פּאָליטיק

דאָס פֿאַרכּישופֿטע ראָד פֿון טעראָר און רעוואַנש, איז דער נאַטירלעכער אָנט­רײַבער פֿון מלחמה. טעראָר און נקמה, און ליקווידאַציעס און ווידער נקמה — דאָס אַלץ דינט ווי דער ברענשטאָף, וואָס הייצט אָן די אַטמאָספֿער, פֿאַרשאַרפֿט די סיכסוכים און אַנטוויקלט בײַ די פֿײַנטלעכע אָדער צעקריגטע צדדים די מאָטיוואַציע צו לייזן זייערע קאָנפֿליקטן נאָר מיט כּוח.

דער איצטיקער צושטאַנד אין מיטעלן מיזרח קאָן ווערן פֿאַרגליכן, להבֿדיל, צו די נישט זעלטענע פֿאַלן פֿון אָנווענדן כּוח קעגן דאָקטוירים און קראַנקנשוועסטער אין די שפּיטעלער: עס טרעפֿט אַלץ אָפֿטער, אַז גאַנצע כאַמולעס, קרובֿים פֿון אַ קראַנקן, נישט זײַענדיק צופֿרידן פֿון זײַן באַקומענער באַהאַנדלונג, רײַסן זיך אַרײַן מיט כּוח אין שפּיטאָל און לאָזן אויס זייער צאָרן אויף דעם מעדיצינישן פּערסאָנאַל. אַזוי אויך די צדדים אין דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט: סײַ די טעראָריסטן און סײַ זייערע קרבנות, קאָן מען פֿאַרגלײַכן צו יענעם קראַנקן אָדער זײַנע קרובֿים, וואָס זענען נאָך זײַן אָפּעראַציע באַפֿאַלן דעם כירורג און האָבן געפֿאָדערט פֿון אים ער זאָל צואײַלן זײַן אויסהיילונג און זײַן "קומען צוריק צו זיך" — "מיט אַלע מיטלען", און זאָל אים נאָך אונטערשרײַבן אַ פאַרזיכערונגס־גאַראַנטיע אויף אַזויפֿיל און אַזויפֿיל יאָר געזונט.

ביידע פֿײַנטלעכע צדדים האַבן ליב צו "דערלאַנגען" איינער דעם אַנדערן, נאָר — "מיר זאָל עס נישט וויי טאָן"...

דער געלונגנער אַטענטאַט אין דמשׂק און די ליקווידאַציע פֿון דעם העכסטן קאַמאַנדיר פֿונעם לבֿנונישן "כעזבאָלאַ", איז אויפֿגענומען געוואָרן אויף דעם פּאָליטישן יאַריד אין ישׂראל מיט אַ נאַטירלעכער צופֿרידנקייט. עס האָט אויסגעזען ווי אַ פֿאַרגיטיקונג פֿאַר דעם ערשט נאָרוואָס פֿאַרעפֿנטלעכטן דע­פּרעסירנדיקן באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע וועגן דער לבֿנונישער מלחמה.

אין קעגנזאַץ צו דער ליקווידאַציע פֿונעם געהיימען מיליטערישן אָביעקט אין צפֿונדיקן מדבר פֿון סיריע, וואָס איז ("לויט אויסלענדישע קוועלן") באָמבאָרדירט און ליקווידירט געוואָרן מיט קרובֿ צוויי חדשים צוריק, האָבן דאָס מאָל זיך אָפּגערופֿן מערערע "טאַטעס" צום זיגערישן דערפֿאָלג פֿון דער געהיימער אָפּעראַציע, אין וועלכער עס איז ליקווידירט געוואָרן דער מנהיג נומער צוויי אין דער אָנפֿירונג פֿון "כעזבאָלאַ". אימאַד מאָרניִע איז געווען דער מיליטערישער הויפּט-קאָמאַנדיר פֿון "כעזבאָלאַ" — די שיִיִטישע פֿונדאַמענטאַליסטישע אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט דער הילף פֿון די איראַנישע "רעוואָלוציאָנערע וואַכן" אין יאָר 1982 קעגן דער ישׂראלדיקער אינוואַזיע אין לבֿנון.

