- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צי קען אַ מענטש ענדערן זײַן כאַראַקטער? דאָס איז אַן ענין פֿאַר פּסיכאָלאָגן, און אויך זיי זענען נישט געאייניקט אין דעם ענין. אָבער וואָס שייך די מנהיגים פֿון דער מדינה, איז דאָס שוין געוואָרן אַ פּאָליטישע פֿראַגע, וואָס דער ענטפֿער אויף איר איז לרובֿ אויך אָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּאָליטישער אײַנשטעלונג. גאָר באַזונדערס איז דאָס געקומען צום אויסדרוק נאָכן אויסוואַל פֿון אריאל שרונען ווי דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל און נאָך אים — מיטן צוריקקערן זיך פֿון אהור ברקן אויף דער פּאָליטישער אַרענע, כּדי פֿון דאָס נײַ צו דעראָבערן די מאַכט. די פּרעמיערע-פֿאָרשטעלונג אין אַנאַפּאָליס האָט איבערגעשטיגן אַלע פּעסימיסטישע דערוואַרטונגען. דאָס איז געווען אַן אַמעריקאַנער ספּעקטאַקל פֿון גרויסן פֿאַרנעם, אַ גרויסער דערפֿאָלג פֿון זײַן אימפּרעסאַריאָ, דעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש. און אין צענטער — דער גלענצנדיקער אויפֿטריט פֿון אהוד אָלמערט, דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, ווי דער הויפּט-סטאַר, וועמען די אויסערן-מיניסטאָרן פֿון כּמעט אַלע אַראַבישע לענדער האָבן פֿאַרגינעריש אַפּלאָדירט, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון די קרובֿ זעכציק יאָר מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט אַלע פֿאַרבעטענע געסט צום ספּעקטאַקל. אויב די אַמעריקאַנער וואַלן קען מען פֿאַרגלײַכן מיט אַ לאַנגער טראַגישער טעאַטראַלער פֿאָרשטעלונג, שטעלן מיט זיך פֿאָר די רוסישע וואַלן, וועלכע דאַרפֿן געהאַלטן ווערן דעם 2טן דעצעמבער — אַ פֿריילעכן צירק, אַ מין קאַרנאַוואַל; דערצו אין אַ סאָוועטישן נוסח. וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, דער רוסישער רעוואָלוציאָנער פּאָעט-טריבון, וואָס האָט געהאַט אַ סך חסידים און עפּיגאָנען צווישן די ייִדישע ליטעראַטן, האָט מיט אַכט יאָרצענדליק צוריק אָנגעשריבן אַזעלכע פּאָעטישע שורות: "מיר זאָגן לענין און מיינען די פּאַרטיי, מיר זאָגן די פּאַרטיי און מיינען לענין". מיט אַ חודש צוריק איז אַוועק אין דער אייביקייט וויקטאָר גראַיעווסקי, וועלכער איז יאָרן־לאַנג געווען מײַן דירעקטאָר אין ראַדיאָ. ער האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די פֿרעמדע שפּראַכן־אוידיציעס, ספּעציעל אויף ראַטן־פֿאַרבאַנד און די נײַע עולים. איך בין געווען די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם ייִדישן אָפּטייל אויף "קול־ישׂראל", און גראַיעווסקי האָט אַרויסגעוויזן אַ סך סימפּאַטיע און פֿאַרשטענדעניש פֿאַר דעם ספּעציעלן סטאַטוס און פֿאָדערונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. ווי באַקאַנט, האָט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, דער טאַטע, צוזאַמענגערופֿן די מאַדריד־קאָנפֿערענץ אין אָקטאָבער 1991 צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. פּרעזידענט בוש, דער זון, גייט אין זײַן טאַטנס פֿוסטריט און רופֿט צוזאַמען אַן ענלעכע שלום־קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, לעבן וואַשינגטאָן, סוף נאָוועמבער, און לויט אַבו מאַזען, האָט פּרעזידענט בוש אים צוגעזאָגט צו רעאַליזירן זײַן חלום: צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה. דער אַלגעמיינער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל איז הײַנט, ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות, אַרײַנגעטראָטן אין זײַן 31־סטן טאָג, און אין 29סטן טאָג פֿונעם שטרײַק פֿון די פּראָפֿעסאָרן און לעקטאָרן אין די אוניווערסיטעטן. ער איז הײַנט אויך אַרײַן אין דער טאָג-טעגלעכער רוטין: דער שטרײַק האָט