- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס קריטיקירן אונדזער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿאַר פּרובירן זיך אַרויסצודרייען מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים, כּדי נישט צו טרעפֿן זיך מיטן פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, וועלכער האָט לעצטנס אַ פּאָר מאָל גערופֿן אָלמערטן צו טרעפֿן זיך מיט אים אָן פֿריִער־געשטעלטע באַדינגונגען. עס האָט זיך אויך געשאַפֿן אין ישׂראל אַ פֿאָרום פֿאַר אַ שלום־איניציאַטיוו מיט סיריע, אין וועלכן עס באַטייליקן זיך פּערזענלעכקייטן מיט קעגנזעצלעכע מיינונגען. די רעדע פֿון וולאַדימיר פּוטין אין מינכן בעת דער יערלעכער זיכערהייט־קאָנפֿערענץ האָט דערמאָנט דער וועלט, אַז די צײַטן פֿון דער "קאַלטער מלחמה" זײַנען נאָך ניט פֿאַרבײַ. צום ערשטן מאָל זינט דעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט דער רוסישער פּרעזידענט גערעדט אַזוי שאַרף קעגן אַמעריקע. פּוטין האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע פֿון אַן אַלגעמיינער דעקלאַרירונג׃ "מען קאָן ניט אָננעמען די וועלט מיט איין פּאָלוס פֿון מאַכט. אַזאַ מצבֿ איז זעלבסט־צעשטערעריש". געמיינט האָט פּוטין אַוודאי די סטראַטעגישע העגעמאָניע פֿון אַמעריקע אין דער וועלט־פּאָליטיק נאָך 1991. די אַנטי־מלחמה-אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט לעצטנס אָנגעפֿירט מיט דער ריזיקער מאַניפֿעסטאַציע אין וואַשינגטאָן קעגן דער איראַק־מלחמה, פּלאַנירט איצט אַ צווייטע מאַסן־דעמאָנסטראַציע אין דער אַמעריקאַנער קרוינשטאָט. דאָס מאָל וועט דער ציל פֿון זייער אומצופֿרידנקייט זײַן מדינת־ישׂראל. דעם מאַרש פֿונעם 27סטן יאַנואַר, בײַ וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט צענדליקער טויזנטער מענטשן, האָט אָרגאַניזירט די גרופּע United for Peace and Justice (פֿאַראייניקט לטובֿת שלום און גערעכטיקייט) — אויך באַקאַנט דורך די ראשי־תּיבֿות "יו־עף־פּי־דזשיי". די זעלבע גרופּע האָט איצט אָנגעהויבן פּלאַנירן, בשותּפֿות מיט דער אָרגאַניזאַציע "אַמעריקאַנער קאַמפּאַניע צו לייזן די ישׂראל־אָקופּאַציע", אַ צוויי־טאָגיקע דעמאָנסטראַציע אין יוני, מיטן נאָמען "די וועלט זאָגט ׳ניין׳ צו דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע". דאָס איז געווען דער סאַמע דראַמאַטישסטער ספּעקטאַקל זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה — און איר צווייטגרעסטע טראַגעדיע זינט דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט דער העכסטער גאווה פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע און האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צו דער נידעריקסטער מדרגה פֿון בושה. נאָך מער: די דאָזיקע שאַנד פֿון מבֿזה זײַן די מדינה איז באַגאַנגען געוואָרן דורך איר העכסטער אויטאָריטעט, דורך איר העכסטער מאָראַלישער רעפּרעזענטאַנץ, אין איר אָפֿיציעלער רעזידענץ — אין הויז פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט, אונטער דער פֿאָן פֿון דער מדינה. אַזאַ שפֿלדיקן ספּעקטאַקל האָט נאָך די מדינה נישט געזען. אויך די וועלט האָט נאָך אַזוינס נישט געזען. דער צושטאַנד פֿון נישט-מלחמה — נישט שלום, אין וועלכן מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך און אַנטוויקלט זיך זינט איר אויפֿקום, צווינגט זי צו לעבן צווישן דראָונגען און וואָרענונגען אין די "אָטעם-פּויזעס" צווישן איין מלחמה און דער אַנדערער. עס איז פֿאַר קיינעם קיין חידוש נישט: אַ מדינה פֿון עקסטרעמע קאָנטראַסטן — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. דרײַ ישׂראל־סאָלדאַטן געפֿינען זיך אין די הענט פֿון טעראָריסטן. גלעד שליט — בײַ "כאַמאַס", אלדד רגבֿ און אהוד גאָלדוואַסער — בײַ "כעזבאָלאַ". דערצו, ווייסט קיינער נישט, וווּ עס געפֿינט זיך דער פּילאָט רוֹן אַרד, וועלכער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דעם 16טן אָקטאָבער, 