אויף דער "וועגן־מאַפּע" פֿון אַנאַפּאָליס צו דעם "ווינאָגראַד־באַריכט", וועלכער דאַרף ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט די קומענדיקע וואָך; און פֿון דאָרט צו די געגרייטע פֿײַערלעכקייטן, לכּבֿוד דעם 60סטן געבורטסטאָג פֿון מדינת־ישׂראל, האָט דער שלום־צוג פֿון דעם באַנײַטן פּאָליטישן פּראָצעס זיך אָנגעשטויסן אויף דער ברענענדיקער סטאַנציע פֿון עזה. נישט אַזוי דאָס פֿײַער פֿון די ראַקעטן, פון די סנאַריאַדן און באָמבעס, ווי די בלאָקאַדע פֿון עזה און איר פֿאַרפֿינצטערונג — האָט אויפֿגערודערט די דרויסנדיקע וועלט.
די דראַמאַטישע געשעענישן פֿון די לעצטע טעג אין ישׂראל און אין עזה האָבן אומעטום באַשפּײַזט די טעלעוויזיע־עקראַנען און ווידעראַמאָל אַוועקגעשטעלט די מדינה, שוין נישט צום ערשטן מאָל, פֿאַר אַן אוממעגלעכער סיטואַציע און פֿאַר אַ שווערער דילעמע.
דאָס איז נישט די זעלבע דילעמע, פֿאַר וועלכער עס איז געשטאַנען די רעגירונג מיט אָנדערטהאַלבן יאָר צוריק, ערבֿ דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה. דעמאָלט האָט דער פּרעמיער אהוד אָלמערט געהאַנדלט בחפּזון, אין אײַלעניש, ווי עס האָט שוין אין איר ערשטן באַריכט פֿעסטגעשטעלט די ווינאָגראַד־קאָמיסיע. און אַז מען בריט זיך אָפּ אויפן הייסן, היט מען זיך שוין אויך פֿון דעם קאַלטן, ווי עס זאָגט די באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקס־חכמה.
אין דעם פֿאַל איז אַ שותּף צו דער דעציזיע, אָלמערטס שותּף אין דער קאָאַליציע, געווען די "עבֿודה"־פּאַרטיי און איר פֿריִערדיקער זיכערהייט־מיניסטער אין דער רעגירונג, עמיר פּרץ. און, כאָטש "דאָס לעצטע וואָרט" אין די מלוכישע דעציזיעס געהערט דעם פּרעמיער־מיניסטער — איז אָבער דער פּרעמיער אָלמערט, דער מנהיג פֿון "קדימה", אין אַ היפּשער מאָס אָפּהענגיק פֿון דעם זיכערהייט־מיניסטער — איצט, ברק — דעם מנהיג פֿון "עבֿודה". באַזונדערס אין איצטיקן מאָמענט, נאָך דעם ווי דער "מיניסטער פֿאַר סטראַטעגישע ענינים", אַבֿיגדור ליבערמאַן, האָט דעמיסיאָנירט, און זײַן פּאַרטיי — "ישׂראל ביתּנו" — האָט פֿאַרלאָזט די קאָאַליציע, און איצט דראָט אויך דער ש"ס מיט דעם זעלבן, טאָמער וועט די רעגירונג אָנהייבן פֿאַרהאַנדלען מיט די פּאַלעסטינער וועגן ירושלים. דעריבער איז אָלמערט אַזוי שטאַרק אָפּהענגיק פֿון ברקן.
די פּראַקטישע דערפֿאַרונג בנוגע ברקן האָט באַוויזן, אַז ער האַנדלט געוויינטלעך אַנאַליטיש און וואָגיק אין ענינים פֿון דער מיליטערישער און אײַליק — אין דער פּאָליטישער סטראַטעגיע.
