- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זענען מיר שוין, ברוך־השם, — אָבער נישט אַזוי בשלום — איבערגעקומען דעם ווינאָגראַד־קאָשמאַר, וועלכער האָט איבערגעלאָזט דעם ציבור אַ צעטומלטן און אים קיין רו נישט געבראַכט. "דאָס וועט מסתּמא זײַן" — האָבן מיר באַטאָנט אין אונדזער פֿאָריקן אַרטיקל — "דער סוף פֿון דעם ווינאָגראַד־געשפּענסט, וואָס איז געהאָנגען ווי אַ שווערער דראָענדיקער וואָלקן איבער דער פּאָליטישער אַרענע קרובֿ אַנדערטהאַלבן יאָר". און מיר האָבן צוגעגעבן, אַז "אין דער זעלבער צײַט, וועט דאָס זײַן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַעם פּאָליטישן קעסלגרוב, פֿון אַ נײַער פֿאַזע אין דעם געראַנגל פֿאַר דער געשטאַלטונג פֿון דער מדינה אין דער צוקונפֿט". מאָנטיק האָט זיך אין רוסלאַנד אָנגעהויבן די אָפֿיציעלע וואַל-קאָמפּאַניע, כאָטש יעדעס קינד ווייסט שוין, אַז דער קומענדיקער פּרעזידענט וועט בלי-ספֿק זײַן דמיטרי מעדוועדיעוו. קיין אַנדער סך-הכּל פֿון די פּרעזידענטישע וואַלן דעם 2טן מאַרץ קען פּשוט ניט זײַן. אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין דעם נאָך-קאָמוניסטישן רוסלאַנד: באָריס יעלצין האָט איבערגעגעבן די לייצעס וולאַדימיר פּוטינען, און פּוטין גיט איצט איבער די זעלבע לייצעס אין די הענט פֿון דמיטרי מעדוועדיעוו. (סוף פֿון פֿריִערדיקן פֿון נומער) עס איז פֿאַראַן אַ מחלוקת לגבי די מאָטיוון פֿון סאַדאַטן צו קומען קיין ירושלים, אָן זיך באַראַטן מיט אַנדערע אַראַבישע פֿירער און אַפֿילו אָן זיך רעכענען מיט זייער מיינונג. דער אמת איז, אַז דרײַ טעג פֿאַרן קומען קיין ירושלים, האָט ער גערעדט מיטן סירישן פּרעזידענט האַפֿעז אַסאַד, אָבער זיך נישט גערעכנט מיט זײַן מיינונג. דער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער, הענרי קיסינדזשער, איז בײַ דער מיינונג, אַז דער דעצידירנדיקסטער פֿאַקטאָר אין סאַדאַטס פֿילאָסאָפֿיע איז געווען דער סטראַטעגישער געדאַנק, דער שלום־פּראָצעס צווישן ישׂראל און די אַראַבער האָט זיך אָנגעהויבן נאָך פֿאַר דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט. דער ערשטער צוזאַמענטרעף צווישן אַ ישׂראלדיקער אָפֿיציעלער פּערזענלעכקייט און אַן אַראַבישן פֿירער איז פֿאָרגעקומען 12 טעג פֿאַרן באַשלוס פֿון דער "יו־ען" צו צעטיילן ארץ־ישׂראל אויף צוויי מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע. אין נהריים, וואָס האָט זיך געפֿונען אין יאָרדאַנישן קעניגרײַך — האָט זיך געפֿונען די עלעקטרישע אונטערנעמונג "חבֿרת החשמל" (די עלעקטרישע געזעלשאַפֿט) געשאַפֿן אין די יאָרן 1926—1932 דורכן אינזשיניער פּינחס רוטענבערג אויף די ברעגן פֿון צוויי טײַכן: דעם ירדן און דעם יאַרמוך — האָבן זיך, אויף דער "וועגן־מאַפּע" פֿון