פּאָליטיק

עס זײַנען פֿאַראַן צוויי צוגאַנגען צום תּנ״ך: איינער איז אַ קריטישער, וואָס שרעקט זיך ניט צו אָנערקענען, אַז גאָר ניט אַלץ לייגט זיך אויפֿן שׂכל, צי ס׳קלעפּט זיך אין דעם הייליקן טעקסט. דער צווייטער צוגאַנג איז אַן אָרטאָדאָקסישער, רעליגיעזער, וואָס געפֿינט תּמיד אַן אופֿן צו באַרעכטיקן יעדעס וואָרט.

אַזוי איז עס איצט מיט איראַק. נאָר אַ מין רעליגיעזער צוגאַנג — איך גלייב און שוין! — קען באַרעכטיקן די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע, וואָס קאָסט אָפּ אַזוי טײַער אין מענטשלעכע לעבנס, ווי אויך פֿינאַנציעל און פּאָליטיש. פֿון דער טעלעוויזיע-רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וואָס ער האָט גע­האַלטן מיט אַ וואָך צוריק, איז קלאָר די כיטרע כּוונה: דזשאָרדזש בוש וויל אַרויפֿלייגן די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿון זײַן מלחמה אויף די פּלייצעס פֿונעם קומענדיקן פּרעזידענט — זאָל יענער (צי יענע) זיך אַרויסדרייען פֿון איר, און ער, אַ פּענסיאָנירטער, וועט נאָך קענען זײַן אַ קריטיקער. און דערווײַל דרייט ער אַלעמען דעם קאָפּ מיט כּלומרשטע דערפֿאָלגן אין איראַק, רעדט אײַן דעם המון, אַז ער איז בכּוח איבערצומישן בוימל מיט וואַסער.

אמת, דאָס וואָרט "נצחון" הערט מען שוין ניט פֿון אים, כאָטש אַ מאָל האָט ער צוגעזאָגט, אַז אַמעריקע זוכט אין איראַק נאָר נצחון. הײַנט, אָבער, הערן מיר אין זײַנע אַרויסזאָגונגען אַן אַנדער וואָרט — "דערפֿאָלג". און צו ווײַזן מוס­טערן פֿון סוקסעס פֿאַרשיט מען דעם עולם מיט סטאַטיסטיק, טאַבעלעס און דיאַגראַמען. ס׳איז אַן אַלטע קונץ. טאָמער עס גיט זיך ניט אײַן אויסצוהיילן די לײַט, וואָס האָבן אַ הויכע טעמפּעראַטור, קען מען אַרײַנ­שטעלן אין באַריכט, אַ שטייגער, אַ סטאַטיסטיק פֿון דורכשניטלעכער טעמפּעראַטור פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג.

יעדער איינער, וואָס האָט ניט קיין "רעליגיעזע" באַציִונג צו דער אַמעריקאַנער שליחות אין איראַק, פֿאַרשטייט, אַז ס׳איז אַ פּוסטע טירחה צו דערוואַרטן דאָרטן עפּעס אַ לאָגישן סוף פֿאַר דער גאַנצער אוטאָפּישער (ריכטיקער — אַלכעמישער) אָפּעראַציע צו שאַפֿן אַ מאָדעל, מע זאָל אים, דעם דאָזיקן מאָדעל, נאָכפֿאָלגן אין דעם גאַנצן ראַיאָן. פֿאַר יעדן מענטש, וואָס פּלאָנטערט ניט אויסטראַליע מיט עסטרײַך, איז אויך קלאָר, אַז איראַק האָט ניט קיין שאַנס צו ווערן אַ סטאַבילע דעמאָקראַטישע מדינה פֿון איין שטיק. וואַלן, אין וועלכע די שטימען צעטיילן זיך לויט דער עטניש-רעליגיעזער אָנגעהעריקייט פֿון דעם עולם, האָבן אַן ערך אַזאַ שײַכות צו דעמאָקראַטיע, ווי פּראָסטיטוציע האָט אַ שײַכות צו ראָמאַנטישער ליבע.