נישט נאָר אויפֿגעהערט צו דערשײַנען אין די הויפּט־קעפּ אויף די ערשטע זײַטן פֿון די צײַטונגען, נאָר איז צום ערשטן מאָל זינט זײַן אויסברוך דערשינען טיף אינעווייניק — אויף דער 11טער זײַט אין "הארץ" און אויף דער 13טער זײַט אין דער פֿאַרשפּרייטסטער צײַטונג אין לאַנד, אין "ידיעות אחרונות". דער נאַפֿט ווערט אַלץ טײַערער און טײַערער, און דער אַמעריקאַנער דאָלאַר ווערט אַלץ ביליקער און ביליקער. אמת, ווען מע רעכנט איבער די רעאַלע פּרײַזן, באַקומט זיך, אַז אין די 1980ער יאָרן איז דער נאַפֿט געווען נאָך טײַערער ווי איצט. ס׳איז אויך אמת, אַז אַזעלכע היסטאָרישע פֿאַרגלײַכן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ שוואַכע טרייסט. וועמען העלפֿט די טעאָריע, אַז אַ מאָל איז עפּעס געווען אַ יקרות, אַז מע דאַרף הײַנט – דאָס הייסט, ניט טעאָרעטיש, נאָר פּראַקטיש — צאָלן אַ סך מער פֿאַרן ברענשטאָף, וואָס מע גיסט אַרײַן אין די אויטאָס. אַז ס׳איז טײַערער צו טראַנספּאָרטירן מענטשן און סחורה, ווערט טײַערער, אין לעצטן סך-הכּל, כּמעט אַלץ. איינע פֿון די האַרבסטע קאָשמאַרן, פֿון וועלכע עס לײַדן די באַזיצערס פֿון קאָמפּיוטערס, איז די שרעק פֿאַר אַ "ווירוס". נישט קיין ביאָלאָגישן (וואָס איז אויך נישט קיין קליינער שעדיקער פֿון דעם מענטשלעכן געזונט), נאָר פֿאַר דעם "טעכנאָלאָגישן" מזיק, וואָס כאַפּט זיך אַרײַן פּלוצעם און אומדערוואַרט, אַזוי ווי יענער ווירוס, אין די אינערלעכע געוויידן פֿון דעם מכשיר און מאַכט אָפֿטמאָל דאָרט אַ תּל פֿון זײַן גאַנצן אינהאַלט און פֿון דײַן גאַנצער מי. דעם 26סטן אָקטאָבער 1994, מיט 13 יאָר צוריק, איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראל־יאָרדאַישער שלום־אָפּמאַך. דעם ענדגילטיקן שטויס אונטערצושרײַבן דעם שלום האָבן געגעבן די אָסלאָ־אָפּמאַכן, וואָס זענען אונטערגעשריבן געוואָרן דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. גלײַך אויף מאָרגן, דעם 14טן סעפּטעמבער, איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן דער "בשותּפֿותדיקער ישׂראל־יאָרדאַנישער טאָג־אָרדענונג" וועגן אַ שלום צווישן ישׂראל און יאָרדאַניע. דאָס וואָרט "קרעמל" האָט פֿאַרשאַפֿן אַ היפּש ביסל עגמת-נפֿש די ייִדישע שפּראַך-פּלאַנירער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿון איין זײַט, איז "קרעמל" — אַ געשעפֿטל, אַ קלייטל, אַן אָרט, וווּ מע קען קויפֿן נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל זאַכן. פֿון אַן אַנדער זײַט, מיינט "קרעמל" אויך דאָס צענטראַלע אָרט אין מאָסקווע, וואָס מע רופֿט אויף אַנדערע לשונות Кремль אָדער Kremlin. "עס איז לײַכטער פֿאַר מענטשן צו טוישן די פֿראָנטן, איידער די האָריזנטן" — האָט דער ייִדיש-פּוילישער דיכטער סטאַניסלאַוו יעזשי לעץ (טאַקע פֿון "לץ") געשריבן אין איינעם פֿון זײַנע אַפֿאָריזמען. דאָס האָט ער זיכער געמיינט נישט די פּשוטע מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, נאָר זייערע מנהיגים, די פּאָליטיקער. די מנהיגים פֿון מדינת-ישׂראל האָבן זיכער אַ רײַכע דערפֿאַרונג אויף דעם געביט און דער דאָזיקער אַפֿאָריזם איז ווי אָנגעפּאַסט גענוי אויף זיי. טערקײַ איז אַ יוצא-מן-הכּלל אין דער מוסולמענישער וועלט. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס בײַ דער מאַכט שטייט איצט אַ פֿרומעוואַטע פּאַרטיי (קריסטלעכע דעמאָקראַטן קומען דאָך צומאָל אויך צו דער מאַכט אין אייראָפּעיִשע לענדער), איז עס—אין תּוך אַרײַן—אַ וועלטלעכע מדינה, און אַ באמת דעמאָקראַטישע דערצו. אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט טערקײַ געטרײַ געדינט די אינטערערסן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער גאַנצער מערבֿדיקער וועלט. עס האָט גוטע באַציִונגען מיט ישׂראל. |