נישטאָ מער קיין אידיליע, קיין שלום־בית, אין דער איצטיקער רעגירונג פֿון ישׂראל. נאָכן איבערקומען די ברויזנדיקע תּקופֿה פֿון מער ווי צוויי יאָר אין אַ זעלטענער אידיליע, איז זי איצט געוואָרן אַ רעגירונג, וואָס האָט פֿאַרלוירן דעם פּאָליטישן צוטרוי צו זיך אַליין. פֿאָרמעל אָבער "לעבט זי נאָך", און אַפֿילו גאַנץ עפֿעקטיוו, אויך אָן דעם צוטרוי פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. איר גורל וועגט זיך אָבער אין די עצם שעהן ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות.
און עס קען אויך זײַן, אַז ווען זיי וועלן דערגיין צו דעם לייענער, וועט שוין דער גורל פֿון דער רעגירונג זײַן געחתמעט — כאָטש אהוד אָלמערט האָט נאָך אויף קיין רגע נישט איבערגעריסן זײַן אינטענסיווע אַקטיוויטעט, וואָס האָט זעלטן ווען זיך אָנגעזעצט מיט איין מאָל אין אַזאַ כּמות אויף איין מענטש.
אין דעם מאָמענט, טאַקע ווען מיר שרײַבן אָט די שורות, געפֿינט זיך אָלמערט אין שאַרם אַ־שייך, אין מצרים, אויף אַ טרעפֿונג מיטן פּרעזידענט מובאַראַק און באַהאַנדלט מיט אים דעם פֿײַער־איבעררײַס, וואָס איז הײַנטיקע וואָך אַרײַן אין קראַפֿט מיטן "כאַמאַס" אין עזה, און וועגן באַפֿרײַען דעם געקידנעפּטן זעלנער גלעד שליט. דאָס געשעט אין מיטן דער גרויסער חגיגה מיטן וויזיט פֿון דעם פֿראַנצויזישן פּרעזידענט סאַרקאָזי מיט זײַן ווײַב קאַרלאַ ברוני. נעכטן איז אָלמערט געווען זייער גאַסטגעבער אין דער כּנסת און אין זײַן שטוב אין ירושלים, און מאָרגן וועט ער אפֿשר זיך דאַרפֿן געזעגענען מיט זײַן רעגירונג.
דאָס איז, אַגבֿ, נישט קיין נײַע פּאַסירונג. עס איז דאָך שוין געוואָרן אַ רוטין, אַ זאַך, וואָס געשעט בײַ אונדז געוויינטלעך כּמעט מיט יעדער רעגירונג, ווען זי "שעפּט זיך אויס" בערך נאָך אַ האַלבער קאַדענץ: אַזאַ איז געווען דער ביז־איצטיקער דורכשניט פֿון די דרײַסיק רעגירונגען אין די זעכציק יאָר מדינה. די איצטיקע איז די איין און דרײַסיקסטע. שוין איבערגעלאָפֿן, דאַכט זיך, אַפֿילו איטאַליע.
און — עס איז אויך נישט קיין חידוש, אַז די "אויסשעפּונג" קומט געוויינטלעך אין צײַטן פֿון קאַרדינאַלע אַנטשיידונגען.
אָבער דאָס מאָל — און יעדעס מאָל מאַכט זיך אויך אַ "דאָס מאָל" — גראָד אין די טעג פֿון די בעסטע געלעגנהייטן, ווען מדינת־ישׂראל האָט געדאַרפֿט, געזאָלט, אָדער אפֿשר געקענט, באַקומען די שענסטע מתּנות צו איר 60סטן געבוירן־יאָר — גראָד איצט איז איר רעגירונג געוואָרן אַוועקגעשטעלט פֿאַר דער שעקספּיריש האַמלעטישער אַנטשיידונג פֿון "זײַן" אָדער "נישט זײַן".
איך ווייס נישט, צי די געשיכטע אַליין ווייסט וועגן דעם — אַז גראָד הײַנטיקע וואָך איז דאָס מיטאָלאָגישע "פֿענצטער פֿון געלעגנהייטן" געווען ברייט צעעפֿנט פֿאַר אַ היסטאָרישן טרעף־פּונקט פֿון זעלטענע פּאָליטישע אַנטוויקלונגען, וואָס וואָלטן געקאָנט זײַן אַ גרויסע ברכה פֿאַר מדינת־ישׂראל. הײַנטיקע וואָך האָט זיך, אָן רעש און אָן רעקלאַמע געשאַפֿן אַ היסטאָרישער צענטראַלער קנופּ, אין וועלכן עס קומען זיך צונויף פֿון אַלע זײַטן זעלטענע געלעגנהייטן ווי קאָרידאָרן, וואָס זאָלן אַרויספֿירן אין דרויסן צו מער געוווּנטשענע פּערספּעקטיוון. אַ טרעף־פּונקט אויף דער וועגן־מאַפּע פֿון פּאָליטישע אויסוועגן.
