קאָנגרעספֿרוי אילעאַנאַ ראָז־לעטינען, נאָך איר רעדע פֿאַר די 700 וואָלונטירן, מיטן פּרעזידענט פֿון "נאָרפּעק" , ד״ר בען טשאָייק (Choake), רעכטס, און דער פֿאָרזיצער פֿונעם שליחות־וויזיט, ד״ר מאָרט פֿרידמאַן; אינעם "וואַשינגטאָן קאָרט־האָטעל ", דעם 9טן מײַ |
Photo credit: Susan Greif |
מיט צוויי וואָכן צוריק, מיטוואָך, דעם 9טן מײַ, האָב איך באַגלייט אַ גרופּע וואָלונטירן אויף אַזאַ שליחות־וויזיט, דורכגעפֿירט פֿון "נאָרפּעק" — אַן אומפּאַרטיייִשע שתּדלנות־גרופּע — אָדער ווי מע זאָגט בלע״ז, אַ political action committee — וואָס זײַן הויפּט־ציל איז צו מוטיקן די מיטגלידער פֿונעם אַמעריקאַנער סענאַט און "רעפּרעזענטאַנטן־הויז" צו שטימען פֿאַר לעגיסלאַציע, לטובֿת מדינת־ישׂראל. צוליב מײַן אַרבעט ווי אַ רעפּאָרטער, האָב איך זיך נישט אַקטיוו באַטייליקט אין די דיסקוסיעס מיט די קאָנגרעסלײַט, נאָר בלויז מיטגעגאַנגען ווי אַן אָבסערוואַטאָר.
אַ סך מענטשן, ווען זיי הערן דעם נאָמען "נאָרפּעק", פֿרעגן זיי: צי האָט די אָרגאַניזאַציע אַ שײַכות צו דער פּראָ־ישׂראלדיקער שתּדלנות־גרופּע "אייפּעק"? דער ענטפֿער איז — ניין. "אייפּעק" איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלע לאַבי־אָרגאַניזאַציע, וואָס זאָגט עדות פֿאַרן קאָנגרעס, ווען ס׳איז נייטיק, און פּרוּווט איבערצוצײַגן די קאָנגרעסלײַט צו שטימען פֿאַר די פּראָ־ישׂראלדיקע געזעץ־פּראָיעקטן, אָבער זי טאָר בכלל נישט געבן קיין פֿינאַנציעלע בײַשטײַערן צו די קאָנגרעסלײַט. "נאָרפּעק", פֿון דער אַנדערער זײַט, צוליב דעם וואָס ס׳איז נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע לאַבי־אָרגאַניזאַציע, מעג יאָ זאַמלען געלט, כּדי צו העלפֿן צו פֿינאַנצירן זייערע קאַמפּאַניעס. איין אופֿן, למשל, איז ווען אַ מיטגליד פֿון "נאָרפּעק" פֿאַרבעט דעם עולם צו זיך אַהיים, צו בעסער באַקענען זיי מיט אַ געוויסן פּראָ־ישׂראלדיקן קאַנדידאַט פֿאַרן קאָנגרעס, און אַלע וואָס קומען, גיבן אַ בײַשטײַער, הגם געוויינטלעך נישט מער ווי $200. דאָס געזאַמלטע געלט גייט פֿאַר דעם קאַנדידאַטס קאַמפּאַניע.
יעדעס יאָר ברענגט "נאָרפּעק" הונדערטער וואָלונטירן פֿונעם ניו־יאָרקער און ניו־דזשערזי־ראַיאָן קיין וואַשינגטאָן, זיך צו טרעפֿן מיט די קאָנגרעסלײַט. הײַיאָר האָבן 17 אויטאָבוסן געבראַכט 700 וואָלונטירן, וועלכע האָבן זיך געטראָפֿן מיט 475 קאָנגרעסלײַט (אָדער זייערע אַסיסטענטן) — און בערך 96% פֿונעם סענאַט. דער עולם איז געווען אַ פֿאַרשידנאַרטיקער — פּראָפֿעסיאָנאַלן, סײַ מענער, סײַ פֿרויען; רבנים; און אויך בערך 170 מיטלשול־תּלמידים. בעת דער 5־שעהיקער נסיעה אויף די אויטאָבוסן האָט מען אַלעמען אויסגעטיילט אינפֿאָרמאַציע־פּעקלעך, וווּ מע האָט אויסגערעכנט די פֿיר געזעץ־פּראָיעקטן און רעזאָלוציעס, אָדער ווי מע האָט זיי גערופֿן — "שמועס־פּונקטן" — מיט וועלכע "נאָרפּעק" פֿאַרנעמט זיך הײַיאָר, און די אַלע אַרגומענטן, וואָס דערקלערן, אַז דאָס דורכפֿירן זיי וועט ברענגען פּאָזיטיווע רעזולטאַטן נישט בלויז פֿאַר ישׂראל, נאָר אויך פֿאַר אַמעריקע.
