פּאָליטיק
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קאָנגרעספֿרוי אילעאַנאַ ראָז־לעטינען, נאָך איר רעדע פֿאַר די 700 וואָלונטירן, מיטן פּרעזידענט פֿון "נאָרפּעק" , ד״ר בען טשאָייק (Choake), רעכטס, און דער פֿאָרזיצער פֿונעם שליחות־וויזיט, ד״ר מאָרט פֿרידמאַן; אינעם  "וואַשינגטאָן קאָרט־האָטעל ", דעם 9טן מײַ
קאָנגרעספֿרוי אילעאַנאַ ראָז־לעטינען, נאָך איר רעדע פֿאַר די 700 וואָלונטירן, מיטן פּרעזידענט פֿון "נאָרפּעק" , ד״ר בען טשאָייק (Choake), רעכטס, און דער פֿאָרזיצער פֿונעם שליחות־וויזיט, ד״ר מאָרט פֿרידמאַן; אינעם "וואַשינגטאָן קאָרט־האָטעל ", דעם 9טן מײַ
Photo credit: Susan Greif
זייער ווייניק מענטשן ווייסן, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאָן יעדער בירגער פֿאָרן קיין וואַשינגטאָן און זיך טרעפֿן אויף אַ פּריוואַטער זיצונג מיט אַ מיטגליד פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, כּדי צו פּרוּוון אים איבערצוצײַגן צו שטימען "פֿאַר" אָדער "קעגן" אַ געוויסן געזעץ־פּראָיעקט אָדער רעזאָלוציע.
מיט צוויי וואָכן צוריק, מיטוואָך, דעם 9טן מײַ, האָב איך באַגלייט אַ גרו­פּע וואָלונטירן אויף אַזאַ שליחות־ווי­זיט, דורכגעפֿירט פֿון "נאָרפּעק" — אַן אומ­פּאַרטיייִשע שתּדלנות־גרופּע — אָדער ווי מע זאָגט בלע״ז, אַ political action committee — וואָס זײַן הויפּט־ציל איז צו מוטיקן די מיטגלידער פֿונעם אַמעריקאַנער סענאַט און "רעפּרעזענטאַנטן־הויז" צו שטימען פֿאַר לעגיסלאַציע, לטובֿת מדינת־ישׂראל. צוליב מײַן אַרבעט ווי אַ רעפּאָרטער, האָב איך זיך נישט אַקטיוו באַטייליקט אין די דיסקוסיעס מיט די קאָנגרעסלײַט, נאָר בלויז מיטגעגאַנגען ווי אַן אָבסערוואַטאָר.
אַ סך מענטשן, ווען זיי הערן דעם נאָ­מען "נאָרפּעק", פֿרעגן זיי: צי האָט די אָר­גאַניזאַציע אַ שײַכות צו דער פּראָ־ישׂראל­דיקער שתּדלנות־גרופּע "אייפּעק"? דער ענט­פֿער איז — ניין. "אייפּעק" איז אַ פּראָ­פֿעסיאָנעלע לאַבי־אָרגאַניזאַציע, וואָס זאָגט עדות פֿאַרן קאָנגרעס, ווען ס׳איז נייטיק, און פּרוּווט איבערצוצײַגן די קאָנ­גרעס­לײַט צו שטימען פֿאַר די פּראָ־ישׂראל­דיקע געזעץ־פּראָיעקטן, אָבער זי טאָר בכלל נישט געבן קיין פֿינאַנציעלע בײַשטײַערן צו די קאָנגרעסלײַט. "נאָרפּעק", פֿון דער אַנדערער זײַט, צוליב דעם וואָס ס׳איז נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע לאַבי־אָרגאַ­ניזאַציע, מעג יאָ זאַמלען געלט, כּדי צו העלפֿן צו פֿינאַנצירן זייערע קאַמפּאַניעס. איין אופֿן, למשל, איז ווען אַ מיטגליד פֿון "נאָרפּעק" פֿאַרבעט דעם עולם צו זיך אַהיים, צו בעסער באַקענען זיי מיט אַ גע­וויסן פּראָ־ישׂראלדיקן קאַנדידאַט פֿאַרן קאָנ­גרעס, און אַלע וואָס קומען, גיבן אַ בײַשטײַער, הגם געוויינטלעך נישט מער ווי $200. דאָס געזאַמלטע געלט גייט פֿאַר דעם קאַנדידאַטס קאַמפּאַניע.