אין דער זעלבער צײַט איז אָבער יעדע איינע פֿון די אויסוועגן געוואָרן אַ קלאַפּשטײַג, אַ פּולאַפּקע אָן אַן אויסוועג, און דער צענטראַלער קנופּ, דער צונויפֿקום פֿון די אַלע געלעגנהייטן, איז געוואָרן איין גרויסע קלאַפּשטײַג, איין גרויסער פּלאָנטער פֿון די אָנגעזאַמלטע גרויסע פּאַסירונגען און נישט קלענערע נישט געלייזטע קאָנפֿליקטן.
לאָמיר פּרובירן אויסרעכענען כאָטש אייניקע פֿון זיי:
אין צענטער פֿון דער וואָך איז געשטאַנען דער טריומפֿאַלער וויזיט פֿון דעם נײַעם פּרעזידענט פֿון פֿראַנקרײַך. דער דאָזיקער וויזיט ווערט באַצייכנט ווי אַ היסטאָרישער ווענדפּונקט אין די ביז איצט היפּשלעך פֿאַרשטערטע באַציִונגען צווישן איר און מדינת־ישׂראל, און זײַן אײַנדרוקספֿולע רעדע אין דער כּנסת, וואָס איז געווען אַ געפֿלעכט פֿון ענטוזיאַסטישן לויב און פֿרײַנדלעך־שאַרפֿע קריטיק־ און מוסר־רייד אין אַ דירעקטן אַפּעל צום פֿאָלק און צו דער רעגירונג פֿון ישׂראל.
אין דער וואָך האָט זיך געעפֿנט אין טערקײַ — בײַ דער טערקישער פֿאַרמיטלונג — דער האַלב־פֿאָרמעלער שלום־דיאַלאָג צווישן ישׂראל און סיריע.
אין דער וואָך איז — בײַ דער עגיפּטישער פֿאַרמיטלונג — אַרײַן אין קראַפֿט דער קאָנטראָווערסאַלער הסכּם וועגן אַ "פֿײַער־איבעררײַס", אַ "באַרויִקונג" צווישן מדינת־ישׂראל און דעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" אין דעם עזה (גאַזאַ)־שטרײַף, קעגן וועלכן עס האָבן אָפּעלירט פֿאַרן העכסטן בית־דין פֿאַר צדק די עלטערן פֿון דעם געקידנעפּטן זעלנער גלעד שליט; און עס איז אָנגעזאָגט געוואָרן דאָס צואײַלן דעם הסכּם מיט "כעזבאָלאַ" וועגן אויסטוישן די צוויי פֿאַרכאַפּטע זעלנער אויף לבֿנונישע אַרעסטאַנטן בראָש מיט דעם מערדער פֿון אַ ייִדישער משפּחה אין נהריה. אַ שאַרפֿער וויכּוח גייט אָן אין לאַנד — און אויך אין דער רעגירונג — אַרום דעם הויכן פּרײַז פֿון דעם נישט־גלײַכן אויסטויש, בעת דער שאַנטאַזשירנדיקער "כעזבאָלאַ" ספּעקולירט מיט די געפֿילן פֿון די משפּחות, נישט אַנטפּלעקנדיק צי די פֿאַרכאַפּטע זעלנער לעבן, אָדער נישט.
הגם דער הסכּם מיטן "כאַמאַס", אין וועלכן די טעראָר־באַוועגונג זעט אויס אַ נצחון פֿאַר דעם טעראָר, ווערט באַטראַכט ווי אַ שווערער קלאַפּ פֿאַר דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ און פֿאַר איר פּרעזידענט אַבו מאַזען — האָט דער פּרעמיער אָלמערט דערקלערט, אַז צווישן אים און אַבו מאַזען איז דערגרייכט געוואָרן אַ פֿולער קעגנזײַטיקער צוטרוי אין זייערע רעגולערע באַגעגענישן, וואָס צילן צו דערגרייכן — ווייניקסטנס — אַ פֿאָרמעלע שלום־דעקלאַראַציע נאָך פֿאַרן סוף פֿון דעם יאָר, לויט די פּרינציפּן פֿון דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס.