אימאַד מאָרניִע איז (געווען ביז צו זײַן ליקווידאַציע) די צווייטע האַנט פֿון כאַסאַן נאַסראַלאַ, דעם מנהיג פֿון דער באַוועגונג. לויט דער צאָל קרבנות פֿון זײַנע טעראָר־אַקטן און זייערע פּלאַנירונגען, האָט ער פֿאַרנומען דאָס צווייטע אָרט נאָך דעם אַרכי-טעראָריסט בין-לאַדען אין דער רשימה פֿון די מערדערישע דערפֿאָלגן און דערגרייכונגען פֿון דעם מוסולמענישן פֿונדאַמענטאַליזם. זײַן ליקווידאַציע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שווערן קלאַפּ פֿאַר דעם טעראָר. עס איז אָבער אַ ספֿק, צי דאָס וועט דעם טעראָר מיט עפּעס וואָס אָפּשוואַכן.

דער "כעזבאָלאַ" און זײַנע צוויי אַפּו­טרופּ­סים, סיריע און איראַן, האָבן, ווי געוויינלעך, גלײַך באַשולדיקט דעם ישׂראלדיקן "מוסד", און ישׂראל האָט, ווי איר שטייגער אין אַזעל­כע פֿאַלן, געשוויגן. די ישׂראלדיקע וואָרטזאָגער האָבן אָבער זייערע כּלערליי רמזים און אָפּלייקענונגען באַגלייט מיט אַ לײַכ­טער צינישער איראָניע, פֿון וועלכער עס האָט אַרויסגעבליקט די כאַראַקטעריסטישע פֿאַר די ישׂראלים באַרימערײַ. די פּרעסע און די עלעקטראָנישע מעדיאַ אין ישׂראל האָבן, ווי אין אַ סך אַנדערע ענלעכע פֿאַלן, זיך פֿאַררופֿן אויף אויסלענדישע קוועלן, וואָס אויף זיי איז נישט חל די ישׂראלדיקע צענזור.

ווי מיר האָבן שוין אויבן דערמאָנט, האָט אויך דער דערפֿאָלג אין דמשׂק גענאָסן פֿון מערערע טאַטעס, ווײַל צו אים האָבן אין דער זעלבער צײַט גראָד צוגעשריבן אויך זייער פֿאָטערשאַפֿט עטלעכע מוסולמענישע טעראָר־אָרגאַניזאַציעס. אין דער אַראַבישער פּרעסע זענען אַפֿילו דערשינען ידיעות, אַז די ליקווידאַציע פֿון אימאַד מורניִע איז גאָר געווען די אַרבעט פֿון "כעזבאָלאַ", און אַפֿילו פֿון דעם סירישן געהיימדינסט. לויט זייערע טענות זאָל מאָרניִע האָבן געפֿאַלן אַ קרבן פֿון אינערלעכע אינטריגעס און ווידעראַנאַנדן אין די טעראָר־אָרגאַניזאַציעס. נו, זאָל עס זיי ווויל באַקומען.

די ידיעה וועגן דער געלונגענער ליקווי­דאַציע פֿון דעם טעראָר־מײַסטער האָט אויף אַ קורצער ווײַלע דערוואַרעמט די דע­פּרעסירטע געמיטער פֿון די ישׂראלים נאָך דעם ווינאָגראַד־באַריכט, אויפֿן פֿאָן פֿון די קאַלטע, כּמעט פֿראָסטיקע טעג, ווען אין דעם לאַנד פֿון די פּאַלמעס און באַנאַנעס זענען 14 היימלאָזע נפֿשות פֿאַרפֿרוירן גע­וואָרן צום טויט אין דעם איצטיקן האַלבן ווינטער. אָבער אין אַ קורצער צײַט האָט די דעפּרעסירטע אַטמאָספֿער זיך געביטן, כאָטש די געזעלשאַפֿטלעכע טראַוומע האַט זיך גלײַך צוריקגעקערט ווען מען האָט זיך דערמאָנט די רעזולטאַטן פֿון אַלע ביז־איצ­טיקע טעראָר־ און רעוואַנש־אַקטן אין אַלע צײַטן.

די פּרעסע, וואָס פֿון איין זײַט, שאַפֿט זי, און פֿון דער אַנדערער זײַט, שפּיגלט זי אָפּ די געזעלשאַפֿטלעכע אַטמאָספֿער וואָס זי שאַפֿט, האָט צוויי טעג געיובֿלט, אָבער אויפֿן דריטן טאָג האָט זי געשראָקן מיט דעם מעכטיקן רעוואַנש, וועלכן עס גרייט דער "כעזבאָלאַ" קעגן די ישׂראלדיקע אַמבאַ­סאַדעס און ייִדישע אינסטיטוציעס אין די תּפֿוצות.