יעדעס יאָר ברענגט "נאָרפּעק" הונדער­טער וואָלונטירן פֿונעם ניו־יאָרקער און ניו־דזשערזי־ראַיאָן קיין וואַשינגטאָן, זיך צו טרעפֿן מיט די קאָנגרעסלײַט. הײַיאָר האָבן 17 אויטאָבוסן געבראַכט 700 וואָלונטירן, וועלכע האָבן זיך געטראָפֿן מיט 475 קאָנ­גרעס­לײַט (אָדער זייערע אַסיסטענטן) — און בערך 96% פֿונעם סענאַט. דער עולם איז געווען אַ פֿאַרשידנאַרטיקער — פּראָפֿעסיאָנאַלן, סײַ מענער, סײַ פֿרויען; רבנים; און אויך בערך 170 מיטל­שול־תּלמידים. בעת דער 5־שע­היקער נסיעה אויף די אויטאָבוסן האָט מען אַלעמען אויסגעטיילט אינפֿאָר­מאַציע־פּעקלעך, וווּ מע האָט אויס­גע­רעכנט די פֿיר געזעץ־פּראָיעקטן און רעזאָלוציעס, אָדער ווי מע האָט זיי גע­רופֿן — "שמועס־פּונקטן" — מיט וועל­כע "נאָרפּעק" פֿאַרנעמט זיך הײַיאָר, און די אַלע אַרגומענטן, וואָס דער­קלערן, אַז דאָס דורכפֿירן זיי וועט ברענגען פּאָזיטיווע רעזולטאַטן נישט בלויז פֿאַר ישׂראל, נאָר אויך פֿאַר אַמעריקע.
דער הויפּט־ענין פֿון "נאָרפּעק" הײַיאָר איז אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַראָרדנט האַרבערע סאַנקציעס קעגן איראַן, און פֿאַרווערט נוקלעאַרע קאָ­אָפּע­ראַציע צווישן אַמעריקע און רוס­לאַנד, סײַדן רוסלאַנד שטעלט אָפּ איר נוקלעאַרע קאָאָפּעראַציע מיט איראַן. די "נאָרפּעק"־פֿירער האָבן באַ­טאָנט, ווי וויכטיק עס איז צו באַ­טאָנען די סכּנה, וואָס איראַן שטעלט מיט זיך פֿאָר פֿאַר ישׂראל, און פֿאַר וואָס ס׳איז אַזוי נייטיק צו טאָן אַלץ וואָס איז מעגלעך, כּדי אײַנצוצאַמען איראַנס אַמביציעס צו ווערן אַ נוקלעאַרע מלוכה.
דזשעף דאַובי
דזשעף דאַובי
Photo credit: Al. A. Mendlovitz

דער צווייטער "שמועס־פּונקט" איז געווען אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַר­זיכערט, אַז 2.4 ביליאָן דאָלאַר פֿונעם בודזשעט פֿאַר די אויסלענדישע ענינים, זאָלן גיין פֿאַר ישׂראל; דער דריטער — אַ געזעץ־פּראָיעקט צו שטיצן בשותּפֿותדיקע הויך־טעכ­נאָ­לאָ­גישע ישׂראל־אַמעריקאַנער פּראָיעקטן פֿון אַלטערנאַטיווע ענער­גיע־קוואַלן, כּדי אָפּצושוואַכן די אַמעריקאַנער נאַפֿט־אָפּהענגיקייט פֿון די אַראַבישע לענדער; און דער פֿערטער — אַ רע­זאָלוציע וואָס רופֿט דעם זיכערהייט־ראַט פֿון דער "יו־ען" צו דערקלערן, אַז דער איראַנישער פּרעזידענט מאַכ­מוד אַכמאַדינעדזשאַד האָט עובֿר געווען אויף דער זשענעווע־קאָנווענץ, דורך זײַנע אָפֿענע דערקלערונגען "אָפּ­צוּווישן" ישׂראל פֿון דער מאַפּע.
