מוזיק
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די גרופּע "דיבוקים"
די גרופּע "דיבוקים"

זעט אויס, אַז שפּילן מעטאַל־מוזיק און לערנען ייִדיש איז אַ מין ליבע וואָס ווערט אַלץ וואַרעמער און וואַרעמער. אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל ביידע וועקן זיי סענטימענטאַלע געפֿילן און ביידע ווערן גערעכנט ווי אַ שטיף-קינד אין פֿאַרגלײַך מיט "ייִחוסדיקע" זשאַנערס און שפּראַכן: למשל, מיט דער קלאַסישער מוזיק (אָדער מיטן הויפּט־שטראָמיקן "ראָקל-און-ראָל") און מיט דער העברעיִשער אָדער דײַטשישער שפּראַך. צוריק געשמועסט, מאַכט עס דאָך ניט אויס, ווײַל וויכטיקער איז דער גאָר אינטערעסאַנטער קינסטלערישער רעזולטאַט פֿון אָט דעם סינטעז.

שוועדן איז אַ לאַנד אין אַ ראַיאָן וואָס איז באַרימט פֿאַר זײַנע מעטאַל־טעטיקייטן. דער קאַנאַדער פֿילם-מאַכער סעם דאַן באַזוכט נאָרוועגיע אין זײַן באַרימטן דאָקומענטאַרישן פֿילם וועגן מעטאַל-מוזיק ("מעטאַל: אַ קאָפּשלאָגערס רײַזע", פֿון 2005), און ווײַזט די אָרטיקע סצענע פֿון שוואַרץ-מעטאַל. לויטן פֿילם און בפֿרט לויט אַ קורצן המשך-פֿילם זײַנעם, וואָס באַהאַנדלט די זעלבע טעמע, ווײַזט ער, אַז אַחוץ דעם שוואַרץ-מעטאַל מיט זײַנע טיפּיש טײַוולאָנישע מאָטיוון, איז פֿאַראַן גאָר אַ בליִענדיקע סצענע דאָרטן פֿון אַן אַנדער סאָרט שווערן מעטאַל. דער מין שווער-מעטאַל באַשעפֿטיקט זיך דווקא מיט דער אַלטער סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע, און ער איז מער פֿאָלקיסטיש געשטימט און מעלאָדיש. די גרופּע "דיבוקים" פֿון שוועדן, וואָס זינגט אויף ייִדיש, געהערט מער צו דעם צווייטן סטיל. די מיטאָלאָגיע איז אין דעם פֿאַל די ייִדישע שפּראַך און דאָס מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע לעבן. סע שאַדט פֿאַרשטייט זיך אויכעט נישט, אַז מע האַלט ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין שוועדן שוין זינט אַפּריל 2000 (זע: שׂרה-רחל שעכטער, סעפּטעמבער 2, 2011).

אויף זייער וועבזײַטל איז געשריבן וועגן זייער געשיכטע, אַז "דיבוקים איז געבוירן געוואָרן אין 2009, ווען אידאַ און ניקלאַס אָלניאַנסקי האָבן באַשלאָסן צו גרינדן אַ ייִדישע מעטאַל-גרופּע. מאַגנוס וואָלפֿאַרט, אַן אַלטער חבֿר זייערער, איז באַלד רעקרוטירט געוואָרן און די אַרבעט מיט אַ דיסק האָט זיך אָנגעהויבן. סוף 2010 האָט די גרופּע פֿאַרבעטן דעם פּויקער, יעקבֿ בעלכער, און געוואָרן אַ פֿולע גרופּע צו רעקאָרדירן דאָס קאָמפּאַקטל. בסך־הכּל 12 לידער זײַנען רעקאָרדירט געוואָרן פֿאַרן דיסק 'אַז אַ פֿויגל און אַ גולם טאַנצן’....". דאָס קאָמפּאַקטל האָט מען אַרויסגעלאָזט דעם 25טן אַפּריל 2011.