אַנאַפּאָליס צו דעם "ווינאָגראַד־באַריכט", וועלכער דאַרף ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט די קומענדיקע וואָך; און פֿון דאָרט צו די געגרייטע פֿײַערלעכקייטן, לכּבֿוד דעם 60סטן געבורטסטאָג פֿון מדינת־ישׂראל, האָט דער שלום־צוג פֿון דעם באַנײַטן פּאָליטישן פּראָצעס זיך אָנגעשטויסן אויף דער ברענענדיקער סטאַנציע פֿון עזה. נישט אַזוי דאָס פֿײַער פֿון די ראַקעטן, פון די סנאַריאַדן און באָמבעס, ווי די בלאָקאַדע פֿון עזה און איר פֿאַרפֿינצטערונג — האָט אויפֿגערודערט די דרויסנדיקע וועלט. אין נאָוועמבער 2004 איז אַראַפֿאַט געשטאָרבן און אויף זײַן פּלאַץ איז אויסגעוויילט געוואָרן אַבו מאַזען (מאַכמוד אַבאַס). אַבו מאַזען האָט דערגרייכט אַ וואָפֿנשטילשטאַנד מיט די פּאַלעסטינער טעראָר־גרופּעס, און די אינטערנאַציאָנאַלע אויפֿמערקזאַמקייט האָט זיך קאָנצענטרירט אַרום ישׂראלס "התנתקות"־פּלאַן, דאָס צוריקציִען זיך פֿון עזה. אין פֿעברואַר 2005 איז פֿאָרגעקומען די שפּיצן־קאָנפֿערענץ צווישן אַריאל שרון און אַבו מאַזען אין שאַרם אַ־שייך. ווי באַקאַנט, האָט דער פּאַלעסטינער טעראָר זיך אָנגעהויבן אויף מאָרגן נאָכן באַשלוס פֿון דער "יו־ען", דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, און אין די 1950ער יאָרן האָט ער געבראַכט צו דער סיני־מלחמה. דער טעראָר האָט זיך געשטאַרקט נאָך מער נאָך ישׂראלס גרויסן נצחון אין דער זעקס־טאָגיקע מלחמה. דאַן האָבן זיך אָנגעהויבן די פֿאַרכאַפּענישן פֿון עראָפּלאַנען און טעראָר־אַקטן קעגן די ישׂראלים אין אויסלאַנד; אַרײַנדרינגונגען אין ישׂראל פֿון די פּליטים־לאַגערן אין יאָרדאַניע און טעראָר־אַקטיוויטעטן פֿון לאָקאַלע פּאַלעסטינער אין די אָקופּירטע שטחים — דעמאָנסטראַציעס, שטרײַקן און ברוטאַלע טומלען. די פּאָליטישע אַנטוויקלונגען אין די לעצטע טעג באַשטעטיקן צום וויפֿלסטן מאָל דאָס אַלט באַקאַנטע ווערטל, אַז ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. זיי קענען אויך דינען ווי אַ בולטער מוסטער פֿון דער זיך שטאַרקנדיקער אַמעריקאַניזאַציע פֿון ישׂראל. אין איר פּאָליטישן סך־הכּל פֿון דעם אָפּגעלאָפֿענעם יאָר און ערבֿ דעם וויזיט פֿון פּרעזידענט בוש הײַנטיקע וואָך אין ירושלים, האָט די ישׂראלדיקע פּרעסע אָנגעוויזן דערויף, אַז פֿאַר ירושלים שײַנט פּרעזידענט בוש צו זײַן אַ מעכטיקער מנהיג, וואָס נאָר ער קען אויפֿטײַען דעם פּאָליטישן פּראָצעס פֿון זײַן פֿאַרפֿרירונג און "מאַכן אָרדענונג" אין דעם ראַיאָן. דאַקעגן אין חוץ לארץ, דערונטער אין אַמעריקע, זעט מען אים שוין ווי אַ "לאָמע גאַנדז" (אָדער אַ "הינקענדיקע קאַטשקע"), וואָס מען איז זיך שוין נישט נתפּעל פֿון זײַנע דעציזיעס, מיט איבער אַ חודש צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער, האָט