- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם גאַנצן קאָסמאָס, וואָס האָט זיך פֿאַר אונדז, ווייניקסטנס, קאָנצענטרירט אַרום דעם "פּלאַנעט אוישוויץ". די פֿאָרמעלע געשיכטע ווערט געבויט אויף פֿאָרמעלע דאַטעס ווי זײַלן פֿון אַ פֿונדאַמענט, אויף וועלכן עס ווערט געבויט אַ בנין. עס איז אָבער אַ באַוווּסטע זאַך, אַז היסטאָרישע געשעענישן זענען, געוויינטלעך, אַ רעזולטאַט פֿון אָנגייענדיקע פּאָליטישע פּראָצעסן, פֿון אַנטוויקלונגען, וואָס פֿאַרוואַנדלען דעם געגעבענעם מאָמענט אין אַ מאָמענטום, און דינען ווי אַ סיבה פֿאַר אַ נײַער היסטאָרישער אַנטוויקלונג, ווי אַ נײַער רינג אין דער קייט וואָס רופֿט זיך געשיכטע. עס איז זייער קלאָר, אַז ישׂראלס הויפּט־דאגה איז איראַן: ביז נישט לאַנג צוריק איז עס פֿאַרבונדן מיט די אַנטוויקלונגען אויף דעם איראַנישן נוקלעאַרן געביט. לעצטנס, זענען צוגעקומען די אַנטוויקלונגען פֿון איראַנס קאָסמאָס־פּראָגראַם, ווי אַ רעזולטאַט פֿון איר פּרוּוו צו שיקן אַ סאַטעליט אינעם קאָסמאָס; אַ געביט, אין וועלכן עס זענען ביז איצט געווען נאָר 8 לענדער, ישׂראל צווישן זיי. עס מאַכט זיך צו מאָל אַזוי: אַ ייִשובֿ, וועגן וועלכן כּמעט קיינער האָט ניט געהערט, פֿאַרנעמט פּלוצעם אַן אָרט אין דער געשיכטע. אַזאַ זאַך איז לעצטנס געשען מיט דער רוסישער שטאָט פּיקאַליאָוואָ אין דער לענינגראַדער געגנט. (דאָס איז איינער פֿון די מאָדנע דערשײַנונגען אין דער איצטיקער רוסישער געאָגראַפֿיע: די שטאָט לענינגראַד רופֿט מען הײַנט — ווי אַ מאָל — פּעטערבורג, אָבער די געגנט אַרום דער שטאָט טראָגט נאָך אַלץ לענינס נאָמען.) ס׳רובֿ פֿון די בערך 22 טויזנט תּושבֿים פֿון פּיקאַליאָוואָ ציִען זייער חיונה פֿון דרײַ פֿאַבריקן, וואָס אַרבעטן אויס צעמענט און אַנדערע בוי-מאַטעריאַלן. האָבן די דאָזיקע פֿאַבריקן זיך אָפּגעשטעלט. מיט דרײַ חדשים צוריק האָט דער רוסישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו געשאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע מיט אַן אומגעלומפּערטן נאָמען: "ניט דערלאָזן די פּרוּוון פֿון היסטאָרישע פֿאַלסיפֿיקאַציעס צו ברענגען שאָדן די אינטערעסן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע". די קריטיקער פֿון דעם איצטיקן רעזשים האָבן זיך גלײַך געכאַפּט, אַז דער ציל פֿון דער קאָמיסיע איז ניט אָפּצוהיטן די געשיכטע פֿון כּל־מיני פֿאַלסיפֿיקאַציעס, מיר זײַנען שוין געוווינט, אַז אין די שלאַבערדיקע הייסע זומער־חדשים, ווען די פּאָליטיק (אויב עס ברעכט נישט אויס קיין מלחמה) געפֿינט זיך לרובֿ אויף "וואַקעישן" — באַלעוועט געוויינטלעך די געזעלשאַפֿטלעכע הפֿקרות. זי איז אָבער זעלטן ווען געווען אַזוי אינטענסיוו און האָט זעלטן ווען דערגרייכט אַזאַ "הויכע" מדרגה, ווי אין די איצטיקע טעג, אין וועלכע עס ווילדעוועט דער ברוטאַלער כוליגאַניזם אינעם ייִדישן לאַנד. און דאָס געשעט איצט, ווען די רעגירונג פֿון ישׂראל פֿאַרלאַנגט פֿון די פּאַלעסטינער און פֿון די אָראַבישע שכנים זיי זאָלן אָנערקענען דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון מדינת־ישׂראל, ווי אַן אולטימאַטיוון באַדינג צום באַנײַען מיט זיי די פּאָליטישע געשפּרעכן. יאָ, גאָט האָט טאַקע באַשאַפֿן דעם מענטש אין זײַן געשטאַלט, אָבער אין אָן אַ שיעור וואַריאַנטן, אין אָן אַ שיעור קאַטעגאָריעס איינע אַנדערש פֿון דער אַנדערער. און זינט די שלאַנג האָט זיך באַוויזן און האָט אָנגעשטעקט דעם צניעותדיקן זיווג מיטן ביטערן סם פֿון זיסן גלוסט און לײַדנשאַפֿט, האָבן אדם און חוה זיך געזיווּגט זינט זיי זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן אויף זייער אייביקן גלות. זייערע קינדער און קינדס־קינדער האָבן זיך געמערט און געכּפֿלט — און דער מין מענטש איז געוואָרן