דער סי-די "אַז אַ פֿויגל און אַ גולם טאַנצן"
דער סי-די "אַז אַ פֿויגל און אַ גולם טאַנצן"

ווען מען הערט זיך צו צו די עלעקטרישע גיטאַרן פֿון "דיבוקים", באַמערקט מען גלײַך, אַז זייער סטיל פֿון שפּילן איז מער קלאַסיש; פּראָבירט נאָכצומאַכן די קלאַסישע מוזיק, און ווייניקער פּויקנדיק, ווי ס׳איז טיפּיש פֿאַר דעם אינדוסטריעלן מעטאַל, למשל. אין פֿאַרגלייך מיט דער ייִדיש־זינגענדיקער אינדוסטריעלער מעטאַל-גרופּע "געוואָלט" (Gevolt), וואָס איר קאָמפּאַקטל איז אויך אַרויס גאָר לעצטנס, קען פֿאַררעכנט ווערן "דיבוקימס" סטיל ווי פֿאָלק-מעטאַל. "דיבוקימס" סטיל פֿון זינגען איז ווייך און בכלל נישט אַגרעסיוו, ווי בײַ דער חבֿרה פֿון ישׂראל. ווען מע פֿאַרגלײַכט די ווערסיעס וואָס ביידע גרופּעס האָבן געמאַכט פֿאַר "אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה", באַקומט מען דעם אײַנדרוק, אַז דער זשאַנער פֿון "דערציילן אַ מעשׂה", וואָס שטאַמט, לכתּחילה, פֿון אַ פֿאָלקסטימלעכער טראַדיציע, פּאַסט מער דעם "דיבוקים"־סטיל און ווייניקער צו "געוואָלטס" אַגרעסיווקייט.

דאָס ערשטע ליד פֿונעם קאָמפּאַקטל (מע האָט עס נאָך רעקאָרדירט אין פֿעברואַר 2010), "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים", איז אַ פּרעכטיקער אוצר פֿון אַלע אַספּעקטן. דאָס זינגען, סײַ פֿון אידאַ אָלניאַנסקי סײַ פֿון דער מענערישער שטים (און דעם הינטערגרונט-כאָר) איז אַראַנזשירט גאָר האַרמאָניש און פּערפֿעקט; די גיטאַרע שפּילט אין פֿולער האַרמאָניע מיט די ווערטער; און אַלץ צוזאַמען רופֿט אַרויס שטאַרקע עמאָציעס, ווי עס פּאַסט פֿאַר מאַנגערס באַרימטער באַלאַדע. צוהערנדיק זיך צו זייער ווערסיע, זעט מען פֿאַר די אויגן דעם עלנט־געבליבענעם בוים און די פֿייגל, וואָס שמועסן צווישן זיך דורך דער גיטאַרעס עלעקטרישע קלאַנגען. נאָר דאָס ליד אַליין איז ווערט דאָס גאַנצע קאָמפּאַקטל.

זייער ווערסיע פֿון "ייִדל מיטן פֿידל" (נאָך אַ מאָל אַ מאַנגערס) טראָגט דעם פּאָטענציאַל צו זײַן דער שלאַגער אויף אַלע הײַנט־צײַטיקע "היפּ"־ייִדישע שׂימחות און דאָס זעלבע קען מען זאָגן לגבי זייער ווערסיע פֿונעם באַרימטן ליד "פּאַפּיראָסן". ביידע קען מען טאַנצן מיט דער גאַנצער משפּחה, און די באָבע-זיידע וועלן אויך אָפּשאַצן די פֿריילעכע שווער דרימבלענדיקע גיטאַרן. זייער ווערסיע פֿון "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען" איז אַ פֿײַנע, הגם ס׳איז פֿאַרשטענדלעך, אַז די ביסל איבערגעטריבענע זיסקייט איז כּמעט אומפֿאַרמײַדלעך בײַם זינגען אַזאַ מין ליד.

די גרופּע רופֿט זיך "אמתדיקער ייִדיש־מעטאַל" (אפֿשר אַנטקעגן "געוואָלטס" זעלבסט-דעפֿינירונג ווי "די פּיאָנערן פֿון ייִדיש-מעטאַל"?), און זיי באַרעכטיקן דאָס דורך האָבן אויך צוויי אָריגינעלע לידער. דאָס איז אַ סימן, אַז די נײַע אַנטוויקלטע סצענע פֿון ייִדיש-מעטאַל מיינט אַ סך מער, ווי סתּם אַ צײַטווײַליקער קוריאָז. גיי ווייס, ס׳איז מעגלעך, אַז באַלד וועט מען אַנשטאָט "קלעזקאַנאַדע" און "קלעזקעמפּ" פּראַווען די פֿעסטיוואַלן "פֿון מעטאַלקאַנאַדע" און "מעטאַלקעמפּ".