פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינער פֿון די אויסגעפּרוּווטע אופֿנים פֿון פּאָליטיקער צוצוציִען צו זיך די עפֿנטלעכע פֿאַראינטערעסירונג איז — דורך אײַנרוימען עמעצן שטילערהייט אין אויער אַ וואָרט, אַ געזאָג, אויף אַן אופֿן, אַז אַלע זאָלן אים דערהערן. אַזוי האָט אַמאָל ביבי נתניהו געהאָט אַרײַנגעשושקעט אין אויער פֿון דעם אַלטיטשקן, דעמאָלט איבער הונדערט־יאָריקן רבֿ פֿון די מקובלים, הרבֿ כּדורי, אַז די "לינקע" זענען נישט קיין פּאַטריאָטן, זיי זענען שׂונאי־ישׂראל — און זײַן שטילער פֿליסטער האָט דאַן אַרויסגערופֿן אַ הילכיקן אָפּקלאַנג אין גאַנצן לאַנד.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער ייִדישער וועזן פֿון מדינת־ישׂראל איז אַ וויכטיקער און בכּבֿודיקער פֿאַקטאָר בײַם פֿאָרמירן איר אויסערן־פּאָליטיק. עס האַנדלט זיך סײַ וועגן דעם בונד צווישן ישׂראל און דעם ייִדנטום און זייער קעגנזײַ­טיקער שטיצע, סײַ וועגן דער השפּעה פֿון דער ייִדישער געשיכטע און איר ירושה אויף די וויכטיקע פּראָבלעמען אין דער אויסערן־פּאָליטיק; און סײַ וועגן דעם אויסזען פֿון דער מדינה, וואָס עס שאַפֿט דער דאָזיקער בונד בײַ די פֿעלקער פֿון דער וועלט, און די ווירקונג וואָס דאָס האָט אויפֿן צוגאַנג פֿון די דאָזיקע פֿעלקער אין זייער באַציִונג צו ישׂראל.

פּאָליטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך לאָז זיך אײַנרעדן, לכל-הפּחות פֿון מאָל צו מאָל. מיט אַ יאָר זיבן צוריק האָט מיך אַן איטאַליענער גנבֿ אײַנגערעדט צו קויפֿן דרײַ לעדערנע זשאַקעטן. ער האָט מיך אָפּגעשטעלט אויף אַ לאָנדאָנער גאַס און פֿאַרדרייט מיר דעם קאָפּ. האָב איך גע­גלייבט, אַז איך האָב אַרויסגעכאַפּט אַ מציאה — פֿאַר זיך, פֿאַרן זון און פֿאַרן איידעם. דער סוף איז געווען, אַז קיינער האָט עס ניט געטראָגן, ווײַל ס׳איז געמאַכט גע­וואָרן ניט פֿון לעדער, נאָר פֿון עפּעס אַ ביליקן פּלאַסטיק. מײַן ווײַב האָט מיר דע­מאָלט גאָר­נישט ניט געזאָגט, אָבער איך האָב אַלץ געקענט איבער­לייענען בײַ איר אויפֿן פּנים.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די סאַמע ברויזנדיקע טעג פֿון דער מערדערישער טעראָר־שחיטה אין דער ישיבה "מרכּז־הרבֿ" און ווען מדינת־ישׂראל איז, צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט, געוואָרן אַרײַנגעווירכלט אינעם קעסל־גרוב פֿון דעם עקאָנאָמישן קריזיס — דעם ערשטן גרויסן וועלט־קריזיס אין די ראַמען פֿון דער גלאָבאַליזאַציע — גראָד אין די דאָזיקע טעג פֿון שפּאַנונג האָט פּלוצעם אויפֿגעפֿלאַקערט און, קענטיק, זיך גאָר גיך פֿאַרלאָשן,

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג האָב איך גערעדט מיט אַ סטודענט, וואָס האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-אַרבעט אין ניו-יאָרק, אָבער ער איז ניט געווען זיכער, צי ער וועט קענען זיך דערלויבן דעם לוקסוס פֿון צאָלן אַזש טויזנט דאָלאַר אַ חודש פֿאַר אַ דירהלע, בשותּפֿות מיט אַן אַנדער סטודענט. דער געוועזענער ניו-יאָרקער גובערנאַטאָר עליאָט ספּיצער האָט, בלי-ספֿק, אַן אַנדער סקאַלע פֿון לוקסוס.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אָנגעהעריקע צו דער דריטער וועלט, ווערן באַטראַכט די לענדער פֿון אַפֿריקע, אַזיע (אַחוץ יאַפּאַן, וועלכע געהערט צו די 8 רײַכסטע לענדער אויף דער וועלט) און דרום (לאַטײַן)־אַמעריקע. איך דערמאָן זיך גוט, אַז ווען איך בין אין יאַנואַר 1959 צוריק­געקומען קיין ירושלים פֿון מײַן שליחות ווי דער ערשטער סעקרעטאַר אין דער ישׂראל­דיקער אַמבאַסאַדע אין לימאַ, פּערו, האָב איך דערוואַרט מען זאָל מיר געבן אַ שטעלע אין דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָפּטיילונג פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די ערשטע נײַנצן יאָר ביז דער זעקס־טאָגיקער מלחמה איז מדינת־ישׂראל באַטראַכט געוואָרן אויף דער וועלט, ווי דוד קעגן גליתן. דאַקעגן, אין אָנבליק פֿון דעם פֿאַרמעסט מיטן טעראָר פֿון די אַזוי־גערופֿענע "פֿעדאַין"־לײַט, האָט דער פּרע­מיער לוי אשכּול באַצייכנט ישׂראל, מיט איר זיגנדיקן מיליטערישן כּוח, ווי — "דער נע­בעכדיקער שמשון".

