- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איינער פֿון די הויפּט-אונטערשיידן צווישן אַ דעמאָקראַטישער סיסטעם און אַ סיסטעם, וועלכע מאַכט נאָר אַן אָנשטעל פֿון זײַן אַ דעמאָקראַטישע, באַשטייט אין דעם, וואָס די ערשטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן דעם יחיד, דעם בירגער, און די צווייטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן די קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס שטייען בײַם רודער פֿון דער מלוכה. די סאָוועטישע "דעמאָקראַטיע" האָט געאַרבעט לויט דעם צווייטן פּרינציפּ, ווײַל פֿון סאַמע אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה האָט דער מענטש קיין ווערט ניט געהאַט. אויב די "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", כ’מיין, די תּושבֿים פון מדינת־ישׂראל, וואָלטן גענאָסן פֿון אַזוי פֿיל זאָרג און פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרזאָרגער אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר, ווי דאָס קומט פֿאָר איצט, אין די צוויי חדשים ערבֿ די וואַלן צו דער כּנסת — וואָלטן קיין וואַלן נישט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן יעדע אָנדערטהאַלבן, צוויי אָדער דרײַ יאָר, און עס וואָלטן נישט אויפֿגעקומען יעדעס מאָל קיין ספּעציעלע מלוכישע, יורידישע אָדער אַנדעראַרטיקע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס — צוליב די פֿעלערן און דורכפֿאַלן פֿון די מאַכט־אָרגאַנען, איך האָב אַן אַלטן פֿרײַנד, וואָס וווינט נאָך אַלץ אין אוקראַיִנע — ער קלײַבט זיך און קלײַבט זיך אַריבערפֿאָרן קיין ישׂראל, וווּ זײַן זון איז גאַנץ גוט אײַנגעאָרדנט געוואָרן. רעדן מיר צו מאָל אויפֿן טעלעפֿאָן צי שרײַבן מיר איינער דעם אַנדערן בליצבריוו. די טעג האָט ער מיר דערציילט וועגן דעם מצבֿ אין דער שטאָט: צוויי גרויסע מעטאַלורגישע פֿאַבריקן זײַנען פֿאַרמאַכט, אַ פּאָר אַנדערע אַרבעטן נאָר עטלעכע טעג אַ וואָך. "איר קענט מיך באַשטראָפֿן, איר קענט באַשטראָפֿן די פּאַרטיי, אָבער איר טאָרט נישט באַשטראָפֿן די מדינה" — האָט הײַנטיקע וואָך געזאָגט אין אַ טעלעוויזיע־אינטערוויו דער מנהיג פֿון "עבֿודה", אהוד ברק. ס'איז קלאָר, אַז געמיינט דערמיט האָט ער, ווי יעדער אײַנגעבילדעטער פּאַרטיי־מנהיג מיט אַ הויכער מיינונג וועגן זיך, אַזוי ווי ברק, אַז "נאָר ער קען" — און מיט זײַן פֿעיִקייט אָנצושטעקן און איבערצוצײַגן גרויסע מאַסן וויילערס האָט ער צום ערשטן מאָל דעראָבערט די מאַכט (אין 1999) און האָט זי נאָך אַ קורצער רעקאָרד־צײַט פֿון אַ יאָר מיט 245 טעג מיט בושה פֿאַרלוירן; ווען פּינקטלעך האָט זיך דער דאָזיקער בירגערקריג אָנגעהויבן, אין וועלכער צײַט גענוי? דאָס איז שוין אַן ענין פֿאַר די היסטאָריקער. איינער וועט אָנווײַזן אויף אַ געוויסער געשעעניש, בשעת דער צווייטער וועט זאָגן זײַנס, אַז דער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן אַ סך פֿריִער... מען קאָן זיך משער זײַן, אַז די עצם פֿראַגע "וואָס איז אַזוינס אַ בירגערקריג" און ווי אַזוי דעפֿינירט מען עס און אַלע זײַנע פּרעצעדענטן, דאָס וועט אויך ווערן אַ טייל פֿון דער אַקאַדעמישער דיסקוסיע. "חב״דיזאַציע", ווי מע רופֿט איצט צו מאָל די טעטיקייט פֿון די ליובאַוויטשער חסידים, איז געוואָרן אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר פֿון ייִדישן לעבן. דער חב״ד האָט 4,000 שליחים, וואָס זײַנען טעטיק אין זיבעציק לענדער. אַ היפּש ביסל פֿון זיי זײַנען פֿינאַנציעל אָפּהענגיק פֿון איין מענטשן — לעוו לעווײַעוו, דער רײַכסטער ישׂראלי אין יאָר 2006. אַ פֿרומער מענטש, פֿון די בוכאַרער ייִדן, פֿלעגט לעווײַעוו יאָר-אײַן יאָר-אויס געבן דעם חב״ד צו 30–50 מיליאָן דאָלאַר. אַזוי, לכל-הפּחות, שאַצט מען אָפּ זײַן בײַטראָג. לעווײַעווס געלטער זײַנען אַרײַנגעלייגט אין פֿאַרשיידענע געשעפֿטן, אָבער ער איז, דער עיקר, באַקאַנט צוליב זײַן דיאַמאַנטן-אימפּעריע, באַזירט אין אַפֿריקע און רוסלאַנד. אויב — און ווען — אַריאל שרון וועט זיך אויפֿכאַפּן פֿון זײַן קרובֿ 3־יאָריקן לעטאַרגישן שלאָף, וועט דאָס זײַן שוין דאָס צווייטע מאָל, ווי ער האָט עס געטאָן: דאָס ערשטע מאָל איז עס געווען מיט אַ פֿינף יאָר צוריק, ווען דער דאָזיקער נישט דיסציפּלינירטער אַרמיי־קאָמאַנדיר אין די מלחמות און שטראָף־אָפּעראַציעס קעגן די אַראַבער, דער גרינדער פֿון דער “קאָמאַנדאָ־איינהייט 101" און מיטאָלאָגישער “בולדאָזער פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע" אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים, האָט געמאַכט זײַן דראַמאַטישן איבערקער, האָט צעבראָכן דעם “נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס" און געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה בײַ דער זײַט פֿון מדינת־ישׂראל. די רוסישע סאָציאָלאָגן האָבן מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק געשטעלט אַזאַ פֿראַגע: אונטער וועמעס ממשלה איז רוסלאַנד אין די לעצטע הונדערט יאָר געגאַנגען לויט דעם סאַמע ריכטיקן וועג? 80 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע רוסישע תּושבֿים האָבן אָנגערופֿן וולאַדימיר פּוטינס נאָמען. אויפֿן צווייטן אָרט האָט מען אַוועקגעשטעלט לעאָניד ברעזשניעוון, אויפֿן דריטן — וולאַדימיר לענינען. אַ ביסל ווייניקער פֿון לענינען האָבן אָנגעקליבן שטימען יאָסיף סטאַלין און ניקאָלײַ דער צווייטער. באָריס יעלצין און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו האָבן פֿאַרנומען די צוויי העכסטע פּאָזיציעס צווישן די סאַמע ניט פּאָפּולערע פֿירער פֿונעם לאַנד. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרעזידענטישער וואַל-קאַמפּאַניע האָבן די צוויי הויפּט-צדדים געהאַט אַ סך אונטערשיידן. איינער פֿון זיי איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דער דעמאָקראַטישער צד איז געווען מער אינטעליגענט, אין דעם אַלטן אייראָפּעיִשן זין פֿון דעם באַגריף. עס זײַנען דאָ ניט ווייניק דערקלערונגען פֿון "אינטעליגענטישקייט", אָבער איך וועל ברענגען די דעפֿיניציע, וועלכע עס האָט בשעתּו געגעבן הלל ראָגאָף, איינער פֿון די געוועזענע "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָרן. די וואָרענונג אויף דער וואַנט די וואָרענונג באַווײַזט זיך אויף דער וואַנט אין די לעצטע יאָרן יעדן אָנהייב נאָוועמבער, ווען עס פֿאַלט אויס דער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. זי הענגט שוין אַזוי די אַלע דרײַצן יאָר, און אַפֿילו אין משך פֿון אַלע טעג פֿון דעם יאָר, נאָר מען לייגט שוין נישט אַזוי קיין אַכט, אַזוי ווי אויף יעדער זאַך, צו וועלכער מען געוווינט זיך צו. אָבער זי וועקט זיך אויף צו יעדן יאָרטאָג און מיט יעדן יאָר ווערט די וואָרענונג אַלץ שאַרפֿער און דראָענדיקער, ביז וואַנען זי הייבט אָן אַראָפּצושרײַען פֿון די ווענט. דעם 8טן דעצעמבער 1991 איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי-גערופֿענער "בעלאָוועזשער אָפּמאַך", וועלכער האָט געבראַכט צום סוף פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הגם דאָס האָט, אין תּוך אַרײַן, אויך באַטײַט דעם סוף פֿון סאָוועטישן קאָמוניזם, האָבן אַ סך געוועזענע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי אָפּגעהיט פֿאַר זיך צענטראַלע פּאָזיציעס אין נאָך-סאָוועטישע לענדער. איינער פֿון דער אַלטער גוואַרדיע פּראָפּאַגאַנדיסטן איז מיכאַיִל פּאָלטאָראַנין, דער 69־יאָריקער באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון ברעזשנעווס תּקופֿה און דער פּרעסע-מיניסטער אין יעלצינס רעגירונג. מיט העכער אַ חודש צוריק האָב איך אין קורצן איבערגעגעבן וועגן די צוגרייטונגען צו די וואַלן פֿאַר אַ נײַעם ראָש־העיר — בירגערמײַסטער פֿון עיר־הקודש ירושלים — די הויפּשטאָט פֿון אונדזער מדינה. דאַן איז עס געווען נאָך פֿאַר די ימים־נוראָים און די דאַטע פֿון די וואַלן האָט אויסגעזען צו זײַן אַ ווײַטע מעטע, ביז דעם 11טן נאָוועמבער הײַיאָר. |