- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַן עקספּערימענט אין די ניו-יאָרקער שולן געפֿינט זיך איצט אין פֿאָקוס פֿון פּאָליטיקער, זשורנאַליסטן און פּעדאַגאָגן. דער עקספּערימענט כאַפּט אַרום 6,000 אָרעמע שוואַרצע און היספּאַנישע תּלמידים. דער אײַנפֿאַל איז אַזאַ: אַ תּלמיד קען פֿאַרדינען ביז 250 דאָלאַר אַ יאָר, טאָמער דאָס קינד ווײַזט גוטע רעזולטאַטן אין לערנען. דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט פֿאָרגעלייגט ראָלאַנד פֿרײַער, אַ 30־יאָריקער אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿון האַרוואַרד-אוניווערסיטעט. אין פֿאַרלויף פֿון זײַן באַזוך אין ישׂראל און אין די פּאַלעסטינער שטחים אין יאַנואַר דאָס יאָר, האָט פּרעזידענט בוש אויסגעדריקט זײַן וווּנטש, אַז די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען זאָלן ברענגען צו אַ שלום־אָפּמאַך צווישן ביידע צדדים, מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה, ביז סוף יאָר 2008. אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין ירושלים, האָט פּרעזידענט בוש אוטערגעשטראָכן, אַז ער האָט קלאָר געמאַכט אהוד אָלמערטן און אַבו מאַזענען, אַז זיי מוזן מאַכן פּראָגרעס אויף 4 פּאַראַלעלע דרכים. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, געדונגען אַ דירה אין אַ ווילע, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן ברעג פֿונעם אַדריאַטישן ים אין צפֿון-קראָאַטיע. די באַלעבאָסטע פֿון דער ווילע האָט אונדז געזאָגט, אַז ניט ווײַט פֿון דעם אָרט געפֿינט זיך דער צענטער פֿונעם דאָרף, מיט קראָמען וכד׳. אין דער פֿרי, ווען מיר זײַנען געקומען צו פֿאָרן אין דעם דאָזיקן דאָרף-צענטער, האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן זײַן מערבֿ-אייראָפּעיִשקייט — עפּעס אַזוינס האָבן מיר שוין געזען אין כּלערליי אַנדערע לענדער: אין קאַפֿעען זיצן מענטשן, לייענען צײַטונגען, שמועסן, עסן. אין אַ פּאָר ווענט געפֿינען זיך מזומן-אויטאָמאַטן. דאָס וואָרט "גלאָבאַליזאַציע" האָט פֿאַר מיר אַ פּערזענלעכן אינהאַלט. איך האָב צוויי בירגערשאַפֿטן — אַ בריטישע און אַ רוסישע. אמת, דער רוסישער פּאַס איז בײַ מיר שוין היפּש פֿאַרעלטערט געוואָרן, אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. אַרבעטן אַרבעט איך אין ניו-יאָרק, אָבער אונדזער משפּחה-נעסט איז אין אָקספֿאָרד. אין משך פֿון די קומענדיקע פֿיר חדשים וועל איך פֿאַרברענגען צו צוויי וואָכן אין איטאַליע און דײַטשלאַנד, און צו עטלעכע טעג אין שפּאַניע און רומעניע. די מדינה האָט נאָך נישט באַוויזן אַראָפּצוציִען פֿון זיך די יום־טובֿדיקע בגדים פֿון די יובֿל־פֿײַערונגען, ווי זי איז גלײַך געוואָרן אַרײַנגעצויגן אין דעם קאָכעדיקן קעסל פֿון אַ נײַער קרימינעל־פּאָליטישער זאַווערוכע: זי איז דורך דער פּאָליציי און דער מדינה־פּראָקוראַטור אַוועקגעשטעלט געוואָרן פֿאַר דער וואָרענונג, אַז בײַם רודער פֿון דער מדינה שטייט אַ פֿאַרדעכטיקטער אין האַרבע עבֿירות קעגן די מלוכישע געזעצן, פֿאַרדעכטיקט אין קאָרופּציע און כאַבאַר; און אַז ער איז עלול צו באַצאָלן פֿאַר זיי נישט בלויז מיט זײַן פּאָליטישער קאַריערע, נאָר אויך מיט זײַן פּערזענלעכער פֿרײַהייט. און די מדינה קאָן פֿאַר דעם באַצאָלן מיט אַ נײַעם פּאָליטישן קריזיס. "אין קיין לאַנד איז דאָס עסן נישט געווען פֿון אַזאַ וויכטיקייט, ווי אין דײַטשלאַנד נאָך דער [ערשטער וועלט] מלחמה-צײַט. די מענטשן, וועלכע האָבן יאָרנלאַנג אויסגעהונגערט זיך נאָך אַ ביסל פֿעטס און באַגנוגענען זיך געלאָזט מיט כּלערליי ערזאַץ-מיטלען, האָבן מיט אַ מאָדנער זשעדנעקייט נאָך דער מלחמה זיך געוואָרפֿן