- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף סעפּטעמבער האָבן די ענגלישע אַקאַדעמיקער געמאָלדן, אַז זיי אַנולירן זייער בויקאָט קעגן ישׂראל, צו וועלכן עס האָט זיך אויך געהאַט אָנגעשלאָסן דער ענגלישער פֿאַרבאַנד פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעטער "יוניסאָן". זיי האָבן דערקלערט דעם בויקאָט, וויסנדיק גוט דעם אמת, אַז אין טשעטשניע האָט רוסלאַנד ליקווידירט צענדליקער טויזנטער מוסולמענער; עס זײַנען אַפֿילו דאָ אַזעלכע וואָס רעדן וועגן הונדערטער טויזנטער; פּונקט ווי זיי ווייסן, אַז די ישׂראל־אַרמיי איז העכסט הומאַניש, אין פֿאַרגלײַך צו דער רוסישער. דער מיטעלער מיזרח האָט צו "פֿאַרדאַנקען" זײַן וויכטיקער פּאָליטישער ראָלע און זײַן הויכן געאָפּאָליטישן סטאַטוס ווי דער ברויזנדיקער וווּלקאַן און פאָקוס פֿון דעם פּאָליטישן וועלט-יאַריד — אין זכות פֿון דעם, וואָס ער "זיצט" אויפֿן פּולווער-פֿאַס פֿון דער פּאָליטישער און מאַטעריעלער ענערגיע. זינט אָבער די וועלט האָט אָנגעהויבן זוכן נײַע מקורות און נײַע אַלטערנאַטיוועס פֿאַר אָט די ביידע ענערגיעס, האָט זיך דער פּאָליטישער סטאַטוס פֿון דעם ראַיאָן אַ היפּשן וואַקל געטאָן. אַ בשׂורה-טובֿה הערט מען איצט פֿון סאַודיע — דאָרטן האָט מען גענומען רעדן וועגן דערלויבן, סוף-כּל-סוף, אַ פֿרוי צו זיצן בײַם רודער פֿון אַן אויטאָ. ס׳איז אַ גוואַלדיקער פּראָגרעס פֿאַר אַ לאַנד, וווּ אַ פֿרוי האָט מען, למשל, גאָר ניט לאַנג צוריק ניט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן אין אויסלאַנד אָן דער באַגלייטונג פֿון אַ מאַנצביל. הײַנטיקע טעג — משיחס צײַטן! — האָט די סאַודישע פֿרוי אַ מעגלעכקייט צו לאָזן זיך אין וועג אַרײַן אַליין, טאָמער זי האָט (פֿונדעסטוועגן) באַקומען אַן אָפֿיציעלע דערלויבעניש פֿון אַ מאַנצביל. דעם 6סטן אָקטאָבער, מיט 34 יאָר צוריק, איז אויסגעבראָכן די יום־כּיפּור־מלחמה. אין דער זעלבער דאַטע, דעם 6טן אָקטאָבער, מיט 26 יאָר צוריק, איז דער עגיפּטישער פּרעזידענט, אַנוואַר סאַדאַט, דערמאָרדעט געוואָרן. נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָבן זיך — אין אויגוסט 1967 — צוזאַמענגעקליבן די פֿירער פֿון די אַראַבישע לענדער אויף אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ אין כאַרטום, סודאַן, און באַשלאָסן זייערע דרײַ "ניין": "ניין!" — צו אַ שלום מיט ישׂראל; "ניין!" — צו אָנערקענען ישׂראל, און "ניין!" — צו אונטערהאַנדלען מיט ישׂראל. דעם 30סטן סעפּטעמבער וועט מען שטימען אין אוקראַיִנע, וווּ אַ נײַער פּאַרלאַמענט (ראַדע) וועט אפֿשר אַרויספֿירן דאָס לאַנד פֿון אַ פּאָליטישן טעמפּן ווינקל. עס קעמפֿן איצט פֿאַרשיידענע פּאַרטייען פֿאַר אַ באטײַטיקער ראָלע אין דעם ווײַטערדיקן פּאָליטישן לעבן פֿונעם לאַנד. די הויפּט-פּאַרטייען זײַנען דרײַ: די גרעסטע שטיצע (אַזוי ווײַזן, לכל-הפּחות, די אויספֿרעגן) האָט די "פּאַרטיי פֿון רעגיאָנען", בראָש מיטן איצטיקן פּרעמיער-מיניסטער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, אַ ביסל ווייניקער חסידים האָט דער בלאָק פֿון יוליאַ טימאָשענקאָ, און נאָך ווייניקער — די פּאַרטיי "אונדזער אוקראַיִנע" פֿון דעם פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ. ווען שווײַגן וואָלט געווען אַ פאַך, וואָלט ישׂראל געווען אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס און וואָלט געגאַנגען אין אָפּגעריסענע קליידער. אויך דאָס רעדן האָט דער מדינה נישט אַרײַנגעבראַכט קיין גאָלד, אָבער