שטייען איצט ביידע — יעדער איינער פֿון זיי באַזונדער — פֿאַר דער האַרבער דילעמע, סײַ בנוגע דער "פֿינצטערער שריפֿה" אין עזה, און סײַ וועגן זייער פּאָליטישן המשך נאָך דעם ווי עס וועט קומענדיקע וואָך פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן דער באַריכט פֿון דער אויספֿאָרש־קאָמיסיע וועגן די דורכפֿאַלן פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה: ברק, וועלכער האָט, בעת די פּרײַמעריס אין "עבֿודה" זיך פֿאַרפֿליכטעט צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג טאָמער וועט אָלמערט נישט דעמיסיאָנירן — אָבער, נאָכן פֿאַרליבן זיך אין זײַן מלוכישן אַמט האָט ער גאָר לעצטנס געזאָגט, אַז ער וועט האַנדלען לויט "די אינטערעסן פֿון דער מדינה"; דאַקעגן, האָט אָלמערט קאַטעגאָריש דערקלערט, אַז ער וועט זײַן אַמט אין קיין שום פֿאַל נישט פֿאַרלאָזן.
ווער פֿון זיי וועט האַלטן וואָרט — דאָס וועט מען זען נאָכן 30סטן יאַנואַר. מסתּמא, וועט יעדער פֿון זיי געפֿינען דעם געהעריקן תּירוץ צו באַרעכטיקן זײַן האַנדלונג, וואָס פֿאַראַ זי זאָל נישט זײַן.
די מנהיגים פֿון דער אָפּאָזיציע האָבן אָבער נישט קיין צײַט צו וואַרטן אַפֿילו נישט די געציילטע טעג ביז דעם 30סטן יאַנואַר. זיי האָבן צו דעם צוועק מאָביליזירט זייערע אָנהענגער פֿון צווישן די דעמאָביליזירטע זעלנער און קאָמאַנדירן פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה און זיי אײַנגעשפּאַנט אין דער העץ־קאַמפּאַניע קעגן אָלמערטן און זײַן רעגירונג. דער באַריכט פֿון דער "ווינאָגראַד־קאָמיסיע" איז אָבער פֿאַר זיי נאָר אַ תּירוץ, ווײַל — נישט בלויז אויף אָלמערטן ליגט די אחריות פֿאַר דער מלחמה אין לבֿנון. דווקא זיי, די מנהיגים פֿונעם מיליטאַנטישן רעכטן לאַגער — און נישט נאָר זיי — זענען געווען די, וואָס האָבן געהעצט די מאַסן און געדריקט אויף דער רעגירונג, דורך דער כּנסת און מיט אַלע אויסער־פּאַרלאַמענטאַרישע מיטלען, אונטער דעם דעמאַגאָגישן רוף: "לאָזט דעם צה"ל מנצח זײַן!".
די מאַסן האָבן נישט געוווּסט, אָבער די מנהיגים האָבן גוט געוווּסט — יעדנפֿאַלס געדאַרפֿט וויסן — אַז די אַרמיי איז נישט געווען צוגעגרייט צו פֿירן מלחמה.
אָבער, ווי האָט געזאָגט מענדעלע: נישט דאָס זענען זיי אויסן. זיי זענען אויסן צו שטרויכלען די זעלטענע געלעגנהייט פֿאָרצוברענגען דעם שלום־פּראָצעס, צו מאַכן ווידער דאָס אוממעגלעכע פֿאַר מעגלעך. און דאָס טוען זיי טאַקע.
און די רעגירונג?
דער שרײַבער א. ב. יהושע, וועלכער איז באַקאַנט מיט זײַנע קאָנטראָווערסאַלע אַרויסזאָגונגען, אָבער קיינער באַצווייפֿלט נישט זײַן שטרענגן ציוניסטישן פּאַטריאָטיזם, האַט הײַנטיקע וואָך אין אַן איטאַליענישער צײַטונג, און דעם אַנדערן טאָג אין דעם ישׂראלדיקן פּאַטריאָטיש־ציוניסטישן "ידיעות אחרונות", פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, אין וועלכן ער רופֿט דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָפּצורופֿן פֿון ישׂראל דעם אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר צוליב דעם נישט באַזײַטיקן די אומגעזעצלעכע פֿאָרפּאָסטנס, וואָס די קאָלאָניסטן האָבן אויפֿגעשטעלט אויף די באַזעצטע שטחים און וואָס אַריאל שרון האָט מיט דרײַ יאָר צוריק זיך פֿאַרפֿליכטעט פֿאַר פּרעזידענט בוש זיי צו ליקווידירן.