אין אַזאַ צושטאַנד געפֿינט זיך איצט מדינת־ישׂראל אין אָנבליק פֿון דעם "כאַמאַ­סישן" ראַקעטן־טעראָר אין מערץ 2008.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

נאָכן איבערגעבן דאַלעסן די "נאָטע", האָט אַבא אבֿן צוגעגעבן מינדלעך, אַז אַ פֿאַרבינדונג פֿון ישׂראל מיט "נאַטאָ" וואָלט געווען אַ פּאַסיקער פֿאָרשריט. ישׂראל האָט פּרובירט באַהאַנדלען די פּראָבלעם מיט ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע, ווי אויך מיט קאַנאַדע, וואָס האָט זיך דערווײַל אָנגע­שלאָסן אין "נאַטאָ" און וואָס אירע באַציִונגען מיט ישׂראל זענען זייער גוטע. עס איז אָבער גאָרנישט אַרויס פֿון דעם.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון אירע ערשטע טעג איז ישׂראל, ווי אַ מדינה, געבליבן איזאָלירט אין איר געגנט. ישׂראל איז פֿון די איינצעלנע מדינות וואָס — אַ חוץ איר מיטגלידערשאַפֿט אין דער "יו־ען" און אין אירע ספּעציעלע סטרוקטורן — געהערט זי נישט צו קיין שום פֿילזײַטיקן לענדער־בונד, פֿאַרטיידיקונג־בונד אָדער אַ געאָגראַפֿישער גרופּע.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס פֿאַרכּישופֿטע ראָד פֿון טעראָר און רעוואַנש, איז דער נאַטירלעכער אָנט­רײַבער פֿון מלחמה. טעראָר און נקמה, און ליקווידאַציעס און ווידער נקמה — דאָס אַלץ דינט ווי דער ברענשטאָף, וואָס הייצט אָן די אַטמאָספֿער, פֿאַרשאַרפֿט די סיכסוכים און אַנטוויקלט בײַ די פֿײַנטלעכע אָדער צעקריגטע צדדים די מאָטיוואַציע צו לייזן זייערע קאָנפֿליקטן נאָר מיט כּוח.

דער איצטיקער צושטאַנד אין מיטעלן מיזרח קאָן ווערן פֿאַרגליכן, להבֿדיל, צו די נישט זעלטענע פֿאַלן פֿון אָנווענדן כּוח קעגן דאָקטוירים און קראַנקנשוועסטער אין די שפּיטעלער:

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד האָט איר "פֿאָטער" — מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו. אָבער גאָרבאַטשאָוו וואָלט ניט געקומען צו דער מאַכט אָן דעם "זיידע" — יורי אַנדראָפּאָוו. איצט ווייסן מיר שוין, אַז דער דאָזיקער לאַנג־יאָריקער פֿירער פֿון דעם סאָוועטישן "קאַ-גע-בע" (אָדער ווי די ענגליש-רעדנדיקע זאָגן עס "קיי-דזשי-בי") און, נאָך לעאָניד ברעזשנעווס טויט, דער פֿירער פֿון דער מלוכה אין משך פֿון 15 חדשים, איז געווען אַ 100־פּראָצענטיקער ייִד. דאָס הייסט, אַז ביידע זײַנע עלטערן זײַנען געווען ייִדן. אמת, חוץ דער דאָזיקער ביאָלאָגישער פֿאַרבינדונג, האָט ער קיין שײַכות צו ייִדישקייט ניט געהאַט.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די מלחמות, אינטיפֿאַדעס און שלום־פּראָצעסן האָבן פֿאַר ישׂראל געהאַט אַ גרויסע וויכטיקייט אירע באַציִונגען מיט די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, וואָס האָט אָנערקענט ישׂראל 11 מינוט נאָכדעם ווי זי איז פּראָקלאַמירט געוואָרן. די דאָזיקע באַציִונ­גען זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע און פֿילזײַטיקע. זיי פֿאַרמאָגן היסטאָרישע, קולטורעלע און רעליגיעזע, פּאָליטישע און זיכערהייט־קאָמ­פּאָנענטן און זענען כאַראַקטעריזירט דורך אַ בונד צווישן ישׂראל און דעם אַמעריקאַנער ייִ