פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נורסאַלטאַן נאַזאַרבאַיעוו ווערט באַגריסט נאָך די וואַלן

אין קאַזאַכסטאַן זײַנען אַדורך די וואַלן, בעת וועלכע דער עולם האָט אויסגעקליבן אַן איין-פּאַרטיייִשן פּאַרלאַ­מענט. נאָך מער — די איינציקע פּאַרטיי, וואָס הייסט "נור-אָטאַן", האָט באַקומען 88 פּראָצענט שטימען און שטיצט דעם פּרעזידענט נורסאַלטאַן נאַזאַרבאַיעוו. די איבעריקע עטלעכע פּאַרטייען האָבן ניט אָנגעקליבן די נייטיקע 7 פּראָצענט שטימען, וועלכע עפֿענען דעם וועג אין פּאַרלאַ­מענט. אַפֿילו אויף דער סקאַלע פֿון דער אייגנאַרטיקער רוסישער דעמאָקראַטיע איז עס ניט גענוג כּשר.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס ווערט דערציילט וועגן דעם ווי אַ ייִד האָט אין בית-מדרש אײַנגערוימט אַ צווייטן ייִד אין אויער, אַז דער גבאי פֿון דער שיל איז נישט קיין מאַנסביל. אָבער דער אַנדערער ייִד האָט פּראָטעסטירט און האָט אויסגעשריִען אויף אַ קול, אַז דאָס איז נישט אמת: ער אַליין איז געווען מיט יענעם אין דער שטאָטישער באָד און האָט מיט די אייגענע אויגן געזען, אַז יענער איז אַ פּאָלנער און כּשרער ייִד.
עס איז אָבער געווען גענוג די דאָזיקע אָפּלייקענונג, אַז אין שטעטל זאָל זיך גלײַך צעטראָגן דער קלאַנג, אַז דער גבאי פֿון דער שיל איז נישט קיין מאַנסביל.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (רוסלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייב אויגוסט האָב איך געשמועסט מיט אַן אַלטן באַקאַנטן מײַנעם — ער איז אַ שטיקל מחותּן פֿון מײַן ווײַבס צד. מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק האָבן מיר געטאַנצט אויף זײַן חתונה אין מאָסקווע, אָבער אין קורצן האָבן ער און זײַן ווײַב עולה געווען. אין ישׂראל זײַנען געבוירן געוואָרן זייערע קינדער. ביידע, סײַ ער סײַ זײַן ווײַב האָבן — ווי עס פֿירט זיך אין אַ נײַ לאַנד — בײַם אָנהייב געטאַפּט די וואַנט, אָבער לסוף — זיך גאָר ניט שלעכט אײַנגעאָרדנט, געוואָרן אַ ביסל פֿרומעוואַטע — הקיצור, מע קען זיי ווײַזן אין קינאָ ווי אַ הצלחהדיקע געשיכטע אין דער סאָוועטישער עליה.

פּאָליטיק
פֿון יוסף לאַכמאַן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טוט מיט מיר וואָס איר ווילט, אָבער דער רוסישער (און ייִדישער, פֿאַרשטייט זיך) קורח באָריס בערעזאָווסקי רופֿט אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. די זאַך איז, אַז מיט בערך פֿינף יאָר צוריק בין איך געווען אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד, און זײַן פּלאַפּלערײַ (קיין אַנדער פּאַסיק וואָרט פֿאַר זײַן דרשה, מישטיינס געזאָגט, קען איך ניט אונטערקלײַבן) האָט אויף מיר געמאַכט זייער אַ שלעכטן אײַנדרוק.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם ערשטן אויגוסט 1982, מיט 25 יאָר צוריק, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי, אין פֿאַרלויף פֿון דער ערשטער לבֿנון־מלחמה, אײַנגענומען דעם פֿליפֿעלד פֿון ביירוט. איך בין דאַן געווען אַן אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע און געדענק זייער גוט די דאַטע; און איך באַטראַכט זי ווי איינע פֿון די דעצידירנדיקסטע דאַטע אין דעם וואָס עס פּאַסירט ביזן הײַנטיקן טאָג צווישן אונדז און די פּאַלעסטינער. קען זײַן, אַז וואָס איך שרײַב איצט איז אַ חכמה אחר־המעשׂה, אָבער איך האָב גוטע סיבות אַזוי צו טראַכטן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס רעדט זיך דאָ נישט, ווי דער לייענער קאָן מיינען, וועגן דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. די זיכערהייט פֿון דער מדינה איז טאַקע באַדראָט, די גאַנצע 59 יאָר זינט איר אויפֿקום, אָבער נישט איר עצם עקזיסטענץ — אויף יעדן פֿאַל נישט איצט, כּל-זמן דער מאָדערנער המן־הרשע, דער אכמעדינעד­זשאַד, איז נאָך נישט פֿאַרטיק מיט זײַן אַטאָ­מישער באָמבע. דאָ רעדט זיך וועגן דער מלחמה, וואָס דער פּרעמיער-מיניסטער, אהוד אָלמערט,

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿראַגע, וויפֿל עס דאַרף באַצאָלט ווערן פֿאַרן כאַפּן בין לאַדען, איז שוין גע­לייזט געוואָרן: 50 מיליאָן דאָלאַר — דער פּרײַז, וואָס די אַמעריקאַנער אַדמי­ניסטראַציע האָט אויסגעטיילט פֿאַר זײַן קאָפּ. די לעצטע געשעענישן אין ענגלאַנד איבערצײַגן אונדז, אַז אין וואַשינגטאָן האָט מען זיך טועה גע­ווען: דער ראָש פֿון "אַל־קײַדאַ" האָט נישט די ווערט פֿון אַזאַ סומע געלט. נישט דער­פֿאַר, ווײַל ער איז אַלט און קראַנק, און איז אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון אַפֿגאַניסטאַן.