ישׂראל געפֿײַערט 60 יאָר זינט די "יו־ען" האָט באַשלאָסן צו רעקאָמענדירן צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל. איך פּערזענלעך בין אין יענעם טאָג געפֿאָרן מיט מײַן פֿרוי פֿרידע פֿון מינכן, די אַמעריקאַנער אָקופּאַציע־זאָנע אין דײַטשלאַנד, קיין בערגען־בעלזען, אין דער ענגלישער זאָנע; ווי אומלעגאַלע עמיגראַנטן זײַנען מיר געווען אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל. אין די קרובֿ זעכציק יאָר פֿון איר מלוכישער עקזיסטענץ איז דאָס וואַרטן און אויסוואַרטן געוואָרן איינער פֿון די כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿון דעם ישׂראלדיקן שטייגער. אָנהייבנדיק פֿון דעם אייביקן ביאת-המשיח — ביז צום קורצווײַליקן וויזיט פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש און דערנאָך אויף ווינאָגראַדן — דעם פּרעזידענט פֿון דער קאָמיסיע וואָס פֿאָרשט די דורכפֿאַלן פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, דעם ריכטער ד"ר אליהו ווינאָגראָד: ווער עס וואַרט אויף משיחן, ווער אויף דעם שלום, מען וואַרט אויף דער באַפֿרײַונג פֿון די דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן; מע וואַרט, אַז די מנהיגים זאָלן פֿאַרווירקלעכן זייערע צוזאָגענישן, מיט וועלכע זיי זענען געקומען צו דער מאַכט, און ווער עס וואַרט אויף סתּם אַ נס (כאָטש מען זאָגט, אַז אַלע נסים האָבן זיך שוין בײַ אונדז אויסגעלאָזט). מיט אַריבער צוועלף יאָר צוריק האָבן מיר געקויפֿט אַ הויז אין אָקספֿאָרד, וווּ זינט יענער צײַט געפֿינט זיך דער צענטער פֿון אונדזער משפּחה-לעבן. אין דעם גאָרטן, וואָס איז אויך אַ מין סאָד, האָבן די פֿריִערידע בעלי-הבתּים איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ סך רויזן-קוסטעס און דרײַ עפּלביימער. הגם פֿון מײַן מאַמעס צד שטאַם איך פֿון ייִדישע פּויערים, שטאַרקער זײַנען אין מיר, אַ פּנים, דווקא די שטעטלדיקע וואָרצלען, וואָס זײַנען פֿונעם טאַטנס צד — פֿון די קירזשנער אין קראַסילאָוו, ניט ווײַט פֿון פּראָסקוראָוו. אמת, אַפֿילו מײַן דאָרפֿישער זיידע איז געווען מער אַ סטאָליער ווי אַ פּויער. הקיצור, סײַ די הענט ליגן מיר ניט צו גערטנערײַ, סײַ איך האָב עס ליב נאָר פֿון דער ווײַטנס. נאָך דער יום־כּיפּור מלחמה, מיט איבער 34 יאָר צוריק, איז געשאַפֿן געוואָרן די אַגראַנאַט־קאָמיסיע, אויסצופֿאָרשן די דורכפֿאַלן פֿון דער מלחמה. אינעם באַריכט, וואָס די קאָמיסיע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, האָט זי אַרויפֿגעלייגט די הויפּט־שולד פֿאַר די דורכפֿאַלן אויפֿן קאָמאַנדיר פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, גענעראַל דוד אלעזר, און אויפֿן הויפּט פֿון דער אַרמיי אויסשפּירונגס־דינסט, גענעראַל אלי זעיראַ. |