1986. דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל איז הײַנטיקע וואָך אַרויסגעפֿאָרן קיין ביידזשין אויף זײַן מלוכישן וויזיט — צום ערשטן מאָל אָן זײַן שטענדיקער באַגלייטערין, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע שולה זקן, די היטערין פֿון אַלע זײַנע מלוכישע, און אויך נישט מלוכישע, סודות. אין דער צײַט, ווען איר "באָס" האָט גענאָסן פֿון דער מלכותדיקער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט פֿון דער ווײַטמזרחדיקער איבערמיליאַרדיקער גרויסמאַכט, זיך געטראָפֿן און מלכותדיק געשמועסט מיט אירע מעכטיקע הערשער און איז אַרומגעפֿירט געוואָרן איבער די פּראַכטפֿולע פּאַלאַצן פֿון דער "פֿאַרבאָטענער שטאָט" פֿון די קיסרים און אויף דער אַלטער כינעזישער מויער — אין דער זעלבער צײַט איז זײַן פֿאַרטרוילעכע סעקרעטאַרין געזעסן צווישן די טוכלע ווענט פֿון פּאָליציייִשן אַרעסט אין בת-ים נעבן תּל-אָבֿיבֿ און איז געפֿאָרשט געוואָרן ווי אַ פֿאַרדעכטיקטע אין איינעם פֿון די גרעסטע קאָרופּציע-סקאַנדאַלן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה. לויט די ידיעות אין דער פּרעסע, וועט פֿאָרקומען אין בערלין אַ דעמאָנסטראַציע קעגן איראַנס פּאָליטיק אין באַציִונג צום חורבן און מדינת־ישׂראל. די דעמאָנסטראַציע איז פּלאַנירט אויפֿן 27סטן יאַנואַר, די דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ, און דער טאָג וואָס איז באַשטימט געוואָרן דורך דער "יו־ען", ווי דער אינטערנאַציאָנאַלער "געדענק־טאָג" פֿונעם חורבן. דער באַשלוס פֿון דער "יו־ען" וועגן דעם איז אָנגענומען געוואָרן דורך איר אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג אויף איר סעסיע פֿון ערשטן נאָוועמבער 2005, און דער דאָזיקער באַשלוס וואַרפֿט אויך אָפּ די אָפּלייקענונג פֿונעם חורבן. יעדע באַוועגונג מוז אין לויף פֿון צײַט זיך צופּאַסן צו נײַע באַדינגונגען, וואָס פֿאָדערן אַ פּירוש אויף די גרונט יסודות פֿון דער אידעאָלאָגיע, ווען זי איז פֿאָרמולירט געוואָרן בײַ איר געבורט. די אינטערפּרעטאַציעס מוזן בלײַבן געטרײַ די גרונט־יסודות פֿון דער אמונה, פֿילאָס אָפֿיע אָדער אידעאָלאָגיע פֿון דער באַוועגונג. דער קלאַסישער בײַשפּיל איז אונדזער אייגענע טראַדיציע (מסורה). נישט נאָר איז די תּורה שבכּתבֿ הייליק, נאָר אויך די תּורה שבעל פּה פֿאַרמאָגט די זעלבע קדושה, הגם זי איז דער פּירוש אויף דער תּורה שבכּתבֿ. וואָס עס איז אַזוינס אַ זיגזאַג, איז פֿאַר אונדז אַלעמען קלאָר. אַנדערש איז אָבער זײַן "סטאַטוס" אין דער פּאָליטישער און אויך אין דער מיליטערישער סטראַטעגיע פֿון מנהיגים. דאָ איז נישט אַלע מאָל און נישט פֿאַר יעדן איינעם קלאָר די כּוונה: צי דינט דער זיגזאַג דער סטראַטעגיע פֿון "אָפּנאַרן, אָדער צעמישן און צעטומלען דעם פֿײַנט" — אָדער איז דאָס דווקא די "גלײַכע ליניע" פֿון די פּאָליטיקער און מלוכישע מנהיגים. מיר מיינען דאָ די מנהיגים וואָס האַנדלען ספּאָנטאַניש, אימפּראָוויזירט, און זענען אַליין נישט זיכער וווּהין די דאָזיקע ליניע וועט פֿירן און וואָס פֿאַראַ רעזולטאַטן זי וועט מיט זיך ברענגען.
הײַיאָר, דעם 13טן דעצעמבער, האָט דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך געטראָפֿן מיטן איצטיקן פּויפֿסט, בענעדיקטוס דער 16טער. דעם 30סטן דעצעמבער וועט ווערן 13 יאָר זינט דער וואַטיקאַן האָט אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל. דעם 30סטן אָקטאָבער 1991 האָט זיך געעפֿנט די מאַדריד־קאָנפֿערענץ — די היסטאָרישע שלום־קאָנפֿערענץ מיט דער באַטייליקונג פֿון אַ דעלעגאַציע פֿון ישׂראל און דרײַ אַראַבישע דעלעגאַציעס: פֿון סיריע, לבֿנון און אַ בשותּפֿותדיקע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. די קאָנפֿערענץ איז צוזאַמענגערופֿן געוואָרן אונטער דער אַפּוטרופּסות פֿון די פּרעזידענטן פֿון די פֿאַראייניקטעע שטאַטן און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — דזשאָרדזש בוש (דער פֿאָטער) און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו. |