דאָס רעדן איז בײַ די מנהיגים פֿון ישׂראל אַזוי ווי לופֿט צום אָטעמען. איינער פֿון די כאַראַקטער-שטריכן, וואָס ווערן אַרויסגעבראַכט אין דעם ישׂראלדיקן זעלבסט-הומאָר איז דער שפּאַס, אַז ווען עס טרעפֿט אַז אַ סאַברע קושט אַ מיידל, לויפֿט ער גלײַך אַוועק זיך באַרימען פֿאַר זײַנע חבֿרים, און זי אַנטלויפֿט דערווײַל צו דער פּאָליציי און קלאָגט אים אָן פֿאַר סעקסועלער באַלעסטיקונג... עס זײַנען פֿאַראַן צוויי צוגאַנגען צום תּנ״ך: איינער איז אַ קריטישער, וואָס שרעקט זיך ניט צו אָנערקענען, אַז גאָר ניט אַלץ לייגט זיך אויפֿן שׂכל, צי ס׳קלעפּט זיך אין דעם הייליקן טעקסט. דער צווייטער צוגאַנג איז אַן אָרטאָדאָקסישער, רעליגיעזער, וואָס געפֿינט תּמיד אַן אופֿן צו באַרעכטיקן יעדעס וואָרט. אַזוי איז עס איצט מיט איראַק. נאָר אַ מין רעליגיעזער צוגאַנג — איך גלייב און שוין! — קען באַרעכטיקן די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע, וואָס קאָסט אָפּ אַזוי טײַער אין מענטשלעכע לעבנס, ווי אויך פֿינאַנציעל און פּאָליטיש. ס׳איז גוט באַוווּסט, אַז די אינדוסטריעלע רעוואָלוציע האָט פֿון סוף 18סטן יאָרהונדערט, קודם-כּל אַרומגעכאַפּט גרויס-בריטאַניע און שוין שפּעטער זיך פֿאַרשפּרייט אין אַ צאָל אַנדערע לענדער. די פֿראַגע בלײַבט אָבער ניט אין גאַנצן פֿאַרענטפֿערט: פֿאַר וואָס דווקא די בריטישע האָבן זיך אַזוי אויסגעפֿײַנט אין דעם דאָזיקן וויכטיקן פּראָצעס, וואָס האָט אויסגעפֿורעמט די מערבֿדיקע ציוויליזאַציע. אויף דעם פּרוּווט ענטפֿערן דער היסטאָריקער גרעגאָרי קלאַרק אין זײַן בוך A Farewell to Alms, "אַ געזעגענונג מיט נדבֿות". דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, מיט 14 יאָר צוריק, זענען אונטערגעשריבן געוואָרן די אָסלאָ־אָפּמאַכן. אין מײַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון 20סטן יולי, הײַיאָר, האָב איך באַשריבן די טעג פֿון דערהייבונג, וואָס האָבן עקזיסטירט אין ישׂראל נאָכן אונטערשרײַבן די אָפּמאַכן. די דאָזיקע טעג פֿון דערהייבונג האָבן געדויערט איבער דרײַ חדשים, ביז ראַבין, פּערעס און אַראַפֿאַט האָבן באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז; דאַן האָט זיך די שׂימחה געענדיקט, די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז געווען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די לינקע באַוועגונגען — בפֿרט מיט דער מעכטיקער ייִדישער סאָציאָל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, "בונד", ווי אויך מיט די סאָוועטישע און מערבֿדיקע קאָמוניסטן. הגם די בונדיסטן און קאָמוניסטן זענען טאַקע געווען די גרעסטע און מעכטיקסטע ייִדישע פּראָגרעסיווע באַוועגונגען, דער קאַסאַמען-טעראָר פֿון דעם איסלאַמישן דזשיהאַד האָט ווידער באַנײַט דאָס אָנוואַרפֿן אַ פּחד אויף דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל, מיטן דערעפֿענען דאָס נײַע שול־יאָר און מיטן באַנײַען די פּרוּוון צו דערגרייכן אַ שלום מיט אונדזערע שכנים, אויב ווער עס איז נאָך גרייט הײַנט אַזוינס צו דעוואַרטן. לכתּחילה האָט עס הײַנטיקע וואָך אויסגעזען, אַז דאָס נײַע שול־יאָר האָט צום ערשטן מאָל נאָך אַ סך יאָרן זיך געעפֿנט פֿרידלעך, דעם 28סטן אויגוסט, 1983, בײַם סוף פֿון דער זיצונג פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, האָט פּרעמיער־מיניסטער מנחם בעגין געמאָלדן וועגן זײַן באַשלוס צו דעמיסיאָנירן פֿון זײַן אַמט, און פֿאַרענדיקט זײַן מעלדונג מיט די ווערטער: "מער קען איך נישט!" |