( אַ ספּעציעלער אינטערוויו מיט עליק אלחנן, פֿון דער שיף "עסטעל" קיין עזה )
עליק אלחנן אויף דער שיף "עסטעל" (Estelle) |
איין מאָל אַ טאָג דורך אַ סאַטעליט האָבן די פּאַסאַזשירן פֿון דער שיף "עסטעל" (Estelle), וואָס געפֿינט זיך די טעג ערגעץ וווּ אינעם מיטללענדישן ים אויפֿן וועג קיין עזה, אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ. אַזוי, דורכן דורכשרײַבן זיך, איז געפֿירט געוואָרן מײַן געשפּרעך מיט עליק אלחנן. עליק איז אַ שלום-אַקטיוויסט אין ישׂראל, און דערצו קען ער ייִדיש פֿון זײַנע ייִדיש־לימודים. האָבן מיר אויסגעניצט די דאָזיקע געלעגנהייט און געמאַכט דעם ספּעציעלן אינטערוויו.
וואָס איז דער ציל פֿון אײַער מיסיע?
מיר פֿירן מיט זיך הומאַניטאַרע פּראָדוקטן וואָס פֿעלן אויס אין עזה, אָבער אונדזער ממשותדיקער ציל איז אויסצודריקן סאָלידאַריטעט מיט דעם פּאַלעסטינער פֿאָלק און צו פּראָטעסטירן קעגן דער אומגערעכטער באַלאַגערונג פֿון עזה — 1.5 מיליאָן מענער, ווײַבער און קינדער — שוין זעקס יאָר.
וויפֿל מענטשן געפֿינען זיך אויף דער שיף? פֿון וואַנען קומען זיי?
מיר זײַנען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע כאַליאַסטרע פֿון צווישן 10 און 100 מענטשן (פֿון סקאַנדינאַוויע, שפּאַניע, ישׂראל, קאַנאַדע, איטאַליע, גריכנלאַנד, פֿינלאַנד און נאָך אַזעלכע לענדער). אויסער די אַקטיוויסטן, די זשורנאַליסטן און די פּאַרלאַמענט-מיטגלידער, האָבן מיר נאָך די מאַטראָסן. זיי זענען די אמתע למד-וואָווניקעס! פּראָפֿעסיאָנעלע מאַטראָסן וואָס טוען זייער אַרבעט פֿרײַוויליק, אויס ליבע און פֿאַר שלום; דערצו נאָך אונטער אַ געפֿאַר. פֿאַר מיר איז עס אַ כּבֿוד צו זײַן צוזאַמען מיט זיי.
צי האָט איר מורא פֿון אַ "מאַווי מאַרמאַראַ" נומער צוויי?
אַוודאי. אָבער מיר גלייבן אין אונדזער ציל און אין אונדזער וועג, וואָס איז אומגעוואַלדיק. מיר ווילן זיך נישט קריגן מיט די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן. מיר האָפֿן, אַז זיי וועלן זיך אויפֿפֿירן בכּבֿודיק און על-פּי דעם אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ.
ווי אַזוי האָסטו זיך אָנגעהויבן אינטערעסירן מיט די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער?
איך האָב זיך תּמיד אינטערעסירט מיטן ענין שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. אָבער נאָך דעם טויט פֿון מײַן שוועסטער, וואָס איז דערהרגעט געוואָרן אין אַ פּאַלעסטינער אַטענטאַט, איז עס פֿאַר מיר געוואָרן די וויכטיקסטע מיסיע. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דער איינציקער אופֿן צו ענדיקן דעם בלוטיקן קאָנפֿליקט איז — דורך אַ שלום צווישן ביידע פֿעלקער; און אַ שלום וואָס קומט נישט מיט רעכט און גלײַכהייט פֿאַר אַלע, נאָר ער טראָגט מיט זיך די דערהרגעטע קינדער פֿון אַלע זײַטן. איך אַרבעט נישט פֿאַר די פּאַלעסטינער, דאָס איז נישט קיין צדקה. איך גלייב, אַז אונדזער צוקונפֿט איז פֿאַרבונדן מיט די פּאַלעסטינער און אַז אָן אַ שלום וועט ישׂראל פֿאַרלוירן גיין.
וואָס פֿאַר מאַטעריעלע זאַכן האָט איר מיט זיך פֿאַר די מענטשן אין עזה?
מיר פֿירן 41 טאָן צעמענט, 600 פֿוסבאַלן, מעדיקאַמענטן, מוזיקאַלישע אינסטרומענטן און קינדער-ביכער, און אַ סך סאָלידאַריטעט.
וואָס איז דער אָנזאָג, וועלכן איר טראָגט מיט זיך?
