פּאָליטיק
זבֿולון אורלבֿ
זבֿולון אורלבֿ

ספּעציעלער אינטערוויו פֿאַרן “פֿאָרווערטס" מיטן מנהיג פֿונעם רעליגיעזן ציוניזם זבֿולון אורלבֿ


אין די ראַמען פֿון דער סעריע אַרטיקלען וועגן רעליגיעזן ייִדנטום אין מדינת־ישׂראל צו איר 60סטן יוביליי, האָבן מיר געהאַט די געלעגנהייט צו אינטערוויויִרן דעם דינאַמישן מפֿד"ל־פֿאָרזיצער זבֿולון אורלבֿ (אָרלעוו), וועלכער שטייט גלײַכצײַטיק בראָש פֿון דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר מדינה־קאָנטראָל און אים שטעלן אַ ריי פֿראַגעס וועגן זײַן אַרבעט און וועגן דער ראָלע וואָס זײַן פּאַרטיי שפּילט אינעם פּאָליטישן לעבן.

די ערשטע פֿראַגע האָט געהאַט צו טאָן מיט די דערגרייכונגען פֿונעם מפֿד"ל אין משך פֿון די לעצטע 60 יאָר און וועלכע עס זענען די פּלענער פֿאַר דער צוקונפֿט?

זבֿולון אורלבֿ: איך דענק, אַז מפֿד"ל האָט באַוויזן צו צעמענטירן דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון דער מדינה, דורכן סאַנקציאָנירן 70 געזעצן, וועלכע זענען אַ פּראָדוקט פֿון איר איניציאַטיוו, און רעגולירן די באַציִונגען צווישן דער מדינה און תּורת־ישׂראל, ווי למשל — דעם געזעץ פֿון רבנישע בתּי־דין, דעם הויפּט־ראַבינאַט, רעליגיעזע באַדינגונגען פֿאַר ישׂראל־בירגער און פֿיל אַנדערע וואָס האָבן פֿאַרוואַנדלט ישׂראל אין דער מדינה פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און דאָס איז די עקסקלוסיווע הצלחה פֿונעם מפֿד"ל.

צווייטנס, דער מפֿד"ל האָט באַוויזן צו צעמענטירן דעם רעליגיעזן חינוך וואָס איז לויט זײַן פֿאַרנעם דער צווייטער אין דער מדינה. צוואַנציק פּראָצענט פֿון אַלע תּלמידים באַקומען אַ רעליגיעז־נאַציאָנאַלן חינוך, אָנהייבנדיק פֿונעם קינדער־גאָרטן, פֿאָלקשולן, מיטלשולן, לערן־אַנשטאַלטן פֿאַר מיידלעך, געוויינלעכע ישיבֿות, אַקאַדעמישע שולן און דעם בר־אילן־אוניווערסיטעט.

אויפֿן סאָציאַל־לאַנדווירטשאַפֿטלעכן געביט האָט מפֿד"ל געשאַפֿן כּמעט 30 קיבוצים, העכער הונדערט מושבֿים און 70 קאָלאָניעס אין יהודה און שומרון. דער גרעסטער אויפֿטו פֿון מפֿד"ל איז דאָס דערציִען אַ דור וואָס טראָגט געשטריקטע יאַרמלקעס און שפּילט אַ באַטײַטיקע ראָלע אין אַלע אַספּעקטן פֿונעם ישׂראל־לעבן, בעיקר אין צה"ל. וווּ מען גייט און וווּ מען שטייט זעט מען יוגנטלעכע מיט געשטריקטע יאַרמלקעס וואָס צייכענען זיך אויס מיט זייער וויסן, ערנסטקייט און איבערגעגעבנקייט צו דער מדינה. די דאָזיקע יוגנט איז געוואָרן אַ דערפֿאָלגרײַכער סימבאָל פֿון אַלץ וואָס איז פּאָזיטיוו. וואָס שייך דער צוקונפֿט האָבן מיר אַ ברייט־פֿאַרמאָסטענע אַרבעט, בעיקר בנוגע דעם נישט־רעליגיעזן סעקטאָר. מיר באַפֿרידיקן זיך נישט מיט דעם וואָס אונדזער חינוך האָט מצליח געווען. מיר ווילן אויסברייטערן און פֿאַרטיפֿן דעם דאָזיקן חינוך אויך פֿאַר אַנדערע סעקטאָרן און ווילן, אַז אונדזער יוגנט זאָל האָבן מער גרינטלעכע ידיעות וועגן יהדות; זאָרגן, אַז דער שבת אין דער מדינה זאָל האָבן אַ מער ייִדישן כאַראַקטער און דאָס אַלץ איז פֿאַרבונדן, ווי באַוווּסט, מיט גרויסע אָנשטרענגונגען.

