פּאָליטיק

אָנהייב אויגוסט האָב איך געשמועסט מיט אַן אַלטן באַקאַנטן מײַנעם — ער איז אַ שטיקל מחותּן פֿון מײַן ווײַבס צד. מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק האָבן מיר געטאַנצט אויף זײַן חתונה אין מאָסקווע, אָבער אין קורצן האָבן ער און זײַן ווײַב עולה געווען. אין ישׂראל זײַנען געבוירן געוואָרן זייערע קינדער. ביידע, סײַ ער סײַ זײַן ווײַב האָבן — ווי עס פֿירט זיך אין אַ נײַ לאַנד — בײַם אָנהייב געטאַפּט די וואַנט, אָבער לסוף — זיך גאָר ניט שלעכט אײַנגעאָרדנט, געוואָרן אַ ביסל פֿרומעוואַטע — הקיצור, מע קען זיי ווײַזן אין קינאָ ווי אַ הצלחהדיקע געשיכטע אין דער סאָוועטישער עליה.
אָבער מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך פּלוצעם דער­הערט, אַז דער שטיקל-מחותּן-פֿון-מײַן-ווײַבס-צד אַרבעט אין מאָסקווע, אין דער שטאָט וווּ ער איז אויסגעוואַקסן און בשעתּו שטודירט אין אַן אוניווערסיטעט אויף זײַן פֿאַך פֿון אַן אינזשעניר-בויער. בײַ דעם פֿאַך האָט ער, אַגבֿ, געאַרבעט אין ישׂראל אויך.
"ווער דאַרף דיך דאָרטן?" — האָב איך געפֿרעגט בײַ אים, ווען מיר האָבן שוין אויסגעטרונקען די ערשטע פּאָר כּוסות. — "צי האָבן זיי ניט קיין אייגענע בויער?"
האָט ער מיר דערציילט, אַז מענטשן וואָס קענען אָנפֿירן מיט אַ בוי־פּראָיעקט, בפֿרט אַ גרויסן, פֿעלן הײַנט אין מאָסקווע. אַ סך אַזעלכע ספּעציאַליסטן קומען פֿון אויסלאַנד — מע צאָלט דאָך גוט. למשל, זײַן שוועסטערקינד איז געקומען פֿון ניו-יאָרק. מאָסקווער אינזשענירן זעט מען ווייניק אויף בוי־פּראָיעקטן. די אַרבעטער אַליין זײַנען אויך געקומענע. קוואַליפֿיצירטע בויער זײַנען, דער עיקר, פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד און אַרמעניע, און טאַדזשיקן מיט אוזבעקן נעמט מען בדרך-כּלל אויף ווייניק-קוואַלי­פֿיצירטע אַרבעטן.
ס׳איז באַוווּסט, אַז אָן מיגראַנטן וואָלט רוסלאַנד זיך ניט אויסגעדרייט. לויט דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק, קומט די גרעסטע צאָל גאַסט-אַרבעטער פֿון כינע — 210,000, און פֿון אוקראַיִנע — 120,000. פֿאַראַיאָרן האָבן די מיגראַנטן פֿאַרדינט אין רוסלאַנד 20 ביליאָן דאָלאַר, אַ העלפֿט פֿון דעם האָבן זיי געשיקט צו זיך אַהיים. אין גרוזיע, למשל, האַלט זיך אַ פֿיפֿטל פֿון דער עקאָנאָמיע אויף די געלטער, וואָס מע באַקומט פֿון רוסלאַנד.