דער הויפּט־ענין פֿון "נאָרפּעק" הײַיאָר איז אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַראָרדנט האַרבערע סאַנקציעס קעגן איראַן, און פֿאַרווערט נוקלעאַרע קאָאָפּעראַציע צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד, סײַדן רוסלאַנד שטעלט אָפּ איר נוקלעאַרע קאָאָפּעראַציע מיט איראַן. די "נאָרפּעק"־פֿירער האָבן באַטאָנט, ווי וויכטיק עס איז צו באַטאָנען די סכּנה, וואָס איראַן שטעלט מיט זיך פֿאָר פֿאַר ישׂראל, און פֿאַר וואָס ס׳איז אַזוי נייטיק צו טאָן אַלץ וואָס איז מעגלעך, כּדי אײַנצוצאַמען איראַנס אַמביציעס צו ווערן אַ נוקלעאַרע מלוכה.
דזשעף דאַובי |
Photo credit: Al. A. Mendlovitz |
דער צווייטער "שמועס־פּונקט" איז געווען אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַרזיכערט, אַז 2.4 ביליאָן דאָלאַר פֿונעם בודזשעט פֿאַר די אויסלענדישע ענינים, זאָלן גיין פֿאַר ישׂראל; דער דריטער — אַ געזעץ־פּראָיעקט צו שטיצן בשותּפֿותדיקע הויך־טעכנאָלאָגישע ישׂראל־אַמעריקאַנער פּראָיעקטן פֿון אַלטערנאַטיווע ענערגיע־קוואַלן, כּדי אָפּצושוואַכן די אַמעריקאַנער נאַפֿט־אָפּהענגיקייט פֿון די אַראַבישע לענדער; און דער פֿערטער — אַ רעזאָלוציע וואָס רופֿט דעם זיכערהייט־ראַט פֿון דער "יו־ען" צו דערקלערן, אַז דער איראַנישער פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד האָט עובֿר געווען אויף דער זשענעווע־קאָנווענץ, דורך זײַנע אָפֿענע דערקלערונגען "אָפּצוּווישן" ישׂראל פֿון דער מאַפּע.
באַלד ווי די 17 אויטאָבוסן זענען אָנגעקומען אין וואַשינגטאָן, האָט מען זיך פֿאַרזאַמלט אינעם הויפּט־זאַל פֿונעם "וואַשינגטאָן קאָרט־האָטעל", וווּ די באַקאַנטע פּראָ־ישׂראלדיקע רעפּובליקאַנער קאָנגרעספֿרוי פֿון פֿלאָרידע, אילעאַנאַ ראָז־לעטינען, האָט באַגריסט דעם עולם, דערקלערנדיק, ווי וויכטיק עס איז, אַז פּשוטע בירגער זאָלן קומען אין די ביוראָען פֿון די קאָנגערסלײַט צו פּריידיקן פֿאַר ישׂראל. "איך גאַראַנטיר אײַך, אַז דאָס מאַכט טאַקע אַ גרויסן רושם."
נאָך דעם האָט זיך אָנגעהויבן די ריכטיקע אַרבעט. מע האָט צעטיילט די 700 וואָלונטירן אויף 120 קלענערע גרופּעס, און יעדע גרופּע האָט באַקומען די נעמען און אַדרעסן פֿון פֿיר קאָנגרעסלײַט זיי צו באַזוכן. אונדזער גרופּע איז באַשטאַנען פֿון אַ יונגן רבֿ, אַ קאָמפּיוטער־ספּעציאַליסט, אַ מיטליעריק פּאָרפֿאָלק, מײַן מאַן, און איך. אונדזער ערשטע באַשטעלונג, אויף 1:00, איז געווען מיטן קאָנגרעסמאַן ראַנדי קול, אַ רעפּובליקאַנער פֿון ניו־יאָרק, וועלכער האָט, לויט דער ליסטע פֿון פּראָ־ישׂראלדיקע אָפּשטימונגען במשך פֿונעם לעצטן יאָר, נישט אַרויסגעוויזן קיין שטאַרקן אינטערעס צו שטיצן ישׂראל — מיט אַנדערע ווערטער, אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו פּרוּוון איבערצוצײַגן אַ קאָנגרעסמאַן צו ווערן אַ פֿרײַנד פֿון ישׂראל.
