פּאָליטיק

ווען עס איז אויפֿגעקומען אינעם אַל­טער­טימלעכן גריכנלאַנד דער געדאַנק וועגן אָלימפּישע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן צוריק מיט קרובֿ 2800 יאָר, איז זייער ציל געווען — איבער­צורײַסן די מלחמות און דער­נענ­טערן די צעקריגטע פֿעלקער. און אין יענע צײַטן זענען טאַקע די מלחמות געוואָרן איבער­געריסן ווייניקסטנס אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע, אין וועלכע עס האָט געהערשט דער “ספּאָרטיווער גײַסט" אויפֿן אָרט פֿון דעם גײַסט פֿון מלחמה. אַזוי האָט עס אויך געדאַרפֿט זײַן — און דאָס איז דאָך געווען דער ציל — ווען די אָלימפּיאַדעס זײַנען גע­וואָרן באַנײַט סוף 19טן יאָרהונדערט.

דער גײַסט פֿון מלחמה איז אָבער שטאַר­קער פֿון דעם גײַסט פֿון ספּאָרט. דער גײַסט פֿון מלחמה איז באַוואָפֿנט מיט מכשירים פֿון מאָרד און פֿאַרניכטונג, און איז דערי­בער גובֿר דעם “ספּאָרטיוון גײַסט", וועלכער פּעקלט זיך אײַן פֿאַר דעם מאַרס, דעם אָפּגאָט פֿון מלחמה.

אין די יאָרן פֿון ביידע גרויסע וועלט־מלחמות זײַנען טאַקע די געפּלאַנטע אָלימ­פּיאַ­דעס נישט צושטאַנדגעקומען. דאַקעגן זײַנען די מלחמות אין אונדזער “פֿאָר­גע­שריטענער" תּקופֿה קיין איין מאָל נישט געוואָרן אָפּגע­שטעלט צוליב די אָלימ­פּיאַדעס.

אָבער דאָס מאָל איז געשען גראָד דאָס פֿאַרקערטע: אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע אין ביידזשינג איז אויסגעבראָכן די קורץ־דויערנדיקע מלחמה אין קאַווקאַז, מיט דער רוסישער מיליטערישער אינוואַזיע קעגן גרו­זיע — און די וועלט איז פֿון דאָס נײַ גע­וואָרן אַוועק­געשטעלט פֿאַר דער שוועל פֿון אַ ווער־ווייסט־ווי־לאַנג־דויערנ­די­קער “קאַל­טער מלחמה" צווישן מיזרח און מערבֿ, אָדער גענויער: צווישן די פֿאַר­אייניק­טע שטאַטן פֿון אַמעריקע און דער אַל­טער צוריק אויס­וואַקסנדיקער סופּער־גרויס­מאַכט, רוסלאַנד. ווי אַ צוריקקער צו דער “פּלאַנע­טאַרער מלחמה" פֿון דער רייגען־תּקופֿה, און אפֿשר נאָך ווײַטער, צו דער ערשטער “קאַלטער מלחמה" פֿון יענע טרויעריקע פֿופֿציקער יאָרן.

לויט אַלע סימנים איז די קאַלטע מלחמה שוין טאַקע אויסגעבראָכן, און דווקא אין שאָטן און אונטערן שירעם פֿון דער אָלימפּיאַדע, וואָס אירע עמבלעמען זענען — די פֿינף צוזאַמענגעפֿלאָכטענע רינגען פֿון די פֿינף קאָנטינענטן און דער לאָרבער־קראַנץ, דער סימבאָל פֿון שלום.

אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע, ווען די אויגן פֿון ביליאָנען תּושבֿים פֿון דעם ערדקײַלעך זײַנען געווענדט צו די ספּאָרט־פֿאַרמעסטונגען אין ביידזשינג, האָבן די מיליטערישע איינהײַטן פֿון דער גרוזי­נער אַרמיי אַרײַנמאַרשירט אין דער קאָנט­ראָ­ווערסאַלער טעריטאָריע פֿון דרום־אָסעטיע. און רוסלאַנד, וועלכע האָט נאָר געוואַרט אויף דער געלעגנהייט — אויף אַזאַ שריט, וועלכן זי באַטראַכט ווי אַ פּראָוואָקאַציע קעגן איר, האָט געענטפֿערט מיט אַן אינוואַזיע פֿון אירע טאַנקען אויף דער טעריטאָריע פֿון גרוזיע און מיט באָמבאַרדירן אירע שטעט און דערפֿער אויפֿן וועג.

ווי אין יעדער מלחמה, באַשול­דיקט אויך איצט יעדער צד דעם אַנדערן אין דעם, אַז “יענער האָט זי אָנגעהויבן". יעדער איינער פֿון די צדדים שטעלט זיך אײַן פֿאַר איר “נאַציאָנאַלער ווירדע" און מאָבי­ליזירט דעם פּאַטריאָטיזם פֿון אירע בירגער. און יעדער איינער פֿון זיי איז, ווייניקסטנס אין זײַנע אייגענע אויגן, אַלע מאָל גערעכט. אין די מערסטע פֿאַלן איז די סימפּאַטיע פֿון דער נישט אַנגאַזשירטער וועלט אויף דער זײַט פֿון דעם שוואַכן. און עס איז דאָך קלאָר, אַז אין דעם פֿאַל איז גאָר בולט די אומגלײַכע קאָנפֿראָנטאַציע פֿון דוד קעגן גליתּ, פֿון אַ מדינה פֿון 4.4 מיליאָן אײַנוווינער (אַרײַנגערעכנט די תּושבֿים פֿון די נאָך קלע­נערע אַבכאַזיע און דרום־אָסעטיע) קעגן אַ גיגאַנט פֿון איבער 140 מיליאָן נפֿשות.

באַשטראָפֿנדיק די גרוזינער, האָט פּוטין אין דער אמתן געמיינט צו באַשטראָפֿן אַמע­ריקע פֿאַר דער אויסברייטערונג פֿון איר השפּעה־רוים ביז צו אירע גרענעצן אין דעם ראַיאָן, דאָס הייסט, ביז צו די לענדער פֿון קאַווקאַז וואָס אונטער דער נאָז פֿון דעם הײַנטיקן רוסלאַנד. מיט דער אינוואַזיע אין גרוזיע האָט רוסלאַנד אייגנטלעך באַשטראָפֿט אַמעריקע פֿאַר איר “חוצפּהדיקער" כּוונה אויפֿ­צושטעלן באַזעס פֿון "נאַטאָ" פֿאַר זײַנע באַליסטישע ראַקעטן אין טשעכיע און אין פּוילן.

דער יונגער און נישט דערפֿאַרענער פּרע­זידענט פֿון גרוזיע האָט אָבער נישט געלערנט דעם נישט זייער עטישן, אָבער זייער פּראַקטישן כּלל, וועלכן מען פּרעדיקט אין ישׂראל ווי אַ דעוויז פֿאַר די קאַמפּיינען פֿון דער רעדער־קאָמוניקאַציע צו פֿאַרמײַדן קרבנות פֿון פֿאַרקער־קאַטאַסטראָפֿעס אויף די וועגן און שאָסייען: “זײַ נישט דער גערעכ­טער — זײַ בעסער אַ חכם". דער דאָזיקער מאַקיאַוועלישער דעוויז איז באַזונדערס צו­געפּאַסט פֿאַר דער פּאָליטיק, וועלכע איז, ווי באַוווּסט, די קונסט פֿון דעם מעגלעכן. וועלנדיק אויסנוצן די אָלימפּיאַדע, כּדי אין איר שאָטן און אונטער איר שירעם “אַרײַנ­צו­כאַפּן" אַ פּאָליטישן געווינס פֿאַר די נאַ­ציאָנאַלע אַספּיראַציעס פֿון זײַן יונגער אומאָ­פּהענגיקער מדינה, האָט דער פּרעזידענט פֿון גרוזיע פֿאַרפּלאָנטערט דעם גאַנצן מערבֿ בראָש מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַן אינטערנאַציאָנאַלן קאַנפֿליקט, אין וועלכן עס איז געוואָרן אויך אַרײַנגעפּלאָנטערט מדינת־ישׂראל.