און אָט האָט די וועלט־פּרעסע די טעג מגלה געווען דעם פֿאַקט וועגן גרויסע מאַנעוורעס, וואָס די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַוויאַציע האָט אַדורכגעפֿירט אין די הימלען פֿון גריכנלאַנד — אויף אַ מרחק פֿון 1500 קילאָמעטער. די דאָזיקע ידיעה האָט אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקע נערוועזקייט אויף דער פּאָליטישער און פֿינאַנציעלער וועלט־בערזע, וועלכע זעט אין די מאַנעוורעס אַ וואָרענונג אויפֿן אַדרעס פֿון איראַן, און אַפֿילו אַ צוגרייטונג צו אַ באַוואָפֿנטער אָפּעראַציע קעגן די אַטאָמישע אינסטאַלאַציעס, וואָס געפֿינען זיך אויף דעם זעלבן מרחק אויף מיזרח — אין איראַן.
קעגנאיבער די דאָזיקע און אַנדערע דרויסנפּאָליטישע אינטערעסן שטייט אַ רעגירונג, וואָס איז אינערלעך צעקריגט און צעריסן, בראָש מיט אַ פּרעמיער־מיניסטער אונטער אַ פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג, אונטערן פֿאַרדאַכט פֿון קאָרופּציע און מיסברויכן מיטן צוטרוי פֿון די בירגער, און אויפֿן נידעריקסטן שטאַפּל פֿון נאַציאָנאַלער פּאָפּולאַריטעט. אַזאַ רעגירונג, ווי אַקטיוו און דינאַמיש און זעלבסטזיכער זי זאָל נישט זײַן, אַפֿילו ווען זי האַלט זיך אויף אַ קאָאַליציע מיט אַ געזיכערטער פּאַרלאַמענטאַרישער מערהייט — אַזאַ רעגירונג ווערט באַטראַכט ווי אַ שוואַכע רעגירונג, וואָס האָט נישט קיין אָנהאַלט בײַם פֿאָלק און איז נישט מסוגל אָנצונעמען קאָנטראָווערסאַלע היסטאָרישע אָדער ווייטיקלעכע אַנטשיידונגען. זי איז נאָך ווייניקער מסוגל זיי צו רעאַליזירן.
אהוד אָלמערט האָט געירשנט פֿון שרונען די פּאָפּולאַריטעט, וועלכע ער האָט אָבער פֿאַרלוירן אין רעזולטאַט פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה און די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע. דאָס פֿאַרבעסערטע פֿונקציאָנירן פֿון דער רעגירונג זינט דעם ווינאָגראַד־באַריכט און די אידיליע, וואָס האָט ביז איצט געהערשט אין דער קאָאַליציע, האָבן פֿאַרבעסערט די פּאָליטישע פּאָזיציע פֿון ישׂראל אויף דער וועלט — אָבער אָלמערטס פּאָפּולאָריטעט איז שווער געטראָפֿן געוואָרן גאָר באַזונדערס פֿון די "קאָנווערטן"־אַנטפּלעקונגען פֿון דעם אַמעריקאַנער "מאַכער" בנוגע זײַן פֿאַרגאַנגענהייט, וואָס געפֿינט זיך אין פּראָצעס פֿון אַ יורידישן פּלאָנטער.
דעם סיגנאַל־שאָס צו דעם איצטיקן קריזיס פֿון דער רעגירונג — און צו איר צוזאַמענברוך — האָט געגעבן דער זיכערהייט־מיניסטער אהוד ברק, דער אָנפֿירער פֿון "עבֿודה", וועלכער האָט אויף דעם וועג געהאָפֿט צו געווינען די פֿאַרלעסלעכקייט, וואָס ער האָט פֿאַרלוירן מיטן בלײַבן אין דער רעגירונג אונטער אָלמערטס פּרעמיערשאַפֿט. צו אים האָט זיך אָנגעשלאָסן דער ש"ס, וועלנדיק דורך דעם אויספּרעסן דאָס צוריקקערן די קיצבאות פֿאַר די פֿילקינדערדיקע משפּחות, וואָס פֿון זיי רעקרוטירן זיך לרובֿ זײַנע פֿרומע וויילער, אַנישט וועלן זיי גיין מיט נתּניהו, וועלכער האָט גוטע אויסזיכטן מנצח צו זײַן אין די וואַלן צו דער כּנסת. די פֿאָדערונג פֿון ש"ס וועגן דער קינדער־שטיצע טרעפֿט זיך אָבער אָן אויף דער אַנטשלאָסענער קעגנערשאַפֿט פֿון דעם פֿינאַנץ־מיניסטער בר־און. אַזוי איז דער ש"ס איצט געוואָרן דאָס צינגל פֿון דער וואָג, וואָס איז עלול זיך אָנצושליסן צו דער פּרעלימינאַרער אָפּשטימונג דעם מיטוואָך אין דער כּנסת איבער דעם געזעץ־פֿאָרשלאָג פֿון סילוואַן שלום ("ליכּוד") אויפֿצולייזן די כּנסת.