זיצנדיק אין קולס וואַרטצימער, האָב איך באַמערקט, אַז אויפֿן וואַנטזייגער ברענט אַ רויט לעמפּל בײַם נומער צוויי. די סעקרעטאַרשע האָט דערקלערט, אַז דאָס מיינט, אַז דער קאָנגרעס וועט זיך טרעפֿן 2:00. ס׳איז באַלד געוואָרן קלאָר וואָס דאָס מיינט — צוליב דעם וואָס ס׳רובֿ קאָנגרעסלײַט וועלן זיך געפֿינען אינעם קאָנגרעס־זאַל, וועלן מיר זיך מוזן באַנוגענען מיט זייערע אַסיסטענטן.
און באַלד איז טאַקע אַרײַנגעקומען אַ בלאָנדער יונגער־מאַן, נישט מער ווי 22 יאָר, און זיך פֿאָרגעשטעלט ווי ראַנדי קולס אַסיסטענט. הגם די "נאָרפּעק"־פֿירער האָבן אונדז געעצהט, אַז מיר זאָלן נישט אונטערשאַצן די השפּעה פֿון די אַסיסטענטן — אַז זיי גיבן תּמיד איבער זייער באַלעבאָס אַלץ, וואָס עס קומט פֿאָר בײַ די זיצונגען — האָט דער איצטיקער בחור נישט געמאַכט קיין אײַנדרוק, אַז ער וועט עס טאַקע טאָן. ער האָט העפֿלעך צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, אָבער ר׳האָט גאָר נישט פֿאַרשריבן קיין נאָטיצן. אַרויסגייענדיק, האָבן עטלעכע פֿון דער גרופּע באַמערקט, אַז זיי פֿילן, ווי זייערע רייד זענען געווען אומזיסט.
די אַנדערע דרײַ זיצונגען זענען אָבער געווען מער פּאָזיטיווע. אין דער צווייטער, האָבן מיר זיך טאַקע געטראָפֿן מיטן קאָנגרעסמאַן אַליין. טים בישאָפּ, אַ דעמאָקראַט פֿון מערבֿ־ניו־יאָרק מיט אַ קורץ גראָ־בערדל און אַ שאַרפֿן אינטעלעקט, האָט דווקא אַרויסגעוויזן אַ סך אינטערעס צו שטיצן די פּראָ־ישׂראלדיקע לעגיסלאַציע, און האָט אונדז באַדאַנקט, וואָס מיר האָבן אים דערמאָנט, וועלכע געזעץ־פּראָיעקטן אונטערצושרײַבן. ער האָט אויך אויסגעדריקט אַ שטאַרקע מיינונג קעגן דער אַמעריקאַנער ראָלע אין דער מלחמה אין איראַק, און עס האָט זיך געשאַפֿן אַ לעבעדיקע דיסקוסיע.
הגם דאָס וואָרט "זיצונג" באַשטייט פֿונעם ווערב "זיצ", זענען מיר בײַ איינער פֿון די טרעפֿונגען — מיטן אַסיסטענט פֿונעם באַקאַנטן קאָנגרעסמאַן טאַם לייטאַם (רעפּובליקאַנער, אײַאָווע) — בכלל נישט געזעסן, נאָר געשטאַנען אין קאָרידאָר! דער אַסיסטענט האָט דווקא אויסגעזען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין אונדזער "סחורה", אָבער עס האָט פֿאַרדראָסן דער גרופּע, וואָס מע נעמט אונדז אויף אויף אַזאַ אומבכּבֿודיקן אופֿן. ווען איך האָב, אַהיימפֿאָרנדיק, דאָס דערציילט איינעם פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם שליחות־וויזיט, האָט ער געשמייכלט.
"דאָס איז אַן אָנגענומענע זאַך," האָט דער 48־יאָריקער אָרגאַניזאַטאָר, דזשעף דאַובי דערקלערט. "פֿון וואַנען מיינט איר, איז געקומען דאָס וואָרט ׳לאַבי׳? ס׳איז געווען אַ צײַט, ווען מע האָט נישט געטאָרט זיך טרעפֿן אין די ביוראָען פֿון קאָנגרעס, פֿלעג מען טאַקע שטיין אין ׳לאַבי׳ פֿונעם האָטעל, און וואַרטן ביז אַ קאָנגערסמאַן איז פֿאַרבײַגעלאָפֿן, כּדי אַרײַנצוכאַפּן אַ געלעגנהייט אים איבערצוצײַגן צו שטימען פֿאַר אַ געוויסער לעגיסלאַציע. אונדזער צוגאַנג איז — בעסער זיך צו טרעפֿן אין קאָרידאָר, ווי אין גאַנצן נישט."
