- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין וואַשינגטאָן איז לעצטנס אויפֿגעדעקט געוואָרן אַ דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿון קאָמוניזם. אַ לויב צו יענע, וואָס האָבן במשך פֿון לאַנגע יאָרן זיך אַרומגעטראָגן און סוף־כּל־סוף פֿאַרווירקלעכט דעם מערקווירדיקן פּראָיעקט. סימבאָליש איז, אַז די אויפֿדעקונג פֿונעם דענקמאָל איז צוגעפּאַסט געוואָרן צום 70סטן יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע בעת סטאַלינס־רעפּרעסיעס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אָבער די סימבאָלישקייט פֿון דער אונטערנעמונג שעפּט זיך נישט אויס נאָר מיט דער דאַטע; דער דענקמאָל איז אַ דערמאָנונג פֿאַר דער וועלט, אַז קאָמוניזם איז איינע פֿון די שרעקלעכסטע מגפֿות אין 20סטן יאָרהונדערט, וואָס איז געווען ווייניק באַטראַכט, געפֿאָרשט און גייט נאָך אָן ווײַטער. די גיכקייט, מיט וועלכער עס בײַט זיך דער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח, איז שווער צוצופּאַסן צו אַ וואָכן־צײַטונג. דער "הײַנט" ווערט דאָרט פֿאַרוואַנדלט אינעם "נעכטן", נאָך איידער עס גייען אויס די 24 שעה פֿון אַ מעת־לעת. בשעתן שרײַבן דעם אַרטיקל, איז שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ביז ער וועט אָנקומען אין רעדאַקציע (מיט דער בליץ־פּאָסט), וועט ער שוין אויסזען פֿאַרעלטערט. פֿונדעסטוועגן, זײַנען פֿאַראַן וויכטיקע פּונקטן אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון מיטעלן מיזרח, דאָ אין אייראָפּע ווערט דער סיכסוך צווישן וואַרשע און מאָסקווע באַטראַכט ווי אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק. ווי ס‘איז באַוווּסט, האָט וואַרשע, אויסנוצנדיק איר וועטאָ־רעכט, בלאָקירט די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן רוסלאַנד און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד וועגן סטראַטעגישער מיטאַרבעט, אַן אָפּמאַך, וואָס זײַן טערמין גייט הײַיאָר אויס. וואַרשע שטעלט זיך קעגן דער בויונג פֿון דער צפֿון־באַלטישער גאַזלייטונג "רוסלאַנד — דײַטשלאַנד"; שוין אָפּגערעדט, אַז יעדעס מאָל זוכט וואַרשע אויס אַן אַנדער תּירוץ צו קאָמפּראָמיטירן די מאָסקווער פּאָליטיק אין די אויגן פֿונעם "פֿאַרבאַנד". דער מנהיגים-קריזיס אין מדינת־ישׂראל האָט הײַנטיקע וואָך אויסגעוויילט און געקרוינט צוויי נײַע מנהיגים, וועלכע זי האָט אַרויסגעפֿאַנגען פֿון איר אַלטן מנהיגים-אַרסענאַל. ביידע האָבן זיי געטראָגן אויף זיך דעם שטעמפּל פֿון "לוזערס" — פֿאַרלירערס, און זענען ביידע, איין טאָג נאָך דעם אַנדערן, געקרוינט געוואָרן מיטן נצחון אין זייערע צוויי פֿאַרמעסטן פֿאַר דעם חסד און צוטרוי פֿונעם פֿאָלק: אהוד ברק צום צווייטן מאָל ווי דער פֿאָרזיצער פֿון "עבֿודה" און מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, און — שמעון פּערעס נאָך אַ פּאָליטישער קאַריערע פֿון קרובֿ פֿינף יאָרצענדליקער און נאָך אַכט וואַל-פֿאַרלוסטן, ווי דער 9טער נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל, אויפֿן אָרט פֿון דעם טרויעריק־קאָמפּראָמיטירטן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ. נאָך מיט אַ צוואַנציק יאָר צוריק האָבן די טרעפֿונגען צווישן די פֿירער פֿון די 7 גרויס־אינדוסטריעלע לענדער — ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, איטאַליע, יאַפּאַן און קאַנאַדע — פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ געשעעניש פֿון אַן אויסערגעוויינטלעך וויכטיקן פֿאַרנעם. די באַגעגעניש אין ראַמבוּיע, לעבן פּאַריז, אין 1975, אָרגאַניזירט דורך זשיסקאַר ד‘עסטען, דעם דעמאָלטיקן פּרעזידענט פֿון פֿראַנקרײַך, האָט אַרויסגעוויזן די זאָרג פֿון דער וועלט־עליט צוליב דעם וואַקסנדיקן כאַאָס אין די אינטערנאַציאָנאַלע ענינים.