דאָס פֿאַרמינערט נישט די נישט דערפֿילטע פֿאַרפֿליכטונגען פֿון די פּאַלעסטינער לגבֿי דער אַמעריקאַנער "וועגן־מאַפּע" צו באַקעמפֿן דעם טעראָר. אָבער עס איז דאָך פֿאַר קיינעם קיין סוד נישט, אַז אין די 41 יאָר זינט דעם זעקס־טאָגיקן נצחון האָט מדינת־ישׂראל צעשעדיקט די עקאָנאָמישע גרונט־סטרוקטור פֿון די פּאַלעסטינער אויף די "שטחים"; אין דער אָפּעראַציע "שוצמויער" אין 2003, האָט צה"ל פֿולשטענדיק צעשמעטערט דעם "לעגאַלן" פּאָליציייִשן כּוח פֿון דער קאָמונאַלער אַדמיניסטראַציע, אין דער צייט ווען דער זעלבער צה"ל, וואָס האָט געהערשט אויף די "שטחים", האָט נישט מצליח געווען צו ליקווידירן דאָרט די נעסטן פֿונעם טעראָר. די איצטיקע אָנפֿירונג פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט ווײַזט אָבער אַרויס אַן אויפֿריכטיקן ווילן צו דערגרייכן אַ שלום מיט ישׂראל, לויט דער "וועגן־מאַפּע" און לויט די ריכט־ליניעס פֿון דער אַמעריקאַנער איניציאַטיוו.
דעם חודש איז געוואָרן צוויי יאָר, ווי אַריאל שרון איז אַוועקגעפֿאַלן אין זײַן מוח־שטורץ און איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ לעטורגישן שלאָף. זײַן אומצוטרוי צו דעם נײַעם "פּאַרטנער" פֿון שלום־צוג, האָט אים געפֿירט צו דער איינזײַטיקער עוואַקואַציע פֿונעם עזה־שטרײַף, אָן אַ קעגנזײַטיקער זיכערהייט־גאַראַנטיע — און אַזוי האָט אויך געהאַנדלט ברק מיט קרובֿ אַכט יאָר צוריק אין לבֿנון. שרון, וועלכער איז געווען דער ענטוזיאַסטישער "בולדאָזער פֿון דער קאָלאָניזאַציע", האָט צום סוף פֿאַרשטאַנען די שעדלעכקייט פֿון דער אָקופּאַציע און דעם אומזין און אוממעגלעכקייט צו הערשן איבער אַן אַנדער פֿאָלק. זײַן נאָכפֿאָלגער אָלמערט, וועלכער האָט אויך אַדורכגעמאַכט דעם זעלבן איבערקער, האָט איצט באַקומען די זעלטענע געלעגנהייט ממשיך צו זײַן דעם שווערן וועג, וואָס זאָל אונדז דערנענטערן צום שלום.
ווערנדיק אין גיכן שוין 60 יאָר, און באַנוצנדיק זיך מיטן וואָרט "שלום" יעדן אינדערפֿרי, בײַ יעדער געלעגנהייט אין משך פֿון יעדן טאָג און אַזוי אויך בײַנאַכט צום שלאָפֿן גיין — מערקט דער אמתער שלום מיט די פּאַלעסטינער און מיט אונדזערע אַראַבישע שכנים זיך נאָך אַלץ נישט אויפֿן האָריזאָנט. גראָד פֿאַרקערט — ער דערווײַטערט זיך פֿון אונדז אַלץ מער און אַלץ ווײַטער, צוליב די שטיינער און די שטרויכלונגען, וואָס עס לייגן אָן אויף דעם וועג אונטער דעם שלום־צוג די פֿאַנאַטיקער און פֿונדאַמענטאַליסטן פֿון ביידע זײַטן — און אַזוי דערווײַטערט זיך פֿון אונדז דער פֿאַרזיכערטער קיום פֿון דער מדינה.