באַלד ווי די 17 אויטאָבוסן זענען אָנגעקומען אין וואַשינגטאָן, האָט מען זיך פֿאַרזאַמלט אינעם הויפּט־זאַל פֿונעם "וואַשינגטאָן קאָרט־האָטעל", וווּ די באַקאַנטע פּראָ־ישׂראלדיקע רע­פּובליקאַנער קאָנגרעספֿרוי פֿון פֿלאָ­רידע, אילעאַנאַ ראָז־לעטינען, האָט באַ­גריסט דעם עולם, דערקלערנדיק, ווי וויכטיק עס איז, אַז פּשוטע ביר­גער זאָלן קומען אין די ביוראָען פֿון די קאָנגערסלײַט צו פּריידיקן פֿאַר ישׂראל. "איך גאַראַנטיר אײַך, אַז דאָס מאַכט טאַקע אַ גרויסן רושם."
נאָך דעם האָט זיך אָנגעהויבן די ריכטיקע אַרבעט. מע האָט צע­טיילט די 700 וואָלונטירן אויף 120 קלע­נע­רע גרופּעס, און יעדע גרופּע האָט באַ­קומען די נעמען און אַדרעסן פֿון פֿיר קאָנגרעסלײַט זיי צו באַזוכן. אונדזער גרופּע איז באַשטאַנען פֿון אַ יונגן רבֿ, אַ קאָמפּיוטער־ספּע­ציאַ­ליסט, אַ מיטליעריק פּאָרפֿאָלק, מײַן מאַן, און איך. אונדזער ערשטע באַ­שטעלונג, אויף 1:00, איז געווען מיטן קאָנגרעסמאַן ראַנדי קול, אַ רע­פּובליקאַנער פֿון ניו־יאָרק, וועלכער האָט, לויט דער ליסטע פֿון פּראָ־ישׂראל­דיקע אָפּשטימונגען במשך פֿונעם לעצטן יאָר, נישט אַרויסגעוויזן קיין שטאַרקן אינטערעס צו שטיצן ישׂראל — מיט אַנדערע ווערטער, אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו פּרוּוון איבערצוצײַגן אַ קאָנגרעסמאַן צו ווערן אַ פֿרײַנד פֿון ישׂראל.
זיצנדיק אין קולס וואַרטצימער, האָב איך באַמערקט, אַז אויפֿן וואַנט­זייגער ברענט אַ רויט לעמפּל בײַם נומער צוויי. די סעקרעטאַרשע האָט דערקלערט, אַז דאָס מיינט, אַז דער קאָנגרעס וועט זיך טרעפֿן 2:00. ס׳איז באַלד געוואָרן קלאָר וואָס דאָס מיינט — צוליב דעם וואָס ס׳רובֿ קאָנגרעסלײַט וועלן זיך געפֿינען אינעם קאָנגרעס־זאַל, וועלן מיר זיך מוזן באַנוגענען מיט זייערע אַסיסטענטן.
און באַלד איז טאַקע אַרײַנגעקומען אַ בלאָנדער יונגער־מאַן, נישט מער ווי 22 יאָר, און זיך פֿאָרגעשטעלט ווי ראַנדי קולס אַסיסטענט. הגם די "נאָרפּעק"־פֿירער האָבן אונדז געעצהט, אַז מיר זאָלן נישט אונטערשאַצן די השפּעה פֿון די אַסיסטענטן — אַז זיי גיבן תּמיד איבער זייער באַלעבאָס אַלץ, וואָס עס קומט פֿאָר בײַ די זיצונ­גען — האָט דער איצטיקער בחור נישט געמאַכט קיין אײַנדרוק, אַז ער וועט עס טאַקע טאָן. ער האָט העפֿ­לעך צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, אָבער ר׳האָט גאָר נישט פֿאַרשריבן קיין נאָטיצן. אַרויסגייענדיק, האָבן עטלע­כע פֿון דער גרופּע באַמערקט, אַז זיי פֿילן, ווי זייערע רייד זענען געווען אומזיסט.