"די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער"! –
דער "זיווג" פֿון דער פֿראַנצוישער רעוואָלוציע מיט 218 יאָר צוריק מיט דער רוסלענדישער רעוואָלוציע (פֿון פֿאַר 90 יאָר) האָט געבוירן דאָס באַקאַנטע ווערטל, אַז "די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער". אויב מען זאָל דאָס פּאַראַפֿראַזירן מיט דער איצטיקער פּאָליטישער ווירקלעכקייט אין ישׂראל, קאָן מען הײַנט צוגעבן, אין שײַכות מיט די נאָרוואָס פֿאָרגעקומענע "פּרײַמעריס" אין "עבֿודה", אַז — די אַרבעטער-באַוועגונג אין ישׂראל עסט אויף אירע גרינדער. דער פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, האָט לעצטנס עטלעכע פֿאָרגעלייגט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך צו טרעפֿן מיט אים און האַלטן אונטערהאַנדלונגען אָן פֿאָרויסגעשטעלטע באַדינגונגען. דעם 12טן אַפּריל הײַיאָר האָט דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת זי באַזוכט אַ נישט־אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון סיריע, איבראַהים סולימאַן, און גערעדט פֿאַר דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר אויסערן־ און זיכערהייט־ענינים. זינט דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט נאָך די וואַכזאַמע, אָפֿטמאָל זעלבסטצופֿרידענע, ישׂראלדיקע עפֿנטלעכקייט נישט זוכה געווען כּמעט צו קיין איינציקן טאָג פֿון נחת־רוח — כאָטש עס האָבן אויך נישט געפֿעלט, דאָ און דאָרט, קיין מאָמענטן פֿון נחת־רוח. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה ווערט באַצייכנט ווי — חוץ דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה — די סאַמע לאַנגדויערנדיקסטע פֿון אַלע מלחמות אין די 59 יאָר פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט. די פּאַלעסטינער האָבן הײַיאָר באַשלאָסן צו צעשטערן דעם "יום־העצמאות" און אין דער צײַט, ווען די גאַנצע מדינה האָט געפֿײַערט מיט פֿרייד דעם יום־טובֿ, האָט דער "כאַמאַס" געשיקט פֿון עזה 10 קאַסאַם־ראַקעטן קיין שׂדרות און אַנדערע ייִשובֿים אין נגבֿ און פּובליקירט אַ דעקלאַראַציע, אַז דער וואָפֿנשטילשטאַנד איז געקומען צו אַ סוף און, אַזוי ווי די אונטערהאַנדלונגען פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון גלעד שליט האָבן נישט געבראַכט קיין רעזולטאַטן, פּלאַנירט דער "כאַמאַס" צו פֿאַרכאַפּן נאָך ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, כּדי צו באַפֿרײַען די טעראָריסטן פֿון די ישׂראלדיקע טורמעס. דער סקאַנדאַל אַרום דעם באַקאַנטן פּוילישן היסטאָריקער און פּאָליטיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם בראָניסלאַוו גערעמעק איז אַ באַווײַז, אַז די פּאָסט־קאָמוניסטישע מיזרח־אייראָפּע איז אַרײַן אין אַ נײַער תּקופֿה פֿון איר געשיכטע. סײַ פֿון דער, און סײַ פֿון יענער זײַט פֿון דעם פּלויט, וואָס טיילט אָפּ די "דעמאָקראַטישע" מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿון זייערע פּאָסט־סאָוועטישע שכנים, האַלטן אין איין וואַקסן קאָנסערוואַטיווע, שאָוויניסטישע און אַנטי־ליבעראַלע שטימונגען. |