אין זײַן נישט באַרעכנטער פּאָליטיק האָט דער יונגער פּרעזידענט פֿון גרוזיע נישט געזען וואָס עס וועלן זײַן אירע פֿאָלגן. דער רע­זולטאַט פֿון זײַן פּאָליטיק דאַרף אויך דינען פֿאַר די מנהיגים פֿון ישׂראל ווי אַ גוטע לעק­ציע, אויב זי האָט נאָך נישט גע­לערנט פֿון אירע אייגענע פֿעלערן און דורכפֿאַלן.

און — מדינת־ישׂראל, וואָס האָט צו דעם קאַנקרעטן ענין קיין שײַכות נישט געהאַט, איז צוליב איר געוואָרן אַרײַנגעצויגן אין אַן איבעריקן קאָנפֿליקט מיט ביידע צדדים: רוסלאַנד האָט באַשולדיקט ישׂראל אין העלפֿן די גרוזינער, נאָך דעם ווי זי האָט צווישן אירע טראָפֿייען געפֿונען אין גרוזיע אָנפּי­לאָטן־עראָפּלאַנען, געלענקטע פֿונעם באָדן, ווי אויך פֿאַרשיידנאַרטיק געווער פֿון באָמ­בעס ביז קוילנוואַרפֿערס פֿון דער ישׂראלדיקער וואָפֿן־אינדוסטריע, און ישׂראל­דיקע מיליטערישע אינסטרוקטאָרן בראָש מיט די גענעראַלן זיוו און גל הירש, דער דעמיסיאָנירטער קאָמאַנדיר פֿון דעם ישׂראל­דיקן צפֿון־פֿראָנט. ביידע האָבן זיי אָנגעפֿירט מיט די יבשה־כּוחות אין דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. אַפֿילו נאַסראַלאַ, דער מנהיג פֿון "כעזבאָלאַ", האָט טריומפֿירט און געטענהט, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי־קאָמאַנדירן האָבן איצט אָפּגעהאַלטן זייער צווייטע מפּלה.

צום גליק, האָט דאָס אויסערן־מיניס­טעריום פֿון ישׂראל באַוויזן ממש אין דער לעצטער רגע צו פֿאַרמײַדן די געגרייטע טראַנזאַקציע פֿון פֿאַרקויפֿן די גרוזינער 200 ישׂראלדיקע טאַנקען דורך אַ פּריוואַטער האַנדלס־געזעלשאַפֿט, צו וועלכער עס איז אַ שותּף דער געוועזענער בירגער־מײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ און געוועזענער מיניסטער אין דער ישׂראל־רעגירונג, ה’ רוני מילוא (לייען: ראָני מילאָ).

אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער גרוזינער ייִדישער מיניסטער יאַקאָוושווילי, אַ גרויסער פֿרײַנד פֿון ישׂראל, אַרויס מיט דער באַשולדיקונג קעגן מדינת־ישׂראל הלמאי זי איז נישט געקומען די גרוזינער צו הילף קעגן דער רוסלענדישער סאָוועטישער אינ­וואַזיע...

