- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווען עס איז אויפֿגעקומען אינעם אַלטערטימלעכן גריכנלאַנד דער געדאַנק וועגן אָלימפּישע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן צוריק מיט קרובֿ 2800 יאָר, איז זייער ציל געווען — איבערצורײַסן די מלחמות און דערנענטערן די צעקריגטע פֿעלקער. און אין יענע צײַטן זענען טאַקע די מלחמות געוואָרן איבערגעריסן ווייניקסטנס אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע, אין וועלכע עס האָט געהערשט דער “ספּאָרטיווער גײַסט" אויפֿן אָרט פֿון דעם גײַסט פֿון מלחמה. אַזוי האָט עס אויך געדאַרפֿט זײַן — און דאָס איז דאָך געווען דער ציל — ווען די אָלימפּיאַדעס זײַנען געוואָרן באַנײַט סוף 19טן יאָרהונדערט. ס'איז אַן אַלטע מעשׂה, צוגעטראַכט, אַ פּנים, דורך די מאַרקסיסטן, אַז דער פּראָסטער, אָרעמער המון רעאַגירט שאַרפֿער אויף די אַנטפּלעקונגען פֿון סאָציאַלן אומיושר. אמת, די זעלבע מאַרקסיסטן פֿלעגן שאַפֿן קרײַזלעך — גרופּקעס האָרעפּאַשניקעס בראָש מיט אַן אינטעליגענטן סאָציאַליסט, וועמעס פֿונקציע איז געווען צו דערקלערן דעם אומיושר. די דאָזיקע אינטעליגענטנע מענער און פֿרויען זײַנען אָפֿט מאָל געווען פֿון פֿאַרמעגלעכע צי אַפֿילו רײַכע משפּחות און האָבן געפֿילט דעם אומיושר מער טעאָרעטיש איידער פּראַקטיש. אין אָקספֿאָרד האָב איך אַ פֿרײַנד, וואָס איז אַ געלערנטער אין הילכות ביאָלאָגיע, אָבער יעדן שבת (זאָרגט זיך ניט — ער איז אַן אוקראַיִנער, ניט קיין ייִד) שפּילט ער אין פֿוטבאָל — ניט דעם אַמעריקאַנער נוסח, נאָר דעם "סאָקער". ס׳איז עפּעס אַ היגע ניט-פּראָפֿעסיאָנעלע קאָמאַנדע, וועלכע באַגעגנט זיך מיט ענלעכע אַמאַטאָרישע קאָמאַנדעס. אַוודאי ווילן זיי געווינען, אָבער דער הויפּט-ציל איז פֿונדעסטוועגן אַן ערך אַזאַ ווי בײַ די מענטשן, וואָס לויפֿן ערגעץ אין פּאַרק אָדער פֿאַרברענגען אַ שעה אין אַ גימנאַסטישן זאַל. גאָר ניט דעם מין ספּאָרט האָט געמיינט דזשאָרדזש אָרוועל, ווען ער האָט אין די 1940ער יאָרן געשריבן, אַז ספּאָרט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זיכערן וועג צו אומפֿרײַנדלעכקייט. "דאָס טראַגישע באַשטייט אין דעם, אַז עס האָט זיך ווידער געשאַפֿן אַ סיטואַציע, אין וועלכער אַ ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער פֿאַרשטייט וואָס ער האָט צו טאָן, אָבער ער איז נישט מסוגל זײַן ווילן צו רעאַליזירן. און נישט ווייניקער טראַגיש איז דאָס, וואָס דער וועג צום שלום איז אַלע מאָל לענגער, ווי דער וועג צו אַ מלחמה, און אהוד אָלמערט ווייסט דאָס אַוודאי זייער גוט" — האָט געזאָגט דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער שרײַבער דוד גראָסמאַן, ווי עס דערציילט דאָס נחום ברנע (באַרנעאַ) אין זײַן פֿרײַטיקדיקן קאָלום. פֿאַר די מענטשן פֿונעם עלטערן דור, בפֿרט די וואָס האָבן געלעבט אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, קניפּט זיך באַלד אָן דאָס וואָרט "בלאָקאַדע" מיטן וואָרט "לענינגראַד" — דאָס טראַגישסטע קאַפּיטל פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די שטאָט לענינגראַד, מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 3 מיליאָן מענטשן איז באַלעגערט געוואָרן פֿון די דײַטשישע מיליטערישע טיילן במשך פֿון 900 טעג. אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג, בײַ אַ האַלבן מיליאָן איז דאָרט אויסגעשטאָרבן פֿון הונגער. אַ סך פּאָליטיקער און סתּם בשׂר-ודמס, בפֿרט אין אייראָפּע, האָבן גרינגער אָפּגעעטעמט נאָך דעם אַנומלטיקן באַשלוס פֿונעם טערקישן קאָנסטיטוציע-געריכט ניט צו פֿאַרבאָטן די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג", וואָס איז זינט 2002 דער