וואָס שייך דער צוקונפֿט, איז עס פֿאַרבונדן מיט אונדזער פּאָליטישער טעטיקייט, ווײַל מיר זאָרגן, אַז די שטחים זאָלן בלײַבן אין ייִדישע הענט און אין דעם זין פֿירן מיר אַ ברייט־פֿאַרמאָסטענעם קאַמף, ווײַל מיר האַלטן אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט רעכט אויף גאַנץ ארץ־ישׂראל. אַ חוץ דעם שטייען מיר פֿאַר אַ קאָלאָסאַלן קאַמף אויפֿן סאָציאַלן געביט. ישׂראל איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ סופּער־קאַפּיטאַליסטישע מדינה מיט שאַרפֿע סאָציאַלע אונטערשיידן צווישן רײַכע און אָרעמע. די פּראָבלעם קאָן נאָר געלייזט ווערן ווען מיר וועלן אײַנפֿירן סאָציאַלע געזעצן וואָס וועלן זיך שטיצן אויף דער ייִדישער מאָראַל און נישט אויף ליבעראַלע ווירטשאַפֿטלעכע געזעצן וואָס האָבן דערפֿירט צו די דאָזיקע שאַרפֿע דיפֿערענצירונגען.

פֿאָרווערטס: קאָנט איר זאָגן מיט דער פֿולער זיכערקייט, אַז די כּנסת האָט נישט סאַנקציאָנירט געזעצן וואָס זענען אין סתּירה צו דער תּורה?

זבֿולון אורלבֿ: איך קאָן זאָגן מיט דער פֿולער זיכערקייט, אַז די כּנסת האָט קיין מאָל נישט געהאַט בדעה צו סאַנקציאָנירן געזעצן וואָס זענען אין סתּירה צו דער הלכה. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס זענען געווען דיסקוסיעס איבער פֿראַגעס פֿון רעליגיעזן כאַראַקטער, נאָר מען האָט נישט געוואָלט פֿאַרלעצן די געזעצן פֿון דער תּורה. פֿאַראַן אָבער אַ צווייטע פּראָבלעם, דהײַנו — די כּנסת איז אומבאַהאָלפֿן וואָס שייך צווינגען, אַז די געזעצן וואָס זענען דורך איר אָנגענומען געוואָרן, זאָלן ווערן האָנאָרירט. מיר זעען ווי אַזוי דאָס געזעץ וועגן שבת־רו ווערט פֿאַרשוועכט און מען טוט גאָרנישט קעגן דעם.

פֿאַראַן בײַ אונדז אַ געזעץ וועגן אַרבעט און רו, לויט וועלכן מען קאָן קיינעם נישט צווינגען צו אַרבעטן אין די שבתים, נאָר אויף דעם געביט הערשט אַ גוואַלדיקע הפֿקרות. פֿאַראַן אויך אַ געזעץ, אַז חתונות דאַרפֿן דורכגעפֿירט ווערן לויט דער הלכה, נאָר 30% פֿון אַלע הייראַטן זענען נישט כּדת משה וישׂראל און פֿאַראַן אויך אַנדערע געזעצן וואָס ווערן פֿאַרלעצט. אַזוי, אַז אונדזער פֿליכט איז נישט אונטערצונעמען איניציאַטיוועס וועגן נײַע געזעצן, נײַערט זען אַז די געזעצן וואָס מען האָט שוין אָנגענומען זאָלן רעספּעקטירט ווערן. אין דעם זין דאַרף מען באַאײַנפֿלוסן די מנהיגים פֿון די סעקולערע פּאַרטייען.