צו זיי האָט זיך הײַנטיקע וואָך אָנגעשלאָסן די "עבֿודה", אונטערן דרוק פֿון אהוד ברק. פֿינף פֿון די 19 מיניסטאָרן פֿון "עבֿודה" האָבן זיך קעגנגעשטעלט, און אייניקע פֿון זיי האָבן זיך שוין אָפּגעהאַלטן פֿון שטימען; די איבעריקע וועלן, מיט אַ שווער האַרץ, שטימען פֿאַר אויפֿלייזן די איצטיקע כּנסת און וועלן אַרײַנטרײַבן די מדינה אין אַ שאַרפֿן פּאָליטישן קריזיס — אין מיטן די משמעותדיקע פּאָליטישע אַנטוויקלונגען. אהוד אָלמערט האָט דערויף רעאַגירט מיט זײַן אָנזאָג, אַז יעדער מיניסטער וואָס וועט שטימען פֿאַר אויפֿלייזן די כּנסת, וועט גלײַך באַזײַטיקט ווערן פֿון דער רעגירונג. פֿון זײַנע חבֿרים אין "קדימה" האָט ער פֿאַרלאַנגט זיי זאָלן נאָך צוּוואַרטן ביז נאָכן 17טן יולי, ווען ער וועט אויפֿטרעטן קעגנאיבער דעם "מאַכער" פֿאַרן געריכט און, ווי ער זאָגט, "צעשמעטערן" אַלע באַשולדיקונגען און באַווײַזן.
מיט ברקס באַשלוס צו שטימען פֿאַר אויפֿלייזן די כּנסת איז שוין געפֿאַלן דער גורל פֿון דער רעגירונג. אַזוי האָט אַהוד ברק אויך געהאַנדלט בעת זײַן פֿריִערדיקער קאַדענץ, און אויף דעם זעלבן אופֿן האָט ער, אין זײַן איבערגעטריבענער זעלבסטזיכערקייט, פֿאַרלוירן די מאַכט צו שרונען אין מיטן דעם פּאָליטישן פּראָצעס, בעת די וואַלן פֿון פֿעברואַר 2001. דאָס איז געווען נאָכן דורכפֿאַל פֿון די געשפּרעכן מיט אַראַפֿאַטן אין קעמפּ־דייוויד, אָבער נאָכן באַנײַען זיי אין טאַבאַ און אין שאַרם אַ־שייך, ווען עס האָבן זיך ווידער געעפֿנט גוטע אויסזיכטן אויף אַ לייזונג פֿון דעם פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דער פּאָליטישער פּראָצעס איז דעמאָלט געוואָרן אײַנגעפֿרוירן און אויף זײַן אָרט איז געקומען די צווייטע אינטיפֿאַדע.
ברק האָט זײַן באַנײַטע פּאַרטיי־פֿירונג און דעם מיניסטעריאַלן אַמט געוווּנען דורך זײַן צוזאָג צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג טאָמער וועט אָלמערט נישט אָפּטרעטן צוליב די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע — און דאָס נישט אַזוי צוליב זײַנע עטישע חטאים, ווי צוליב זײַנע דורכפֿאַלן אין לבֿנון. צוויי מאָל האָט ברק זײַן צוזאָג פֿאַרלעצט, און ווען ער האָט אים איצט שוין באַשלאָסן צו דערפֿילן — איז עס געוואָרן אַ "תּמות נפֿשי עם פּלישתּים".
אָלמערט האָט געירשנט פֿון שרונען נישט נאָר די פּאַרטיי און די מאַכט, נאָר אויך די ברייטע פֿולמאַכטן און די פֿולע מאַכט איבער דעם פּאַרטיייִשן אַפּאַראַט: דאָס צוזאַמענשטעלן די וואַל־רשימה און דעם פּאַרטיייִשן צענטראַל־ראַט.
די פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן זאָגן, אַז בײַ אָלמערטן האָבן זיך שוין געענדיקט אַלע נסים. נישט אַזוי מיינט אָבער אָלמערט גופֿא. מאָרגן וועלן מיר אַלע שוין וויסן מער, אָבער זיכער נאָך נישט אַלץ.
תּל־אָבֿיבֿ, דער 24סטער יוני, 2008