די אַנדערע דרײַ זיצונגען זענען אָבער געווען מער פּאָזיטיווע. אין דער צווייטער, האָבן מיר זיך טאַקע גע­טראָפֿן מיטן קאָנגרעסמאַן אַליין. טים בישאָפּ, אַ דעמאָקראַט פֿון מערבֿ־ניו־יאָרק מיט אַ קורץ גראָ־בערדל און אַ שאַרפֿן אינטעלעקט, האָט דווקא אַרויס­געוויזן אַ סך אינטערעס צו שטיצן די פּראָ־ישׂראלדיקע לעגיסלאַציע, און האָט אונדז באַדאַנקט, וואָס מיר האָבן אים דערמאָנט, וועלכע געזעץ־פּראָיעקטן אונטערצושרײַבן. ער האָט אויך אויס­גע­דריקט אַ שטאַרקע מיינונג קעגן דער אַמע­ריקאַנער ראָלע אין דער מלחמה אין איראַק, און עס האָט זיך גע­שאַפֿן אַ לע­בעדיקע דיסקוסיע.
הגם דאָס וואָרט "זיצונג" באַ­שטייט פֿונעם ווערב "זיצ", זענען מיר בײַ איינער פֿון די טרעפֿונגען — מיטן אַסיסטענט פֿונעם באַקאַנטן קאָנ­גרעס­מאַן טאַם לייטאַם (רעפּובליקאַנער, אײַאָווע) — בכלל נישט געזעסן, נאָר געשטאַנען אין קאָרידאָר! דער אַסיס­טענט האָט דווקא אויסגעזען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין אונדזער "סחורה", אָבער עס האָט פֿאַרדראָסן דער גרופּע, וואָס מע נעמט אונדז אויף אויף אַזאַ אומבכּבֿודיקן אופֿן. ווען איך האָב, אַהיימפֿאָרנדיק, דאָס דערציילט איינעם פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם שליחות־וויזיט, האָט ער געשמייכלט.
"דאָס איז אַן אָנגענומענע זאַך," האָט דער 48־יאָריקער אָרגאַניזאַטאָר, דזשעף דאַובי דערקלערט. "פֿון וואַ­נען מיינט איר, איז געקומען דאָס וואָרט ׳לאַבי׳? ס׳איז געווען אַ צײַט, ווען מע האָט נישט געטאָרט זיך טרעפֿן אין די ביוראָען פֿון קאָנגרעס, פֿלעג מען טאַקע שטיין אין ׳לאַבי׳ פֿונעם האָטעל, און וואַרטן ביז אַ קאָנ­גערסמאַן איז פֿאַרבײַגעלאָפֿן, כּדי אַרײַנ­צוכאַפּן אַ געלעגנהייט אים איבערצוצײַגן צו שטימען פֿאַר אַ גע­ווי­סער לעגיסלאַציע. אונדזער צוגאַנג איז — בעסער זיך צו טרעפֿן אין קאָ­רידאָר, ווי אין גאַנצן נישט."
הײַנטיקע צײַטן, ווען ס׳רובֿ מענטשן זענען צו פֿאַרנומען מיט פּרנסה צו אַרבעטן פֿרײַוויליק לטובֿת אַ געוויסן צוועק, איז דאַובי אַ יוצא־מן־הכּלל. קיין גבֿיר איז ער נישט — ער פֿאַרדינט פֿון לערנען גײַסטיק קראַנקע קינדער — אָבער פֿונדעסטוועגן, אַרבעט ער אַ גאַנץ יאָר ווי אַ וואָלונטיר לטובֿת "נאָרפּעק" און ישׂראל. דאָס איז געווען זײַן 52סטע שליחות קיין וואַשינגטאָן. "געוויינטלעך פֿאָרן מיר ווי אַ גרופּע פֿון בלויז 5 מענטשן, מיר יאָגן זיך פֿון איין קאָנגרעסמאַן צו אַ צווייטן, אַ מאָל 10־12 באַשטעלונגען אַ טאָג. אָבער ווי שווער עס זאָל נישט זײַן, ווען איך זע, אַז אונדזערע שמועסן ברענ­גען ממשותדיקע רעזולטאַטן, שאַפֿט עס מיר אַ סך פֿאַרגעניגן. די איינ­צי­קע פּראָבלעם איז אָבער, אַז בײַם פּלאַנירן די יער­לעכע שליחות קיין וואַשינגטאָן, זעט מײַן פֿרוי מיך בכלל נישט חדשים לאַנג!"