און אויפֿן דרום — נאָך אַ קורצער באַרויִקונג פֿון עטלעכע טעג נאָך דער העפֿטיקער ראַקעטן־אָפֿענסיווע פֿון "כאַמאַס" און דעם "איסלאַמישן דזשיהאַד" קעגן שׂדרות און די אַנדערע ייִשובֿים אַרום עזה, האָט צה"ל ווידער באַנײַט זײַנע שטראָף־אַקציעס אין די געדיכטענישן פֿון דעם עזה־שטרײַף און די ליקווידירונגען אין עזה, ווי אויך אין שכם און דזשענין, וועלכע געפֿינען זיך אין יהודה־און־שומרון, אויפֿן מערבֿדיקן ברעג.

אין די זעלבע טעג האַבן די אָנהענגער פֿון "לאָזט דער אַרמיי מנצח זײַן" — די זעל­בע וואָס האָבן אונטער דעם זעלבן לאָזונג דעמאָנסטרירט ערבֿ דער צווייטער לבֿנו­נישער מלחמה — געשטראָמט אין געדונגענע אויטאָבוסן קיין ירושלים, און דאָרט דעמאָנסטרירט אונטערן פֿענצטער פֿון דעם פּרעמיערס וווינונג, פֿאַרלאַנגענדיק ווידער, אַזוי ווי דעמאָלט, ערבֿ דער מלחמה אין לבֿנון און אַזוי ווי יענער קראַנקער נאָך זײַן אָפּעראַציע — אַ שטאַרקערן קלאַפּ "איין מאָל פֿאַר אַלעמאָל", וואָס זאָל אונדז אָבער נישט וויי טאָן.

דער זיכערהייטס־מיניסטער, אהוד ברק, דער מנהיג פֿון "עבֿודה", וועלכער איז נאָר­וואָס געשטאַנען פֿאַר זײַן שווערער דילעמע צווישן זײַן צוזאָג צו פֿאָרלאָזן די קאָאַליציע־רעגירונג און זײַן שטאַרקן חשק צו בלײַבן — און האָט אויסגעוויילט צו בלײַבן — שטייט איצט פֿאַר דער נײַער דילעמע צווישן דער צוגעזאָגטער אינוואַזיע קיין עזה מיטן גאַנצן כּוח, און דער ניכטערער אָפּשאַצונג פֿון די שפּעטערדיקע קאָנסעקווענצן. די מיליטערישע כּוחות זענען גרייט אַרײַנצומאַרשירן קיין עזה "מיטן גאַנצן כּוח", ווי ער האָט פֿאַרזיכערט די דעמאָנסטרירנדיקע אײַנוווינער פֿון שׂדרות.

שטייט אַזוי דער שפּאַרבערישער זיכער­הייטס־מיניסטער פֿון דער "טויבישער" פּאַר­טיי צווישן דעם שטאַרקן דרוק פֿון די שפּאַרבערס פֿון איין זײַט און דעם דרוק פֿון די מלוכישע אינטערעסן און פֿאַרפֿליכטונגען אויפֿן פֿאָן פֿון די אָנגייענדיקע געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער, און — אויך ער וואַרט, צוזאַמען מיט אַלע, אויף אַ נס... אין דער זעלבער צײַט גייט אָן אין לאַנד דער אַלטער וויכּוח וועגן דעם, פֿאַר וועמען עס אַרבעט די צײַט.

אין דעם וויכּוח צווישן די פֿאַרשיידענע ריכטונגען פֿון דעם ברייטן אידעיִשן רעגנבויגן אין ישׂראל, נעמען אויך אַן אַקטיוון אָנטייל אַ טייל פֿון די געליטענע משפּחות, קרבנות פֿון די מלחמות און פֿון טעראָר אָדער קרובֿים פֿון געפֿאַלענע, וועמענס געפֿילן און ווייטיקן ווערן אויסגענוצט און אײַנגעשפּאַנט פֿון דעם אָדער אַנדערן צד צו דעם וויכּוח. אין אָט די ראַמען איז אויך אויסגעבראָכן אַ וויכּוח אין דער פֿראַגע: ווער האָט דאָס רעכט זיך אין אים צו באַטייליקן: פּאָליטיקער, שיינגײַסטער — אָדער סטראַטעגן?