"דו ווייסט, בײַ זיי איז בכלל אַ קריזיס מיט רוסישע מענער", — טיילט ער זיך ווײַטער מיט זײַן דערפֿאַרונג. — "כ׳בין שוין אַן אָפּגעריבענע מטבע, אָבער איך האָב באַמערקט, אַז יונגע מיידלעך קוקן אויף מיר. האָבן די היגע מיר דערקלערט, אַז מע קוקט אויף מיר, ווײַל ס׳איז בכלל אַ דוחק אין מאַנצבילן. מײַן ווײַב האָט עס אויך פֿאַרשטאַנען און קורסירט די גאַנצע צײַט צווישן ירושלים און מאָסקווע, האָט מורא, אַז מע וועט מיך אַרויסכאַפּן."
זי איז גערעכט, ווײַל עס זײַנען באַקאַנט אַ סך פֿאַלן, ווען אַזאַ צײַטווײַליקער תּושבֿ פֿאַרפֿירט זיך אַ זײַטיקע משפּחה און האָט אַפֿילו זײַטיקע קינדער. קיין סטאַטיסטיק פֿון אָט דעם פֿענאָמען האָב איך ניט געזען, אָבער געשיכטעס אַזעלכע האָב איך געהערט ניט ווייניק.
דער שטיקל-מחותּן-פֿון-מײַן-ווײַבס-צד איז דאָ ניט לאַנג געווען אין ענגלאַנד. איצט איז ער ווידער אין מאָסקווע. אָבער די טעג האָב איך זיך וועגן אים דערמאָנט — ווען אַ מאָסקווער טעלעוויזיע-קאַנאַל (כ׳קען קוקן אין ענגלאַנד עטלעכע אַזעלכע קאַנאַלן) האָט געוויזן אַ דאָקו­מענטאַלן פֿילם וועגן מאָסקווער מאַנצבילן, וואָס זײַנען שוין זעכציק-אַכציק יאָר אַלט, אָבער האָבן יונגע ווײַבער און קליינע קינדער. די עטנישקייט פֿון די מאַנצבילן האָט מען ניט אַקצענטירט, אָבער אַלע — אַלע! — העלדן פֿון דעם פֿילם זײַנען געווען ייִדן און זייערע ניט-ייִדישע פֿרויען.
צווישן די טאַטעס איז געווען וולאַדימיר שאַיִנסקי, אַ באַקאַנטער סאָוועטישער קאָמפּאָזיטאָר, וואָס האָט אַמאָל געשריבן אויך ייִדישע לידער און מע האָט זיי געדרוקט אין דעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימ­לאַנד". געווען אויך מאַרק טײַמאַנאָוו, אַ מענטש מיט צוויי גרויסאַרטיקע קאַריערעס — אי פֿון אַ ברייט-גאַסטראָ­לירנדיקן מוזיקער, אי פֿון אַ וועלט-באַרימטן שאָכשפּי­לער.
לאָמיר איצט זיך אַרײַנקוקן אין דער אָפֿיציעלער רוסי­שער דעמאָגראַפֿישער סטאַטיסטיק. אין יאָר 2006 איז די באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד קלענער געוואָרן אויף 561.2 טויזנט נפֿשות. מע פּראָגנאָזירט, אַז אין די יאָרן 2008—2010 וועט די באַפֿעלקערונג ווערן קלענער אויף 2.5 מיליאָן. מע רעדט בכלל וועגן דעם, אַז אין עטלעכע יאָרצענדליק אַרום וועט פֿון דער איצטיקער רוסישער באַפֿעלקערונג — 142 מיליאָן — פֿאַרבלײַבן בלויז 100 מיליאָן. וואָס איז גאָר ניט קיין סך פֿאַר אַ מדינה מיט אַזאַ גרויסער טעריטאָריע און נאָך גרעסערע אַמביציעס.
אין שײַן פֿון אַזאַ מאַטעמאַטיק, באַקומט זיך, אַז די אַלטע און ניט זייער אַלטע ייִדן — סיי די רוסישע בירגער סײַ די געסט — טוען ממש אַ הייליקע זאַך. ס׳איז אינטע­רעסאַנט, צי עמעצער וועט עס אַמאָל ווי עס דאַרף צו זײַן אָפּשאַצן?