פּאָליטיק
אין אַפּריל, 2003, האָט מען געראַבעוועט אין די גאַסן פֿון באַגדאַד. די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט זיך צוגעקוקט און נישט אַרײַנגעמישט

ס׳איז שוין פֿיר יאָר נאָך דעם ווי אַמע­ריקע איז אַרײַן אין איראַק; גענוג צײַט זיך גוט אַרײַנצוטראַכטן אין דער פֿראַגע — וואָס האָט דערפֿירט דערצו, אַז פֿון אַזאַ גרויסן מיליטערישן נצחון בײַם אַרויסטרײַבן סאַ­דאַם כוסיין איז געוואָרן דער הײַנטיקער תּוהו־ובֿוהו? אַן ערך 3000 אַמעריקאַנער זענען דערווײַל אומגעקומען במשך פֿון די פֿיר יאָר; 20,000 אַמעריקאַנער זענען פֿאַר­וווּנדיקט געוואָרן; איראַק האַלט בײַם אָנהייב פֿון אַ בירגער־קריג (אַנדערע זאָגן, אַז ער האַלט שוין אין מיטן); הונדערטער טויזנטער איראַקער זענען ביז אַהער אומגעקומען; איראַן מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם איז פֿאַרשטאַרקט געוואָרן;

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שמעון פּערעס מיט אַבא גפֿן און דעם הויפּט־ראַבינער פֿון רומעניע, משה־דוד ראָזען ז״ל, אין דער כאָראַל־שיל אין בוקאַרעשט

זינט דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל זענען פֿאָרגעקומען צוויי פּאָליטישע איבערקערענישן. די ערשטע — דעם 17טן מײַ 1977, ווען מנחם בעגין האָט באַזיגט יצחק ראַבינען און דער "ליכּוד" איז דאָס ערשטע מאָל געקומען צו דער מאַכט אָנ­שטאָט דער הערשנדיקער מפּא״י־פּאַרטיי. די צווייטע איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן יולי 1992, ווען ראַבין איז געוואָרן ווידער פּרעמיער־מיניסטער אויפֿן אָרט פֿון יצחק שמירן און האָט געבראַכט צו די אָסלאָ־אָפּמאַכן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די געשיכטע, ווי מיר ווייסן, איז אַ ריזיקער בית-עולם פֿון מצבֿות אין דער פֿאָרעם פֿון אָנדענק-טעג פֿון "היסטאָרישע פּאַסירונגען" — לויט דער סעלעקציע פֿון יעדן איינעמס אינטערעס, פֿון יעדן איינעמס פּערזענלעכן און קאָלעקטיוון זכּרון. הײַנטי­קע וואָך איז "אַנטהילט געוואָרן" נאָך אַ מצבֿה אויפֿן בית-עולם פֿון דער געשיכטע, ס'איז צוגעקומען נאָך אַ דאַטע אויף אונדזער קאָלעקטיוון אָנדענק-לוח: דער 12טער יולי — דער ערשטער יאָרטאָג פֿונעם אויסברוך פֿון דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון.

פּאָליטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ייִדן געלעבט אָפּגעזונדערט פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט וואָס שייך קולטור, רעליגיע און סאָציאַלע צווישן־מענטשלעכע באַציִונ­גען. זיי זײַנען באַצייכנט געוואָרן ווי אַ "קאָרפּוס סעפּאַראַטום" — אַן אָפּגעזונדערטע קערפּערשאַפֿט, נישט אַ טייל פֿון דעם מער­הייט פֿאָלק. די באַציִונגען מיט דער קריסט­לעכער וועלט זײַנען געווען הויפּטזעכלעך עקאָנאָמישע, וואָס זײַנען געווען רעגולירט פֿון דעם קעניג, פֿירשט אָדער דעם לאָקאַלן לאַנדבאַזיצער און אַמאָל — אויך פֿון דער קריסטלעכער קירך.

פּאָליטיק, געשיכטע
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראלים בײַ אַ דענקמאָל אין כּפֿר גלעדי, מאָנטיק, לזכּרון די צה״ל־סאָלדאַטן, וואָס זענען אומגעקומען בעת דער מלחמה אין לבֿנון פֿאַראַיאָרן זומער

אין הײַיאָריקן חודש יולי ווערן דערמאָנט אין ישׂראל צוויי זייער וויכטיקע געשעענישן. דעם 4טן יולי וועט ווערן 31 יאָר זינט דער ענטעבע־אָפּעראַציע. 8 טעג שפּעטער, דעם 12טן יולי, וועט ווערן אַ יאָר זינט דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. דער הויפּט־אויספֿירער פֿון ביידע אָפּעראַציעס איז געווען די אַרמיי פֿון מדינת־ישׂראל — צה״ל, צבֿא ההגנה לישׂראל. אָבער וואָס פֿאַר אַן אונטערשייד צווישן זייערע רעזולטאַטן! די ערשטע — אַ לעגענדאַרער דערפֿאָלג, און די צווייטע — אַ פּײַנפֿולער דורכפֿאַל.