דער דאָזיקער וויכּוח איז אויסגעבראָכן אין שײַכות מיט אַן אַרטיקל פֿון דעם באַקאַנטן שרײַבער עמוס עוז, וואָס איז דערשינען דעם 13טן פֿעברואַר דאָס יאָר, אויף דער ערשטער זײַט פֿון "ידיעות אחרונות" אונטערן קעפּל: "נישט אַרײַנמאַרשירן קיין עזה". אין דעם אַרטיקל וואָרנט ער, אַז "ישׂראל טאָר זיך נישט לאָזן אַרײַננאַרן אין דער קלאַפּשטײַג (פּולאַפּקע), וואָס עס שטעלט אונדז אונטער דער "כאַמאַס". ווײַל די צאָל קרבנות אין אַ יבשה־אינוואַזיע וועט זײַן אַ סך גרעסער ווי די צאָל קרבנות פֿון די קאַסאַמס אין משך פֿון די זיבן יאָר. און ווײַל אין משך פֿון פֿינף פֿון די זיבן יאָר פֿון די קאַסאַמס האָבן מיר געהערשט אין דעם גאַנצן עזה־שטרײַף און דאָך זענען געשאָסן געוואָרן פֿון אים הונדערטער ראַקעטעס אויף שׂדרות, חוץ די כּסדרדיקע בלוטיקע אָנגריפֿן קעגן די קאָלאָניסטן. זעט אויס, אַז מיר האָבן שוין פֿאַרגעסן".

אינעם המשך פֿון זײַן אַרטיקל קלערט אויף דער שרײַבער, אַז אַ באַנײַטע אָקופּאַציע פֿון עזה וועט נישט ברענגען קיין סוף צו די ראַקעטעס אויף שׂדרות און די אַנדערע ייִשובֿים אַרום עזה, און ווי אַ צוגאָב וועלן אומקומען הונדערטער זעלנער פֿון מינעס, פֿון טײַוול־מאַשינען און פֿון אַנדערע טעראָר־מיטלען, די פּאַלעסטינער וועלן זיך אַלע פֿאַראייניקן קעגן אונדז, און נישט נאָר די אַראַבישע, נאָר די גאַנצע וועלט וועט זיך אייניקן קעגן אונדז.

וואָס קאָן מען טאָן איצט? — פֿרעגט עמוס עוז, און ער רופֿט אײַנצושטעלן אַ וואָפֿן־שטילשטאַנד מיטן "כאַמאַס" אין עזה. "אַוודאי וועט דער פּרײַז נישט זײַן קיין לײַכטער. אָבער קעגנאיבער אַלע מעגלעכע פּרײַזן, וואָס ישׂראל איז עלול צו באַצאָלן פֿאַר אַ פֿעלערהאַפֿטן און בחפּזונדיקן באַשלוס, איז דאָס דער סאַמע ווייניקער פֿאַטאַלער און דערטרעגלעכסטער פֿון אַלע" — פֿירט אויס דער וואָרענענדיקער שרײַבער.

דערויף האָט זייער שאַרף רעאַגירט, אין אַ גרויסן באַצאָלטן אַנאָנס אין "הארץ" פֿון 19טן דעם חודש, דער באַקאַנטער אינדוסטריעלער און גענעראַל — עודד טירה, דער געוועזענער פֿאָרזיצער פֿון דעם אינדוסטריעלן פֿאַרבאַנד אין ישׂראל, גענעראַל אין רעזערוו, וועלכער איז בשעתו געווען קאָמאַנדיר פֿון דעם דרום־פֿראָנט און האָט אָנגעפֿירט מיט דער עוואַקואַציע פֿון ימית און סיני אין 1982. אין זײַן אַנאָנסירטן אַרטיקל נעגירט ער דאָס רעכט פֿון דעם שרײַבער זיך אַרויסצוזאָגן אין די סטראַטעגישע ענינים. דאָס איז נישט אַן ענין פֿאַר קיין שרײַבער און מענטשן פֿון גײַסטיקע באַרופֿן, טענהט דער גענעראַל-אינדוסטריעלער, און זיי דאַרפֿן זיך נישט מישן און זאָגן קיין דעה אין ענינים, וואָס געהערן צו סטראַטעגישע מומחים.

ווייסן מיר דאָך שוין וואָס פֿאַר אַ צײַגעניש עס האָט אַרויסגעגעבן דער אַרמיי און אירע גענעראַלן דער ווינאָגראַד-באַריכט אין שײַכות מיט דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה.

עס האָט שוין אַ גרעסערער חכם, גראָד אַ וועלט-מומחה אין דער סטראַטעגישער וויסנשאַפֿט געזאָגט, אַז מען טאָר נישט אָנטרויען די מלחמה און די סטראַטעגיע אין די הענט פֿון גענעראַלן...

תּל-אָבֿיבֿ, 20סטער פֿעברואַר 2008