אַ סבֿרא, אַז ס׳איז פֿאַראַן דער איינציקער וועג צו קומען צו עפּעס אַ טאָלק אין איראַק: דאָס מיינט צו אָנערקענען, אַז דאָס לאַנד מיט אַזאַ נאָמען עקזיסטירט מער ניט. ס׳איז געווען אַזאַ קינסטלעכע מלוכישע סטרוקטור, וועלכע עס האָבן צונויפֿגעשטוקעוועט די בריטישע קונצנמאַכער און האָט געקענט יאַקאָש פֿונקציאָנירן נאָר אין די הענט פֿון אַן אײַזערנער טיראַניע. ביז עפּעס אַ מאָמענט האָט דער מערבֿדיקער וועלט געלוינט צו האָבן אַזאַ טיראַניע, מע האָט זי אַפֿילו אונטערגעהאָדעוועט. אָבער דערנאָך האָט מען זי צעשטערט. אין יענעם מאָמענט זײַנען געווען צוויי וועגן: צו זײַן רעאַליסטיש און אויפֿצושטעלן אַ נײַע דיקטאַטור אָדער צו פּרוּוון אַלכעמישע רעצעפּטן פֿון אײַנ­ וואָרצלען דעמאָקראַטיע.

ס׳איז ניט קלאָר, וווּ עס האָבן זיך דעמאָלט, בײַם צוגרייטן די אינוואַזיע, פֿאַרבאַהאַלטן די עקספּערטן פֿון איראַק, צי די אַדמיניסטראַציע האָט זיי פּשוט ניט אויס­געהערט. זיי האָבן דאָך געדאַרפֿט אונטערזאָגן די חכמים פֿון "ווײַסן הויז", אַז דער באַגריף "דאָס איראַקער פֿאָלק" איז נאָך שוואַכער פֿון די באַגריפֿן "דאָס סאָוועטישע פֿאָלק" און "דאָס יוגאָסלאַווישע פֿאָלק". די צרה איז, אַז די קורדן, די אַראַבער-שיִיִטן און די אַראַבער-סוניטן האָבן ניט געקענט לעבן צוזאַמען, און איצט איז עס געוואָרן גאָר אוממעגלעך. קיין נאַציע-בויוּנג, אונטערגעשפּאַרט אַפֿילו דורך דער גאַנצער אַמעריקאַנער אַרמיי, מיט די בעסטע מיליטער-פֿירער בראָש (אַרײַנגערעכנט דעם גענעראַל דייוויד פּעטרעוס), וועט ניט האָבן קיין פּעולה. צו פֿיל בלוט איז שוין פֿאַרגאָסן געוואָרן. צו פֿיל חשבונות האָט געשאַפֿן די בלוטבאָד פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר.

מע דאַרף וואָס גיכער אויפֿהערן זיך באַשעפֿטיקן מיט זאַכן, וועלכע מע קען ניט רעאַליזירן, און זיך סוף-כּל-סוף קאָנצענטרירן אויף צעטיילן דאָס לאַנד אויף דרײַ אומאָפּהענגיקע לענדער. דאָס איז אויך גאָר ניט קיין גרינגע מיסיע, ווײַל מע מוז אײַנרעדן ניט בלויז די תּושבֿים פֿונעם געוועזענעם איראַק, נאָר אויך טערקײַ (וואָס וויל ניט האָבן צווישן אירע שכנים קיין קורדישע מדינה) און אַנדערע לענדער. אָבער דאָס האָט כאָטש עפּעס אַ זין, לכל-הפּחות, אין פֿאַרגלײַך מיט דער איצטיקער אומזיניקייט און אויסזיכטלאָזיקייט.

צו האַלטן איראַק ווי איין גאַנצקייט איז דאָס זעלבע ווי צו פּרוּוון פֿאַראייניקן איצט די פֿריִערדיקע יוגאָסלאַוויע צי דעם פֿריִערדיקן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. כאַראַקטעריסטיש, אַז אי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אי אַ סך אַנדערע לענדער פֿאַרשטייען זייער גוט, אַז מע דאַרף אָפּטיילן קאָסאָוואָ פֿון סערביע און דערמיט פֿאַרענדיקן די יוגאָסלאַווישע מעשׂה. אָבער גלײַכצײַטיק זעט מען ניט, צי מע מאַכט אַן אָנשטעל, אַז מע זעט ניט — אַז צעטיילונג איז דער איינ­ציקער קאָנסטרוקטיווער וועג אויסצוהיילן די איראַקישע שרעקלעכע קרענק.