ובנוגע דער טעטיקייט פֿון די מפֿד"ל־פֿאָרשטייער אין דער כּנסת זאָגט זבֿולון אורלבֿ, אַז זיי פֿירן אויס זייער פֿליכט לפֿי דער אידעאָלאָגיע פֿון דער פּאַרטיי, ווי קעמפֿן פֿאַר דער פֿאַרשטאַרקונג פֿונעם רעליגיעזן חינוך און די געזעצן וואָס זענען בשעתּו סאַנקציאָנירט געוואָרן. “מיר זאָגן, אַז נישט געקוקט וואָס מיר זענען אין דער אָפּאָזיציע דאַרף אונדזער חינוך נישט לײַדן צוליב דעם. מיר היטן די אינטערעסן פֿון די אײַנוווינער אין יהודה און שומרון און אַנדערע ייִשובֿים פֿון מדינת־ישׂראל און אַרום דעם ענין ווערט געפֿירט אַן אינטענסיווע פּאַרלאַמענטאַרישע טעטיקייט כּדי נישט דערלאָזן, אַז געוויסע געזעצן זאָלן געניזוקט ווערן."

פֿאָרווערטס: אין יאָר 1978 האָט מפֿד"ל געהאַט 12 פֿאָרשטייער אין כּנסת און איצט — קוים דרײַ. וואָס איז מיט אײַך געשען? וווּ זענען נעלם געוואָרן אײַערע וויילער?

זבֿולון אורלבֿ: אין 1978 זענען טאַקע געווען 12 דעפּוטאַטן, נאָר עס זענען נישט געווען קיין אַנדערע מיט געשטריקטע יאַרמלקעס אַ חוץ מפֿד"ל. אַלע וועלכע זענען געווען רעליגיעזע ציוניסטן, זײַנען געווען מיטגלידער פֿון מפֿד"ל. הײַנט זיצן אין כּנסת 16 דעפּוטאַטן וואָס טראָגן געשטריקטע יאַרמלקעס, נאָר זיי געהערן צו נײַן פּאָליטישע גרופּירונגען. דאָס איז די גרויסע טראַגעדיע פֿונעם רעליגיעזן ציוניזם. זיי זיצן אין “מולדת," “קדימה," “עבֿודה," “ליכּוד," “ישׂראל ביתנו" און אַנדערע. ווען אונדזערע סימפּאַטיקער וועלן נישט שטימען פֿאַר זיי, וועלן זיי זיך אומקערן צום מפֿד"ל.

אויף דער פֿראַגע הלמאי די יוגנטלעכע וואָס ווערן דערצויגן אין די מפֿד"ל־אַנשטאַלטן שטימען פֿאַר אַנדערע פּאַרטייען, ענטפֿערט זבֿולון אורלבֿ, אַז דאָס איז נישט ריכטיק און אויב עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע איז עס אַ פּועל־יוצא פֿון דעם וואָס יוגנטלעכע זענען מער עקסטרעמיסטיש געשטימט און מפֿד"ל איז נישט קיין עקסטרעמיסטישע פּאַרטיי. “דער וועג פֿון מפֿד"ל איז נישט קיין פּשוטער. מיר האַלטן, אַז די רעליגיעזע דאַרפֿן גיין פֿאַראייניקט מיט וועלטלעכע. נאָך שווערער איז צו פֿאַרשטיין הלמאַי מיר דאַרפֿן זײַן אָרטאָדאָקסן און ציוניסטן. דערפֿאַר האָבן מיר פּראָבלעמען מיט אונדזער יוגנט וואָס וויל זען אַלץ ווײַס אָדער שוואַרץ. די סטאַטיסטיק ווײַזט אָבער, אַז די צאָל יוגנטלעכע אין מפֿד"ל וואַקסט און ציפֿערן קאָן מען נישט אָפּלייקענען."

ובנוגע די טענות, אַז מפֿד"ל פֿירט נישט קיין טעטיקייט אין אירע פֿיליעס אין משך פֿון יאָר, זאָגט אורלבֿ, אַז דאָס איז נישט ריכטיק. “אירע פֿאָרשטייער אין די מוניציפּאַליטעטן אָרגאַניזירן סעמינאַרן, תּנ"ך־קרײַזן, קאָנצערטן, ווי אויך אַנדערע טעטיקייטן לטובֿת דעם רעליגיעזן סעקטאָר, און וואָס טוט 'עבֿודה,' דער 'ליכּוד' און אַנדערע פּאַרטייען?" פֿרעגט ער. “יעדע פּאַרטיי טוט איר אַרבעט."

אויף דער פֿראַגע, וואָס דענקט צו טאָן דער מפֿד"ל קעגן די כּוונות פֿון אָלמערט צו צעשטערן די קאָלאָניעס אין יהודה און שומרון, ווי מען האָט עס געטאָן אין גוש־קטיף, זאָגט אורלבֿ, אַז “מיר וועלן אַלץ טאָן צו באַזײַטיקן די דאָזיקע רעגירונג. מיר האָבן איבערגעצײַגט," זאָגט ער, “אַבֿיגדור ליבערמאַנען פֿון 'ישׂראל ביתנו' צו פֿאַרלאָזן די קאָאַליציע און דאָס טוען מיר מיט ש"ס און 'עבֿודה,' ווי אויך אָפּלייגן די פּאָליטישע איניציאַטיוועס וואָס אָלמערט האָט אונטערגענומען און וואָס שטעלן אין סכּנה דעם קיום פֿון דער מדינה. דעריבער ווילן מיר צואײַלן די וואַלן."

פֿאָרווערטס: ווען מפֿד"ל וואָלט געשטאַנען בראָש פֿון דער רעגירונג, וואָס וואָלט איר געטאָן צו באַקעמפֿן דעם טעראָר?

זבֿולון אורלבֿ: מיר וואָלטן זיך נישט גערעכנט אַזוי שטאַרק מיט די באַגרענעצונגען פֿון אינטערנאַציאָנאַלן כאַראַקטער. אָלמערט טוט אַ גרויסן פֿעלער דערמיט וואָס ער שרעקט זיך שטאַרק פֿאַר עווענטועלע אינטערנאַציאָנאַלע סאַנקציעס. מיר וואָלטן, למשל, נישט געפֿירט קיין פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער ביז זיי וועלן נישט אויסוואָרצלען דעם טעראָר. מיר וואָלטן זיי נישט געגעבן קיין געווער, אָדער דערלויבן זיך צו באַוועגן איבער די שאָסייען פֿון יהודה און שומרון און נישט מוותּר געווען אויף צה"ל־אַקציעס ביז מען וועט נישט אָפּשטעלן די ראַקעטן־אָנגרײַפֿן אויף דער מדינה.

זבֿולון אורלבֿ האַלט, אַז אין יהודה און שומרון האָט מפֿד"ל געקראָגן אַ היפּשע צאָל שטימען, “ווײַל די תּושבֿים ווייסן, אַז מיר זענען אַ פּאַרטיי וואָס קעמפֿט פֿאַר זייערע אינטערעסן" און וואָס שייך דאָס פֿעלן פֿון איניציאַטיוועס צו פֿאַראייניקן אַלע רעליגיעזע פּאַרטייען, דערמאָנט ער, אַז בעת די ערשטע וואַלן צו דער כּנסת, איז געווען אַ “חזית דתית" (אַ פֿאַראייניקטער רעליגיעזער פֿראָנט) און די וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּאָלטן זענען געווען די פֿירער און רבנים פֿון “אַגודת־ישׂראל." דאַרף איצט קומען די איניציאַטיוו פֿון זיי. מיט מפֿד"ל וועט נישט זײַן קיין פּראָבלעם. “ווען עס וועט קומען אַן אָנבאָט וועגן אַחדות וועלן מיר זײַן די ערשטע אים אויפֿצונעמען פּאָזיטיוו. שוין צײַט עס זאָל הערשן אַחדות אין די אָרטאָדאָקסישע רייען און עס זאָל זײַן — שלום על ישׂראל."