די פּאָליטישע אַרענע אין ישׂראל האָט אין די קרובֿ זעכציק יאָר פֿון איר מלוכישער עקזיסטענץ געהאַט זייער זעלטן אַ געלעגנהייט זיך אָפּצורוען — אַפֿילו נישט אין די הייליקע שבתים. מדינת־ישׂראל, זינט איר אויפֿקום, איז אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציעס, אַ פֿאַבריק וואָס שטעלט זיך קיינמאָל נישט אָפּ און ליפֿערט אָן אויפֿהער ידיעות און רעוועלאַציעס פֿאַר דער מעדיאַ אויף דער גאַנצער וועלט; באַשפּײַזט די וועלט מיט ידיעות פֿון דעם פּולווער־פֿאַס, אויף וועלכן עס זיצט מדינת־ישׂראל אין דעם ענערגעטישן מיטעלן מיזרח.
דער ברויזנדיקער צושטאַנד פֿון נישט־מלחמה, ניט־שלום איז שוין געוואָרן אַ רוטין אין דעם לאַנד פֿון אַלדאָס מעגלעכן און פֿון אַלדאָס אוממעגלעכן צוגלײַך. עס איז שווער צו געפֿינען אַזאַ ווינקל אויף דער וועלט, וווּ עס זידט און עס קאָכט זיך און עס גייט אַ פּאַרע — און עס רירט זיך נישט פֿונעם אָרט; און עס איז זעלטן צו געפֿינען אין דער עקזיסטענץ־געשיכטע פֿון דער מדינה אַזאַ געדיכטע תּקופֿה פֿון דראַמאַטישער שפּאַנונג אין אַלע צווײַגן פֿון פּאָליטישן, געזעלשאַפֿטלעכן, זיכערהייטלעכן, און אַפֿילו ספּאָרטיוון לעבן אין לאַנד — ווי אין אָט די טעג פֿון יאַנואַר, דעם ערשטן חודש פון דעם נײַעם יאָר. און — גאָר באַזונדערס אין די לעצטע עטלעכע טעג פֿון דעם חודש, אין דער לעצטער דערוואַרטונג אויף דעם באַריכט פֿון דער אויספֿאָרש־קאָמיסיע וועגן דעם דורכפֿאַל פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה.
דאָס וועט, מסתּמא, זײַן דער סוף פֿון דעם ווינאָגראַד־געשפּענסט, וואָס איז געהאָנגען ווי אַ שווערער דראָענדיקער וואָלקן איבער דער פּאָליטישער אַרענע קרובֿ אָנדערטהאַלבן יאָר; אין דער זעלבער צײַט וועט דאָס אָבער זײַן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַעם פּאָליטישן קעסלגרוב, פֿון אַ נײַער פֿאַזע אין דעם געראַנגל פֿאַר דער געשטאַלטונג פֿון דער מדינה אין דער צוקונפֿט.
די דילעמע, פֿאַר וועלכע עס שטייט איצט די מדינה, איז נישט די זעלבע ווי זי איז געווען ערבֿ דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה. אָבער די אָטמאָספֿער איז די זעלבע, און זי חזרט זיך איבער מיט יעדן פּרוּוו זיך אַרויסצורײַסן פֿון דער קלעם, אין וועלכער די מדינה ווערט יעדעס מאָל אַרײַנגעפֿירט און געפֿינט נישט דעם וועג זיך פֿון אים אַרויסצוקריגן.
די פֿאַרשפּעטיקטע רעפֿלעקסן פֿון אירע מנהיגים שלעפּן אַרײַן די מדינה אין אוממעגלעכע סיטואַציעס. וווּ נעמט מען אָבער די צען חכמים, וואָס זאָלן קענען אַרויסשלעפּן די מדינה פֿון דעם פּלאָנטער?
תּל-אָבֿיבֿ, 23סטער יאַנואַר, 2008