הײַנטיקע צײַטן, ווען ס׳רובֿ מענטשן זענען צו פֿאַרנומען מיט פּרנסה צו אַרבעטן פֿרײַוויליק לטובֿת אַ געוויסן צוועק, איז דאַובי אַ יוצא־מן־הכּלל. קיין גבֿיר איז ער נישט — ער פֿאַרדינט פֿון לערנען גײַסטיק קראַנקע קינדער — אָבער פֿונדעסטוועגן, אַרבעט ער אַ גאַנץ יאָר ווי אַ וואָלונטיר לטובֿת "נאָרפּעק" און ישׂראל. דאָס איז געווען זײַן 52סטע שליחות קיין וואַשינגטאָן. "געוויינטלעך פֿאָרן מיר ווי אַ גרופּע פֿון בלויז 5 מענטשן, מיר יאָגן זיך פֿון איין קאָנגרעסמאַן צו אַ צווייטן, אַ מאָל 10־12 באַשטעלונגען אַ טאָג. אָבער ווי שווער עס זאָל נישט זײַן, ווען איך זע, אַז אונדזערע שמועסן ברענגען ממשותדיקע רעזולטאַטן, שאַפֿט עס מיר אַ סך פֿאַרגעניגן. די איינציקע פּראָבלעם איז אָבער, אַז בײַם פּלאַנירן די יערלעכע שליחות קיין וואַשינגטאָן, זעט מײַן פֿרוי מיך בכלל נישט חדשים לאַנג!"
"נאָרפּעק" וועט אָבער אין גיכן דאַרפֿן געפֿינען עמעצן צו פֿאַרטרעטן דאַוביס אָרט, ווײַל אין האַרבסט וועט ער מיט זײַן פֿרוי, סוף־כּל־סוף, מקיים זײַן זייער חלום און עולה זײַן קיין ישׂראל.
ס׳רובֿ פֿון די וואָלונטירן מיט וועמען איך האָב גערעדט האָבן געזאָגט, אַז זיי זענען געווען צופֿרידן מיטן קומען, און אָפּטימיסטיש, אַז די קאָנגרעסלײַט, מיט וועמען זיי האָבן גערעדט, וועלן שטימען פֿאַר כּמעט אַלע ענינים, וואָס מע האָט אַרויסגעבראַכט פֿאַר זיי. אַליסאָן ראַטנער, אַן 18־יאָריקע סטודענטקע, האָט דערציילט וועגן צוויי פֿון אירע באַגעגענישן. "ווען מיר האָבן געפּרוּווט איבערצײַגן אַן אַסיסטענט בײַ אַ טעקסאַס־קאָנגערסמאַן, צו שטיצן דעם ׳ביל׳, אַז אַמעריקע און ישׂראל זאָלן אַרבעטן צוזאַמען אויף צו אַנטוויקלען נײַע ענערגיע־קוואַלן, האָט דער אַסיסטענט געפֿרעגט: ׳פֿאַר וואָס זאָלן מיר געבן דאָס געלט ישׂראל, אויב מיר קענען עס געבן צו די אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער?׳ ס׳איז טאַקע אַ גוטע פֿראַגע און ס׳איז אַרויסגעקומען אַן אינטערעסאַנטער שמועס וועגן דעם."
"אויך אונדזער וויזיט צו סענאַטאָר אַדערהאָלט איז געווען אַ געלונגענער," האָט אַליסאָן באַמערקט. אַדערהאָלט איז אַ רעפּובליקאַנער פֿון אַלאַבאַמע. "ער איז ערשט געהאַט אַליין צוריקגעקומען פֿון אַ באַזוך אין ישׂראל, און איז געווען מיט אונדז זייער גאַסטפֿרײַנדלעך; ער האָט אַפֿילו אונדז געשאָנקען ספּעציעלע ניסלעך פֿון אַלאַבאַמע!"
הגם די "נאָרפּעק"־פֿירער האָבן, בײַם אַהיימפֿאָרן, ווי אויך שפּעטער, דורך בליצבריוו, דערקלערט, אַז דאָס שליחות איז געווען אַ הצלחהדיקס, האָבן זיי צוגעגעבן, אַז דער וויזיט צום קאָנגרעסמאַן איז בלויז אַן אָנהייב.
"איצט דאַרפֿט איר אים טעלעפֿאָנירן," האָט דאַובי, אַהיימפֿאָרנדיק, באַטאָנט פֿאַר די וואָלונטירן. "פֿרעגט אים: ׳צי האָט איר געהאַט אַ געלעגנהייט צו לייענען ווײַטער וועגן אָט די פֿיר געזעץ־פּראָיעקטן? האָט איר בדעה צו שטימען פֿאַר זיי?׳ דער עיקר איז, צו אַנטוויקלען מיט אים אַ פּערזענלעכע באַציִונג."