אמת, דער פּרעזידענט פֿון גרוזיע האָט זיך נישט אָנגעשלאָסן צו זײַן ייִדישן מיניס­טערס באַשולדיקונג; אָבער דער דאָזיקער פֿאַקט אַליין האָט באַשטעטיקט דעם כּלל, אַז אין דער פּאָליטיק איז נישט פֿאַראַן קיין אולטראַיִסטישע פֿרײַנדשאַפֿט, נאַר אַ פֿרײַנדשאַפֿט, וואָס איז באַוואָרנט און באַדינגט פֿון אינטערעסן. אויך די מנהיגים פֿון ישׂראל קענען לערנען פֿון די דאָזיקע און אַנדערע דערפֿאַרונגען, אַז אַפֿילו אירע געטרײַסטע פֿרײַנד און די גרעסטע באַ­שיצער זענען עלול זי צו פֿאַרלאָזן אין פֿאַל ווען עס פֿאַרלאַנגט דאָס זייער מלוכישער אינטערעס. דאָס האָט זיך אויך אַרויסגעוויזן אין דער וואָרענונג פֿון דעם אַמעריקאַנער "פּענטאַגאָן", אַז ישׂראל זאַל זיך נישט רעכענען אויף דער אַמע­ריקאַנער שטיצע אין פֿאַל, ווען זי וועט באַשליסן וועגן אַ מילי­טערישער אַקציע קעגן די אַטאָ­מישע פּראָיעקטן פֿון איראַן, באַזונ­דערס, ווען איראַן האָט איצט, אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע, אַרויסגעשיקט איר ווײַטצילנדיקע ראַקעטע אין קאָסמאָס — כאָטש די אַמעריקאַנער טענהן, אַז דאָס איז געווען אַ פֿיקטיווע דערגרייכונג, און אין דער אמתן אַ דורכפֿאַל.

די דאָזיקע באַוואָרעניש פֿון וואַשינגטאָן צו ישׂראל איז געקומען נאָך די צוויי קריגערישע דראָונגען קעגן איראַן פֿון דעם קאָמוניקאַציע־מיניסטער שאול מופֿז, דעם קאַנדידאַט צו די נאָענטע פּרײַמעריס אין “קדימה". אָבער ווען עס האָבן זיך אויס­גע­לאָזט די טענות און די מיליטאַנטישע אַטאַקעס אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעלד — זענען זיי אַריבער צום היימישן פֿאָרום, אויפֿן פּאָליטישן מאַרק אין ישׂראל, וווּ דער אוגער­קע־סעזאָן פֿון די הייסע זומער־טעג האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מאָסקיטן־סעזאָן פֿון קעגנזײַטיקע “מאָסקיטן־שטעך", לויט דער באַצייכענונג פֿון דעם פּרעמיער אָלמערט, צווישן די פּאָליטישע קעגנערס. דאָס איז געווען נאָך דעם אומגעצוימטן פּערזענלעכן אָנגריף פֿון אהוד ברקן, דעם מנהיג פֿון דער “עבֿודה" קעגן דער פּאָפּולערער אויסערן־מיניסטערין ציפּי ליבֿני — אויס מורא, אַז איר נצחון אין די פּרײַמעריס אין “קדימה" וועט נאָך מער באַדראָען און אײַנשרומפּן זײַן פּאַרטיי אין די קומענדיקע וואַלן צו דער כּנסת. דערבײַ האָט ברק זיך באַנוצט מיט הילאַרי קלינטאָנס פֿראַגע פֿון אירע פּרײַמעריס, צי וועט זי, “ציפּורה", ווי ער האָט אָנגערופֿן ציפּי ליבֿני, אויפֿהייבן דאָס טעלעפֿאָן־טרײַבל דרײַ אַזייגער בײַנאַכט...

די טעג פֿון חודש אויגוסט זענען — נאָך די שפּרודלדיקע טעג פֿון יולי — געווען אויסגעטרוקנט פֿון דראַמאַטישער שפּאַנונג, מיט וועלכער די ישׂראלדיקע מעדיאַ איז אַזוי שפּעדיק באַשאָנקען אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר. אָבער אונטער דעם שלייער פֿון דער שלאַבערדיקער זומערדיקער שלווה ברויזן און יויערן די דראָענדיקע געפֿאַרן פֿון אַ באַנײַטער קאַלטער מלחמה נאָך דער גראַנ­דיעזער אָלימפּיאַדע אין כינע — אויב די מנהיגים פֿון דער וועלט וועלן זי נישט מצליח זײַן באַצײַטנס צו פֿאַרמײַדן.

תּל־אָבֿיבֿ, 19טער אויגוסט, 2008