אַ מענטשהייט. דער איטאַליענישער פּרעמיער-מיניסטער סילוויאָ בערלוסקאָני האָט פֿעסט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿונעם הויפּט-קלאַון אין דער הײַנטיקער אייראָפּע. מע דרוקט שוין די טעקסטן פֿון זײַנע שמועסן מיט איינער פֿון די פֿרויען, וועלכע האָבן מיט אים (כּלומרשט) פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין זײַן בעט — אַ מתּנה (כּלומרשט) פֿון וולאַדימיר פּוטין. די לאָנדאָנער "טײַמס" האָט געעצהט די סאַמע מושפּעדיקע לייענער פֿון אָט די שפּאַנענדיקע טראַנסקריפּטן זיי זאָלן ניט גיין ווײַטער פֿון דעם סאַמע אָנהייב, ווען דער גאַסטגעבער (פֿאָרט אַ זײַדענע נשמה!) אַ זשורנאַליסט, ווי אויסטערליש דאָס זאָל נישט קלינגען, איז פֿון אַ סך שטאַנדפּונקטן געגליכן צו אַ דאָקטער: וואָס זײַן פּערזענלעכער וועלט־באַנעם זאָל נישט זײַן, איז ער פֿריִער פֿון אַלץ פֿאַרפֿליכטעט צום אמת. אַזוי ווי אַ דאָקטער, וואָס איז געבונדן צו זײַן אַזוי־גערופֿענער היפּאָקראַטעס־שבֿועה, וועלכע פֿאַרפֿליכטעט אים צו באַהאַנדלען אויפֿן זעלבן אופֿן יעדן קראַנקן אָדער פֿאַרוווּנדעטן, אומאָפּהענגיק פֿון זײַן פּערזענלעכן שײַכות צו אים — אַזוי איז אויך דער זשורנאַליסט פֿאַרפֿליכטעט לגבי די פֿאַקטן, אויף וועלכע ער פֿאַררופֿט זיך, און צו דעם "אָביעקטיוון אמת", אויף וועלכן ער באַזירט זײַן באַשרײַבונג. דער גורל האָט געגעבן רוסלאַנד אַ שיין ביסל מינעראַל-רעסורסן. דאָס העלפֿט גוואַלדיק דער מלוכה אָנצוהאַלטן איר שווער-זשיפּענדיקע עקאָנאָמיע אין אַ מצבֿ, ווען זייער אַ קליינער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג לעבט אַ טאָג, און די איבעריקע באַקומען אויך קרישקעס פֿון דעם פֿעטן פּיראָג, וואָס ווערט אויסגעבאַקן פֿון אַזעלכע אינגרעדיענטן ווי נאַפֿט און גאַז. איז, דאַכט זיך, גוט! עס איז אָנגענומען אין דער דעמאָקראַטישער וועלט, אַז יעדע נײַע רעגירונג געניסט פֿון אירע "ערשטע הונדערט טעג פֿון חסד" בײַ דער "מעדיאַ" — די געדרוקטע און די עלעקטראָנישע פּובליציסטיק, און בײַ דער "עפֿנטלעכער מיינונג", וועמען די פּובליציסטיק באַדינט. בײַ אונדז איז דאָס געוואָרן סײַ אַ מיטאָס און סײַ אַ ריטואַל. די ערשטע הונדערט טעג זענען די טעג פֿון דעם עפנטלעכן עקזאַמען, וועלכן די רעגירונג דאַרף אַדורכמאַכן, כּדי צו באַקומען דעם "הכשר" פֿון איר עפֿעקטיווקייט און אויסטויגעוודיקייט — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק — אין איר פֿאַרמעסט מיט די לויערנדיקע געפֿאַרן פֿון דער ווירקלעכקייט. באָריס בערעזאָווסקין האָב איך "לעבעדיקערהייט" געזען בלויז איין מאָל, מיט אַ יאָר זיבן צוריק, ווען מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד. יענע דערפֿאַרונג האָט, אין מײַנע אויגן, געוואָרפֿן אַזאַ אומחן אויף אים, אַז ביזן הײַנטיקן טאָג רופֿט ער אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. בערעזאָווסקי האָט אויף זיך אַרויפֿגעצויגן די מאַסקע פֿון אַ דיסידענט, אַ קעמפֿער פֿאַר דעמאָקראַטיע, אָבער בײַ מיר — טוט מיט מיר וואָס איר ווילט — האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז זײַן הויפּט-ציל איז נקמה. וואָס מ׳האָט באמת נישט ליב אין פֿראַנקרײַך, איז נאָכצומאַכן די אַמעריקאַנער! נעמט, למשל, דעם פּרעזידענט סאַרקאָזי. באַשליסנדיק זיך צו ווענדן צו זײַן פֿאָלק, האָט ער נישט נאָכגעמאַכט דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, דאָס הייסט, נישט אויפֿגעטראָטן אין עפּעס אַן אוניווערסיטעט מיט אַ פּאָליטישער דרשה, וואָס דאַרף ענטפֿערן אויף אַלע פֿראַגעס און יעדן געפֿעלן ווערן. דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט האָט אויסגעקליבן פֿאַר זײַן פּראָגראַם־רעדע דעם עליזעי־פּאַלאַץ גופֿא (זײַן אייגענע רעזידענץ), |