רעגירנדיקער פּאָליטישער כּוח אין לאַנד. אָבער די טערקישע געזעלשאַפֿט בלײַבט צעטיילט צווישן דעם טראַדיציאָנעל-מוסולמענישן עולם און די וועלטלעכע, אייראָפּעיִזירטע לײַט, דער עיקר שטאָטישע, וועלכע האָבן מורא, אַז די רעליגיע שפּילט אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין לאַנד, וווּ די קאָנסטיטוציע פֿאַרטיידיקט די סעקולערע ווערטן. אויפֿן 20סטן קאָנגרעס פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פֿעברואַר 1956, נאָך סטאַלינס טויט, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו — דאַן דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטיי, און פֿון 1958 ביז 1964 אויך דער פּרעמיער־מיניסטער — אין זײַן רעדע געטאַדלט די ברוטאַלע מעשׂים פֿון סטאַלינען און מיט דעם האָט זיך אָנגעהויבן דער דעסטאַליניזאַציע־פּראָצעס. ס׳איז אָנגעקומען פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן לינגוויסט און פּרעכטיקן ייִדיש־קענער צבֿי סדן, וואָס אַ מאָל, איידער ער איז געקומען פֿון יאַפּאַן קיין ישׂראל, האָבן מיר אים אַלע געקענט ווי טסוגייאַ (צוויקאַ סאַסאַקי). דער פֿאָרויסגעזעענער סדר־היום פֿון אַ קאָנפֿערענץ וועגן ישׂראלדיקער שפּראַך־פּלאַנירונג, וואָס וועט סוף זומער פֿאָרקומען אין בר־אילן־אוניווערסיטעט (אין די זעלבע טעג, ווען מען פֿײַערט אויף דער וועלט דעם 100סטן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ). "בראָניסלאַוו גערעמעק — דער העלד פֿון פּוילנס פֿרײַהייט" אַן אויסטערליש אימפּאָזאַנטער לוויה־צוג פֿון פּאַראַדנע אויטאָס האָט הײַנטיקע וואָך אַדורכגעשניטן די גאַסן פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט אויפֿן וועג פֿון דער קאַטעדראַלע פֿון הייליקן יאַן אין דער אַלטשטאָט פֿון וואַרשע ביז צו דעם קאָמונאַלן מיליטערישן צווינטער אין דער פֿאָרשטאָט פּאַוואָנזעק. דאָרט איז דער מת באַערדיקט געוואָרן מיטן העכסטן פּאַראַד פֿון אַ הויכגעשאַצטן פּוילישן מלוכה־מאַן. דעם 12טן יולי איז געוואָרן צוויי יאָר זינט ס’האָט אויסגעבראָכן די צווייטע לבֿנון־מלחמה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי דעם 25סטן יוני האָט דער “כאַמאַס" אַטאַקירט אָ פּאָזיציע פֿון דער ישׂראל־אַרמיי נעבן עזה, דערהרגעט 2 סאָלדאַטן און פֿאַרכאַפּט דעם סאָלדאַט גלעד שליט. די “כעזבאָלאַ"־מיליטאַנטן, פֿון זייער זײַט, האָבן דעם 12טן יולי אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן מיליטערישן פּאַטראָל, דערהרגעט 8 און פֿאַרכאַפּט 2 סאָלדאַטן: אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו. מיט פֿינף חדשים צוריק, דעם 17סטן פֿעברואַר, האָט קאָסאָוואָ איינזײַטיק — דאָס הייסט אָן אַ הסכּמה מצד סערביע — פּראָקלאַמירט, אַז עס האַלט זיך פֿאַר אַן אומאָפּהענגיק לאַנד. אַזאַ באַשלוס איז אונטערהאַלטן (און אַפֿילו סטימולירט) געוואָרן דורך די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, גרויס-בריטאַניע און אַ צאָל אַנדערע מדינות. עד-היום האָבן אַריבער פֿערציק לענדער אָנערקענט דעם דאָזיקן אַקט. אין דער דאָזיקער צאָל גייען אַרײַן 20 פֿון די 27 מיטגלידער פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. אויב מיר זאָלן וועלן אונטערציִען אַ סך־הכּל און אָפּשאַצן אין איין זאַץ (אָדער "אויף איין פֿוס") די ענדערונגען, וואָס מדינת־ישׂראל און די "ישׂראלים" האָבן אַדורכגעמאַכט אין די לעצטע פֿופֿציק יאָר, וואָלט עס זיך געקענט אויסדריקן אין דעם קעפּל איבער אונדזער הײַנטיקן מאמר. עס איז אָבער אויך נישט פאַראַן קיין בעסערע באַצייכענונג, וואָס זאָל זײַן אַזוי טרעפֿלעך און צוגעפּאַסט צו איר טעמע, ווי — דאָס באַקאַנטע ווערטל וועגן דעם "סוד פֿאַר גאַנץ בראָד". |