אויף שפּײַז. יעדער מאָלצײַט איז געפּראַוועט געוואָרן ווי אַ גרויסער יום-טובֿ. אינטעליגענטן, מענטשן פֿון העכסטער גײַסטיקייט, האָבן נישט געקאָנט אונטערדריקן אין זיך דעם קאַניבאַלישן חשק, צו דער צײַט, ווען ס׳וועט אַרויסגיין דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס", וועט רוסלאַנד שוין האָבן דעם נײַעם פּרעזידענט — דמיטרי מעדוועדיעוו. איך שרײַב עס פֿריִער פֿונעם 7טן מײַ, דעם טאָג פֿון איבערלייגן די לייצעס פֿון וולאַדימער פּוטינס הענט. אָבער גאָר ניט אַלע לייצעס וועט ער אָפּגעבן, ווײַל זייער אַ סך מאַכט פֿאַרבלײַבט בײַ אים: ער וועט קאָמאַנדעווען מיט דער רעגירונג, ער וועט אָנפֿירן מיט דער פֿירנדיקער פּאַרטיי "פֿאַראייניקט רוסלאַנד" (אָן ווערן איר מיטגליד!), און ער איז די פּאָפּולערסטע פּערזענלעכקייט אין לאַנד. דער צפֿונדיקער שטערן, דער שטערן פֿון מזל, וואָס הענגט אויפֿן הימל איבער מדינת־ישׂראל, פֿינקלט און ווינקט אַראָפּ צו איר, זינט איר אויפקום מיט זעכציק יאָר צוריק, מיט קעגנדײַטיקע אָנדײַטונגען. דער הערשער פֿון סיריע, דער יונגער באַשאַר על־אַסאַד, האָט געירשנט פֿון זײַן פֿאָטער כאַפֿעז על־אַסאַד, צוזאַמען מיט דעם דיקטאַטאָרישן רעזשים אין דעם לאַנד — אויך די טאָפּלדײַטיקע סטראַטעגיע, וואָס צילט צו פֿאַרשטאַרקן די פּאָליטישע פּאָזיציע פֿון סיריע און צו פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ צענטראַלן און דאָמינירנדיקן פֿאַקטאָר אין מיטעלן מיזרח. ס‘איז טאַקע אַ פֿאַקט, אַז נאָך דעם ווי די "קאַלטע מלחמה" האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז אַמעריקע געבליבן דער איינציקער באַלעבאָס אין דער גלאָבאַלער וועלט־פּאָליטיק. דעם פֿאַקט אָבער האָט מען אין וואַשינגטאָן פֿאַרטײַטשט אויף אַן אייגענעם אופֿן: דאָס "ווײַסע הויז" קאָן איצט אַליין, אָן זיך אַן עצה טאָן מיט זײַנע פֿרײַנד, אָדער שׂונאים, אָננעמען באַשלוסן און לייזן אַלע פּראָבלעמען. דער חורבן, גוט באַקאַנט אויף דער גאָרער וועלט מיטן העברעיִשן באַגריף "שואה", איז דער באַצייכענונגס־נאָמען פֿאַר דער סיסטעמאַטישער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן דורכגעפֿירט אין פֿארלויף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות זענען נישט געווען קיין זעלטענע דערשײַנונג אין דער ייִדישער געשיכטע. אָבער דער חורבן איז געוואָרן אַן אויסנאַמלעכע געשעעניש מיט זײַן דימענסיע, מעטאָדן און אויך מיט דער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט עקזיסטירט הינטער אים: ער איז געווען אַ ראַסיסטישער און נישט קיין רעליגיעזער. ספּעציעלער אינטערוויו פֿאַרן “פֿאָרווערטס" מיטן מנהיג פֿונעם רעליגיעזן ציוניזם זבֿולון אורלבֿ אין די ראַמען פֿון דער סעריע אַרטיקלען וועגן רעליגיעזן ייִדנטום אין מדינת־ישׂראל צו איר 60סטן יוביליי, האָבן מיר געהאַט די געלעגנהייט צו אינטערוויויִרן דעם דינאַמישן מפֿד"ל־פֿאָרזיצער זבֿולון אורלבֿ (אָרלעוו), וועלכער שטייט גלײַכצײַטיק בראָש פֿון דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר מדינה־קאָנטראָל און אים שטעלן אַ ריי פֿראַגעס וועגן זײַן אַרבעט און וועגן דער ראָלע וואָס זײַן פּאַרטיי שפּילט אינעם פּאָליטישן לעבן. דעם 5טן יולי 1950 האָט די כּנסת באַשטעטיקט דעם "חוק השבֿות" — דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ, לויט וועלכן יעדער ייִד האָט דאָס רעכט עולה צו זײַן קיין ישׂראל. דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ איז דער צענטראַלער יורידישער אויסדרוק, אַז מדינת־ישׂראל איז די מדינה פֿון ייִדישן פֿאָלק. דאָס אָננעמען דעם רעפּאַטריאַציע־געזעץ איז געווען אַ נאַטירלעכע אַנטוויקלונג פֿון דעם, |