"נאָרפּעק" וועט אָבער אין גיכן דאַרפֿן געפֿינען עמעצן צו פֿאַרטרעטן דאַוביס אָרט, ווײַל אין האַרבסט וועט ער מיט זײַן פֿרוי, סוף־כּל־סוף, מקיים זײַן זייער חלום און עולה זײַן קיין ישׂראל.
ס׳רובֿ פֿון די וואָלונטירן מיט ווע­מען איך האָב גערעדט האָבן גע­זאָגט, אַז זיי זענען געווען צופֿרידן מיטן קומען, און אָפּטימיסטיש, אַז די קאָנגרעסלײַט, מיט וועמען זיי האָבן גערעדט, וועלן שטימען פֿאַר כּמעט אַלע ענינים, וואָס מע האָט אַרויס­געבראַכט פֿאַר זיי. אַליסאָן ראַט­נער, אַן 18־יאָריקע סטודענטקע, האָט דערציילט וועגן צוויי פֿון אירע באַגעגענישן. "ווען מיר האָבן גע­פּרוּווט איבערצײַגן אַן אַסיסטענט בײַ אַ טעקסאַס־קאָנגערסמאַן, צו שטיצן דעם ׳ביל׳, אַז אַמעריקע און ישׂראל זאָלן אַרבעטן צוזאַמען אויף צו אַנטוויקלען נײַע ענערגיע־קוואַלן, האָט דער אַסיסטענט געפֿרעגט: ׳פֿאַר וואָס זאָלן מיר געבן דאָס געלט ישׂראל, אויב מיר קענען עס געבן צו די אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער?׳ ס׳איז טאַקע אַ גוטע פֿראַגע און ס׳איז אַרויסגעקומען אַן אינטערעסאַנטער שמועס וועגן דעם."
"אויך אונדזער וויזיט צו סענאַ­טאָר אַדערהאָלט איז געווען אַ גע­לונגענער," האָט אַליסאָן באַמערקט. אַדערהאָלט איז אַ רעפּובליקאַנער פֿון אַלאַבאַמע. "ער איז ערשט געהאַט אַליין צוריקגעקומען פֿון אַ באַזוך אין ישׂראל, און איז געווען מיט אונדז זייער גאַסטפֿרײַנדלעך; ער האָט אַפֿילו אונדז געשאָנקען ספּעציעלע ניסלעך פֿון אַלאַבאַמע!"
הגם די "נאָרפּעק"־פֿירער האָבן, בײַם אַהיימפֿאָרן, ווי אויך שפּעטער, דורך בליצבריוו, דערקלערט, אַז דאָס שליחות איז געווען אַ הצלחהדיקס, האָבן זיי צוגעגעבן, אַז דער וויזיט צום קאָנגרעסמאַן איז בלויז אַן אָנהייב.
"איצט דאַרפֿט איר אים טעלע­פֿאָנירן," האָט דאַובי, אַהיימפֿאָרנדיק, באַטאָנט פֿאַר די וואָלונטירן. "פֿרעגט אים: ׳צי האָט איר געהאַט אַ גע­לעגנהייט צו לייענען ווײַטער וועגן אָט די פֿיר געזעץ־פּראָיעקטן? האָט איר בדעה צו שטימען פֿאַר זיי?׳ דער עיקר איז, צו אַנטוויקלען מיט אים אַ פּערזענלעכע באַציִונג."