" איז טאַקע פֿול געפּאַקט מיט וווּנדערלעכע וויצן, אָבער ער האָט אויך אײַנגעפֿלאַנצט אין דעם אַזוי פֿיל איבערצײַגנדיקע געפֿילן, אַז די אָנערקענונג פֿון זײַן טאַלאַנט האָט זיך פֿאַרגרעסערט סײַ מצד עולם און סײַ מצד דער פֿילם-אינדוסטריע. דער דאָזיקער פֿילם האָט געוווּנען פֿיר אָסקאַר-פּריזן און אָן אַ שיִער שבֿחים. אָבער דער רעש אַרום זײַן פּערזאָן אינטערעסירט אים בכלל נישט: ער לייענט נישט די פֿילם־רעצענזיעס און ער איז אַפֿילו נישט געפֿאָרן קיין לאָס-אַנדזשעלעס (אַ שטאָט וואָס ער האַסט) צו דער אָסקאַר-צערעמאָניע. איז אינטערעסאַנט, צי ער וועט אַהין פֿאָרן הײַיאָר, ווײַל זײַן לעצטער פֿילם "האַלבע נאַכט אין פּאַריז" (Midnight in Paris, זע: עדי מהלאל, יוני 17, 2011) איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר פֿיר אָסקאַרס, דרײַ פֿון זיי צו אַלענען אַליין (פֿאַרן בעסטן פֿילם, אָריגינעלן סקריפּט און רעזשי).
דער זעלבער פֿילם, רעכנט מען, וועט שלאָגן אַ רעקאָרד וואָס שייך פּראָפֿיטן און וועט איבערשטײַגן "חנה און אירע שוועסטער" (1986) מיט אַ ברוטאָ-הכנסה פֿון איבער 125 מיליאָן דאָלאַר! דאָך, איז אַלען צופֿרידן, וואָס די דאָזיקע הצלחה וועט אים לאָזן ווײַטער מאַכן זײַנע פֿילמען, יאָר־איין, יאָר־אויס, אויף דעם איין און איינציקן אופֿן וואָס ער קען — צו זײַן אין גאַנצן אומאָפּהענגיק פֿון זײַטיקע מיינונגען, בפֿרט — וואָס שייך קאָמערציעלע ענינים.
ווען אַלען זאָגט בײַם אָנהייב פֿונעם דאָקומענטאַר: "ווען אַלע דײַנע פּלענער צו מאַכן אַ מײַסטערווערק ווערן רעדוצירט, טראַכסטו — איך וועל זיך פֿאַרקויפֿן און טאָן אַלץ, אַבי איבערצולעבן די קאַטאַסטראָפֿע". נאָך די ווערטער כאַפּט מען גלײַך, אַז עס רעדט זיך מכּוח אַ זעלטענעם הומאָריסטישן עילוי, וואָס האָט נאָך ווײַט נישט געזאָגט זײַן לעצט וואָרט.