פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טערקײַ איז אַ יוצא-מן-הכּלל אין דער מוסולמענישער וועלט. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס בײַ דער מאַכט שטייט איצט אַ פֿרומעוואַטע פּאַרטיי (קריסטלעכע דעמאָקראַטן קומען דאָך צומאָל אויך צו דער מאַכט אין אייראָפּעיִשע לענדער), איז עס—אין תּוך אַרײַן—אַ וועלטלעכע מדינה, און אַ באמת דעמאָקראַטישע דערצו. אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט טערקײַ געטרײַ געדינט די אינ­טערערסן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער גאַנצער מערבֿדיקער וועלט. עס האָט גוטע באַציִונגען מיט ישׂראל. ניט געקוקט אויף דער פֿרײַנדשאַפֿט מיט דײַטשלאַנד, האָט טערקײַ בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה זיך אויפֿגעפֿירט גאַנץ לײַטיש לגבי די ייִדן. זיכער לײַטישער איידער, אַ שטייגער, די נאַצישע בעלפֿערס אין פֿראַנקרײַך צי אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער.

לויטן שׂכל-הישר וואָלט מען, דאַכט זיך, געדאַרפֿט אַזאַ לאַנד אַרומטראָגן אויף די הענט, נוצן עס די גאַנצע צײַט ווי אַ מוסטער פֿאַר דער איבעריקער מוסולמענישער וועלט. ווײַל וווּ וועט מען נאָך נעמען אַזאַ שותּף? אָבער עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די מערבֿדיקע לענדער בכלל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן בפֿרט זײַנען די גאַנצע צײַט ניט צופֿרידן מיט טערקײַ. אַנדערש איז שווער צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס אַ קאָמיטעט פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט דווקא איצט געמוזט אָננעמען אַ רעזאָלוציע מכּוח דער שחיטה פֿון אַרמענער אין יאָר 1915. די רעזאָ­לוציע דעפֿינירט די שחיטה ווי גענאָציד, און דאָס איז אַ שריט אויפֿן וועג צום אָננעמען אַזאַ דעפֿיניציע מצד דעם גאַנצן קאָנגרעס.

פֿרעגט זיך: וואָס האָט אַרויסגערופֿן די נייטיקייט צו באַשעפֿטיקן זיך מיט דעפֿיניציעס אין שײַכות מיט די טראַגישע געשעענישן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעשפּילט נאָך איידער די מאָדערנע טערקישע מדינה האָט זיך אויס­געפֿאָרמירט אויף די חורבֿות פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע? פֿאַר וואָס ניט דערמאָנען זיך, למשל, וועגן דער שחיטה פֿון סלאַווישע שבֿטים אין צענטן יאָרהונדערט, ווען די טאָטערן און מאָנגאָלן האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין אייראָפּע? שוין אָפּגעשמועסט פֿון די שרעקלעכע פֿאַר­ברעכנס אין אַפֿריקע — גאָר ניט לאַנג צוריק און אויך הײַנטיקע טעג?

אפֿשר ווייסן מיר ניט דעם סוד און אַרמעניע שפּילט, אין דער אמתן, אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער איצטיקער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, צי מע דערוואַרט עפּעס פֿון דער אַרמענער עקאָנאָמיע? דאָס לעצטע מאָל, ווען איך האָב עס קאָנטראָלירט, האָט אַרמעניע אויסגעזען ווי אַן אָרעם לאַנד, כּמעט אָן מינעראַלע רעסורסן, און אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון רוסלאַנד. אָדער דורך אַזאַ רעזאָלוציע וויל דער קאָנגרעס געווינען די ליבע פֿון אַרמעניע און זי אָפּשטויסן פֿון רוסלאַנד? אַ סבֿרא, אַז ס׳איז אויך ניט אַזוי, ווײַל אַ סך פֿירנדיקע אַמעריקאַנער טוער מיט אַ דיפּלאָמאַטישער דערפֿאַרונג האָבן זיך אַרויסגעזאָגט קעגן דעם גאַנצן ענין.

עס קען זיך מאַכן, אַז איך האָב עפּעס ניט באַמערקט, און די גאַנצע אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט איז געווען לעצטנס אויפֿגערודערט מיט דער טראַגעדיע אין יאָר 1915, און מע האָט נאָר וועגן דעם גערעדט אין אַלע "סטאַרבאַקסן“. אָדער, לכל-הפּחות, ווייסן שוין ס׳רובֿ אַמעריקאַנער, וווּ עס געפֿינט זיך אויף דער מאַפּע אַרמעניע און ווי אַזוי זי איז אַנדערש אין פֿאַרגלײַך מיט די שכנים אירע — גרוזיע און אַזערבײַדזשאַן.

אָבער מע זעט ניט עס זאָל בײַם ברייטן אַמעריקאַנער עולם זיך געווען אויפֿגעוועקט אַן אינטערעס צו דער אַרמענישער שפּראַך, ליטעראַטור, מוזיק, געשיכטע און מאכלים. אין דער האָליוווּד-פּראָדוקציע פֿילט מען אויך ניט קיין קער צו אַרמעניע. בכלל, בין איך זיכער, אַז קיין דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער וועט בשום-אופֿן, אַפֿילו אויב מע וועט אים סטראַשען מיט שרעקלעכע יסורים, ניט קענען זיך דערמאָנען אין קיין טוער פֿון דעם אַרמענישן פּאָליטישן צי קולטורעלן לעבן.

הקיצור, ס׳איז זייער שווער צו באַרעכטיקן, פֿאַר וואָס פּלוצעם האָט מען געדאַרפֿן רייצן טערקײַ. מיר שײַנט, אַז די איינציקע לאָגישע סיבה איז — איראַק. פֿאַר דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע איז די גענאָציד-רעזאָלוציע ווי אַ ביין אין האַלץ. דורך טערקײַ קומט אָן קיין איראַק בערך 70 פּראָצענט פֿראַכט און 30 פּראָצענט ברענשטאָף פֿאַר דער אַמעריקאַנער מיליטער. טאָמער טערקײַ וועט זיך ערנסט באַליידיקן, קען עס האָבן ערנסטע אָפּקלאַנגען. אַזוי אַז צולהכעיס שטעקט אין דעם באַשלוס אַ דעקלאַראַציע, וואָס פֿירט בלי-ספֿק צו קאָמפּליקאַציעס אין די טערקיש-אַמעריקאַנער באַציִונגען.

מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אין אַרמעניע, איך האָב ליב באַקומען דאָס לאַנד און דאָס פֿאָלק. ניט איין מאָל האָט מיך דורכגעמונען אַ שוידער, ווען איך האָב געלייענט צי געהערט ווי מע האָט אויסגעהרגעט אַזוי פֿיל אומשולדיקע מענטשן. און נאָך איין זאַך: פֿון סאַמע אָנהייב אָן בין איך געווען — און געבליבן — אַ קעגנער פֿון דעם וואָס מע האָט אָפּגעטאָן אין איראַק. און דאָך, האָב איך אַ געפֿיל, אַז די גענאָציד-רעזאָלוציע און (בפֿרט) די צײַט פֿאַר איר אָננעמען אין דעם קאָנגרעס-קאָמיטעט ווײַזט קלאָרע סימנים אָדער פֿון אומפֿאַראַנטוואָרטלעכן סאַבאָטאַזש, אָדער פֿון סתּם נאַרישקייט.