מיר טראָגן מיט זיך דעם אָנזאָג פֿון סאָלידאַריטעט צווישן אַלע פֿעלקער. מיר זענען געווען אין סקאַנדינאַוויע, שפּאַניע, פֿראַנקרײַך, איטאַליע און טויזנטער מענטשן האָבן אונדז אָפּגעגעבן אַ האַרציקן קבלת-פּנים און געזאָגט — פֿאָרט געזונט! מיר טראָגן די ידיעה צום פֿאָלק אין עזה, אַז זיי זענען נישט אַליין. מיר טראָגן די זעלבע ידיעה צו די ישׂראלים וואָס גלייבן נאָך אין שלום, און אַן אָנזאָג צו דער ישׂראלדיקער רעגירונג: אַז די וועלט זעט און זי וועט נישט שווײַגן.
צי איז דער שלום צווישן די ישׂראלים און פּאַלעסטינער נאָך מעגלעך?
מיר גלייבן, אַז דער ענטפֿער איז "יאָ", אָבער דאָס וואָס ישׂראל טוט אין עזה, איז אַ קאָלעקטיווע שטראָף און דאָס איז קעגן דעם אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ. כּל-זמן ישׂראל פֿירט זיך אַזוי אויף, קאָן מען נישט רעדן וועגן שלום און איך גלייב, אַז דאָס איז דער אמתער ציל פֿון דער באַלאַגערונג אין די אויגן פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג.
וואָס איז דער מצבֿ פֿון דער באָפֿעלקערונג? איר האַלט, אַז זיי לײַדן שווער? וואָס איז דאָס אַחריות פֿון ישׂראל צו דעם? וואָס לייגסטו פֿאָר זאָל מען טאָן קעגן "כאַמאַס"?
דער מצבֿ איז זייער אַ שווערער. די באַפֿעלקערונג איז נישט הונגעריק, אָבער זייער נאָענט דערצו. דער ישׂראלדיקער קאָנטראָל איבער די גרענעצן פֿון עזה לאָזט נישט די אײַנוווינער זיך אַרויסקריגן פֿון זייער אָרעמקייט. אויף דעם אופֿן פֿאַלט דאָס אַחריות פֿאַרן שווערן מצבֿ אויף ישׂראל. איך טראַכט, אַז די בעסטע רפֿואה איז — שלום; שלום איז די האָפֿענונג פֿאַר דער צוקונפֿט. ווען די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער וועלן האָבן די האָפֿענונג, וועלן אַלע — פֿון ביידע צדדים — וואָס שטעלן זיך אַנטקעגן דעם שלום, פֿאַרלירן זייער מאַכט און זייער השפּעה.
צי האָבן דיר די ייִדיש-לימודים געהאָלפֿן אַנטוויקלען אַ מיטגעפֿיל פֿאַר ‘דעם אַנדערן׳? וואָס פֿאַר אַ ראָלע שפּילט די ייִדישע שפּראַך אין דײַן לעבן?
די ייִדיש-לימודים האָבן בײַ מיר אַנטוויקלט מײַן חובֿ נישט צו פֿאַרגעסן מצרים, נישט צו פֿאַרגעסן דעם גר, דעם יתום און די אַלמנה. ייִדיש שפּילט זייער אַ וויכטיקע ראָלע אין מײַן לעבן, ווייל דאָרטן לעבט נאָך די ייִדישע טראַדיציע וואָס מיר האָבן אין ישׂראל פֿאַרגעסן, די טראַדיציע פֿון קעמפֿן לטובֿת די רעכט און גלײַכהייט פֿאַר אַלע.
צי מיינסטו, אַז די ישׂראל־ייִדן און די ייִדן בכלל האָבן אַ וויכטיקע ראָלע ווען עס רעדט זיך אין פֿאַרזיכערן די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער?
איך מײַן, אַז ייִדן שפּילן דאָ אפֿשר די וויכטיקסטע ראָלע. דאָס איז אונדזער מיסיע צו באַווײַזן, אַז מיר זענען נישט אַלע שׂונאים; אַז נישט אַלע שטיצן ביבי נתניהון און זײַן קאַפּיטאַליסטישע רעגירונג; אַז מיר זענען נישט אַלע ראַסיסטן. דער רעכטער לאַגער וויל פֿאַראייביקן דעם קאָנפֿליקט צווישן ייִדן און מוסולמענער, צווישן מערבֿ און מיזרח, און מאַכן דערפֿון אַ הייליקן קריג. דאָס איז נישט אמת און עס גייט אונדז אין לעבן צו ווײַזן די אמתע פּאָליטישע זײַט פֿון דעם קאָנפֿליקט.
לויט די לעצטע ידיעות, האָט דער שיף "עסטעל" זיך נישט אײַנגעגעבן דעם 20סטן אָקטאָבער צו ברעכן די עזה־בלאָקאַדע. באַוואַכט פֿון מיליטערישע שיפֿן, איז "עסטעל", צוזאַמען מיט די פּאַסאַזשירן, אָפּגעשיקט געוואָרן קיין אשדוד. ווי עס האָט דערקלערט די פּרעסע־דינסט בײַם צה"ל, איז אויף דער שיף קיין שום "הומאַניטאַרע לאַסט" נישט געווען.
"פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע