- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ניט לאַנג צוריק האָב איך גערעדט מיט אַ באַיאָרנטן פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנקרײַך, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין בעסאַראַביע און האָט ניט פֿאַרגעסן זײַן מאַמע-לשון. פּלוצעם האָט ער אַ זאָג געטאָן אויף רוסיש: Если враг не сдается – его уничтожают! ("אויב דער שׂונא קאַפּיטולירט ניט —פֿאַרניכטעט מען אים!") און ער האָט דערקלערט, אַז דער דאָזיקער סאָוועטישער לאָזונג האָט זיך אין זײַן זכּרון אײַנגעקריצט, ווײַל די דאָזיקע ווערטער זײַנען געשטאַנען געשריבן אין אַ סך ערטער פֿון זײַן היים-שטעטל, ווען אַהין איז אַרײַן די רויטע אַרמיי בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. געוויינטלעך, ווען דער אַמעריקאַנער ראַט פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים ("אַר־סי־איי") גיט אַרויס אַ נײַע תּקנה, הערט מען דאָ און דאָרט אַ פּראָטעסט פֿון געוויסע רבנים אין דער אָרגאַניזאַציע, אָבער מיט דער צײַט בעט מען זיך איבער, אָדער די אָפּאָזיציע שלינגט עס אַראָפּ, צוליב שלום־בית. אָבער ווען דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר געמאָלדן אַ פֿולשטענדיקע ענדערונג אין איר פּאָליטיק וואָס שייך דעם גיור־פּראָצעס, האָט עס אַרויסגערופֿן אַזאַ פּראָטעסט מצד אַ צאָל אָנגעזעענע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿירער, אַז עס קאָן מיט דער צײַט ממש צעשפּאַלטן די אַמעריקאַנער רבנים־געזעלשאַפֿט. אַז מען האָט געפֿרעגט דעם ישׂראלדיקן שרײַבער אַמנון שמש (שאַמאַש), ווי אַזוי זעט ער די ערשטע 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָט ער געענטפֿערט: “אַ האַלב פֿולע גלאָז — צעפּלאַצט צו ווערן, און אַ האַלב ליידיקע גלאָז — משוגע צו ווערן." אין מײַן אַרטיקל אין “פֿאָרווערטס" פֿון 9טן מײַ וועגן די 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָב איך, צוליב דער פֿײַערלעכקייט פֿון דער געשעעניש, באַצייכנט די האַלבע פֿולע גלאָז, רומעניע שאַפֿט ניט ווייניק קאָפּווייטיקן פֿאַר אַנדערע לענדער. למשל, דורך שאַפֿן אַ מעגלעכקייט פֿאַר בירגער פֿון אַנדערע לענדער צו באַקומען רומענישע פּעסער. צוליב דעם מוזן די אויסלענדער צי זייערע עלטערן (צי אַפֿילו די עלטערן פֿון זייערע עלטערן) שטאַמען פֿון רומעניע. די בעלנים צו האָבן אַ רומענישן פּאַס דאַרפֿן אויך קענען רומעניש. אויף אַזאַ אופֿן מעגן ווערן רומענישע בירגער הונדערטער טויזנטער מאָלדאָוואַנער, אוקראַיִנער (בפֿרט פֿון בוקאָווינע), ווי אויך ישׂראלים וכ׳. נישטאָ מער קיין אידיליע, קיין שלום־בית, אין דער איצטיקער רעגירונג פֿון ישׂראל. נאָכן איבערקומען די ברויזנדיקע תּקופֿה פֿון מער ווי צוויי יאָר אין אַ זעלטענער אידיליע, איז זי איצט געוואָרן אַ רעגירונג, וואָס האָט פֿאַרלוירן דעם פּאָליטישן צוטרוי צו זיך אַליין. פֿאָרמעל אָבער "לעבט זי נאָך", און אַפֿילו גאַנץ עפֿעקטיוו, אויך אָן דעם צוטרוי פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. איר גורל וועגט זיך אָבער אין די עצם שעהן ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות. דער סאַודיער מיניסטער פֿון נאַפֿט, שייך אַלי אַל־נואַמי, האָט לעצטנס, בשעת אַ צוזאַמענטרעף פֿון די "אָפּעק"-לענדער, אַ זאָג געטאָן: "געדענקט, אַז די שטיין-תּקופֿה האָט זיך פֿאַרענדיקט ניט ווײַל דער פֿאַרצײַטיקער מענטש האָט אויסגעשעפּט דעם קוואַל פֿון שטיינער". דאָס איז געווען אַן ענטפֿער אויף די פֿאָדערונגען אויסצואַרבעטן מער נאַפֿט. דער געדאַנק איז געווען אַ קלאָרער, דהײַנו: מע דאַרף זוכן סובסטיטוטן פֿאַר נאַפֿט. ישׂראל געהערט צו די לענדער אויף דער וועלט וואָס האָט נישט קיין געשריבענע קאָנסטיטוציע; אָבער זי ווערט אָנגעפֿירט קאָנסטיטוציאָנעל פֿונעם ערשטן טאָג אָן זינט איר אַנטשטייונג. דער ערשטער דאָקומענט ווײַזט פֿאַקטיש אָן דעם וועג צו רעגירן אין ישׂראל, איז ישׂראלס “מגילת־העצמאות", די אומאָפּהענגיקייט־פּראָקלאַמירונג פֿון 14טן מײַ 1948. "עס איז ממש אַ וווּנדער ווי אַזוי ער האָט דאָס באַוויזן אין איין וואָך אַריבערצוגיין וווינען אויפֿן גולן, אויפֿצושטעלן אַן אַלטערנאַטיווע רעגירונג, באָמבאַרדירן איראַן — דאָס אַלץ אָבער מיטן בלויזן מויל — און דערמיט גורם צו זײַן דעם שאַרפֿסטן אין דער געשיכטע אויפֿשפּרונג פֿון די פּרײַזן פֿון נאַפֿט: 11 דאָלאַר אין משך פֿון איין מעת־לעת, דערנענטערנדיק אים צו 140 דאָלאַר אַ פֿאַס, צו דעם העכסטן פּרײַז אין דער געשיכטע". עס איז גוט באַקאַנט וואָס אַבא אבֿן האָט געזאָגט וועגן די אַראַבער, אַז "קיינמאָל פֿאַרזעען זיי נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ געלעגנהייט". דעם זעלבן געדאַנק האָט זייער דערפֿאָלגרײַך אוסגעדריקט אַ לבֿנונער אינטעלעקטואַל און שרײַבער, סעסיל כוראַני, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. ער האָט געשריבן: "מיר, אַראַבער, האָבן אַ פּסיכאָלאָגישע שוואַכקייט; וואָס מיר גלײַכן נישט, מאַכן מיר דעם אָנשטעל, אַז דאָס עקזיסטירט נישט. (די באַפֿרײַונג און פֿאַראייניקונג פֿון אַלט־ירושלים) אונדזער מדינהלע — מדינת־ישׂראל, איז שוין גאָט צו דאַנקען אַריבער די "זעכציקער", זינט 1948, און אונדזער פֿאַראייניקטע "ירושלים שחוברה לה יחדיו" — האָט שוין גאָט צו דאַנקען, די טעג, אָפּגעפֿײַערט 41 יאָר, זינט איר פֿאַראייניקונג אין 1967… די דאָזיקע צוויי היסטאָרישע דאַטעס האָט מען אין משך פֿון דעם קײַלעכדיקן יאָר אָפּגעמערקט אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם איבערן גאַנצן לאַנד, אַגרעסיווקייט איז אַ סימן-מובֿהק פֿונעם איצטיקן רוסלאַנד. די פּאָליטיקער גרויסן זיך אַפֿילו מיטן איבערנעמען בירושה די מיליטאַנטישקייט פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע און פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מע מאַכט אַ וועזן פֿון יעדן נצחון אין ספּאָרט און קולטור, כּדי אונטערוואַרעמען די נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן פֿונעם פֿאָלק. מע האָט געוווּנען אין דעם וועלט-טשעמפּיאָנאַט אין האָקי (צום ערשטן מאָל אין משך פֿון די לעצטע 15 יאָר) — אַ יום-טובֿ! די פּעטערבורגער פֿוטבאָל-קאָמאַנדע "זעניט" האָט געוווּנען אַ וויכטיקן אייראָפּעיִשן פּריז — ווידער אַ מאָל יום-טובֿ, אַז מען רעדט, דעררעדט מען זיך; אַז מען שיסט — דערשיסט מען זיך. צי איז שוין די 60־יאָריקע, די דערוואַקסענע מדינת־ישׂראל, געקומען צו דער דאָזיקער איבערצײַגונג, און צי איז זי שוין גרייט צו באַצאָלן פֿאַר איר דעם ווייטיקלעכן, אָבער אומפֿאַרמײַדלעכן פֿאַרלאַנגטן פּרײַז? די גרויסע בשׂורה וועגן דער דערעפֿענונג, אָדער "באַנײַונג", פֿון די שלום־געשפּרעכן מיט סיריע בײַ דער טערקישער פֿאַרמיטלונג, וואָס דער פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ היסטאָרישע ווענדונג אין דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט — איז אויפֿגענומען געוואָרן אין לאַנד מיט אַ פּלאָנטער פֿון געפֿילן. |