אין אַפּריל, 2003, האָט מען געראַבעוועט אין די גאַסן פֿון באַגדאַד. די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט זיך צוגעקוקט און נישט אַרײַנגעמישט |
Getty Images |
ס׳איז שוין פֿיר יאָר נאָך דעם ווי אַמעריקע איז אַרײַן אין איראַק; גענוג צײַט זיך גוט אַרײַנצוטראַכטן אין דער פֿראַגע — וואָס האָט דערפֿירט דערצו, אַז פֿון אַזאַ גרויסן מיליטערישן נצחון בײַם אַרויסטרײַבן סאַדאַם כוסיין איז געוואָרן דער הײַנטיקער תּוהו־ובֿוהו? אַן ערך 3000 אַמעריקאַנער זענען דערווײַל אומגעקומען במשך פֿון די פֿיר יאָר; 20,000 אַמעריקאַנער זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן; איראַק האַלט בײַם אָנהייב פֿון אַ בירגער־קריג (אַנדערע זאָגן, אַז ער האַלט שוין אין מיטן); הונדערטער טויזנטער איראַקער זענען ביז אַהער אומגעקומען; איראַן מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם איז פֿאַרשטאַרקט געוואָרן; דאָס אַמעריקאַנער מיליטער זעט נישט אויס אַזוי שטאַרק ווי אַמאָל, און צוויי טריליאָן דאָלאַר האָט מען שוין אויסגעגעבן אויפֿצובויען איראַק. אַ שלל נײַע פֿילמען ווערן איצט געוויזן, וואָס פּריידיקן אַ תּיכּפֿדיקן צוריקצי קיין אַמעריקע, און דערציילן ווי אַזוי די מלחמה אין איראַק איז געוואָרן אַ טראַגעדיע פֿאַר דער איראַקער באַפֿעלקערונג. דאָס זענען פֿילמען געמאַכט פֿון איראַקער, אַמעריקאַנער און אייראָפּעער. אַנדערע פֿילמען, גיבן אַ מער היסטאָריש בילד, און שטעלן דעם טראָפּ אויפֿן פּראָצעס ווי מע האָט געלאָזט דאָס איראַקער לאַנד זיך צעפֿאַלן.
אינעם נײַעם פֿילם "No End In Sight" [קיין סוף זעט מען נישט] פֿונעם פֿילממאַכער טשאַרלס פֿערגוסאָן, ווערט געשטעלט דער טראָפּ אויף די באַשלוסן, וואָס מע האָט געמאַכט בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה. פֿערגוסאָן איז אַ באַקאַנטער קאָמפּיוטער־מבֿין, אינזשעניר, וואָס האָט צוגעטראַכט געוויסע טעכנאָלאָגישע אויסגעפֿינסן, וועלכע האָבן אים געמאַכט רײַך. מע באַמערקט, אַז ער באַציט זיך צו דער טעמע כּמעט וויסנשאַפֿטלעך, באַטראַכטנדיק יעדן פּונקט מיט אַנאַליז און קריטיק. אַזוי אַרום ווערט דער צוקוקער איבערצײַגט, אַז דאָס איז נישט קיין פּראָפּאַגאַנדיסטישער פֿילם, נאָר אַ קלאָרע און שאַרפֿע פּאָלעמיק, געשאַפֿן צו פֿאַרשטיין די געשיכטע.
במשך פֿונעם פֿילם אינטערוויויִרט מען די זשורנאַליסטן, וועלכע זענען געווען אין איראַק, אַמאָליקע סאָלדאַטן און אַדמיניסטראַטאָרן פֿון דער העכסטער מדרגה; אַפֿילו די געוועזענע עצה־געבערס אין בושס רעגירונג, צווישן זיי: ריטשאַרד אַרמיטאַזש — דער געוועזענער שטעל־פֿאַרטרעטער פֿון דעם מלוכה־סעקרעטאַר, באַרבאַראַ באָדין — די געוועזענע אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָרין אין איראַק (פֿרילינג, 2003), לאָרענץ ווילקערסאָן — הויפּט פֿון פּערסאָנאַל בײַ קאָלין פּאַועל, געוועזענער מלוכה־סעקרעטאַר, און גענעראַל דזשיי גאַרנער — דער אויפֿזעער בעת דער אָקופּאַציע פֿון איראַק ביז מײַ 2003.
איינער פֿון די ערשטע טעותן וואָס די אַמעריקאַנער אַרמיי איז באַגאַנגען, איז געווען דאָס ניצן צו ווייניק סאָלדאַטן נאָכן אַרײַנקומען אין איראַק בכלל, און אין באַגדאַד, בפֿרט. דאָס האָט דערלאָזט רויבערײַען אין די קראָמען, פֿאַבריקן, מוזייען, און בנינים, וווּ די געוועזענע רעגירונג־אָפּטיילן האָבן זיך געפֿונען. מע זעט אינעם פֿילם ווי די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן האָבן זיך צוגעקוקט ווי באַנדעס פֿירן אַרויס גאַנצע וועגענער סחורה, און קיין איין פּאָליציאַנט, סאָלדאַט אָדער אַן אַנדער מענטש מיט אויטאָריטעט שטעלט זיי נישט אָפּ.
דער באַשלוס נישט אײַנצופֿירן קריגס־געזעץ אין באַגדאַד צו יענער צײַט האָט געווירקט נישט נאָר אויפֿן פֿינאַנציעלן מצבֿ. נאָך אַזוינע סצענעס האָט שוין געהערשט אַ פּעסימיסטישע שטימונג צווישן די איראַקער, אַז זיי לעבן אין אַ געזעלשאַפֿט אָן קיין שום געזעץ. אין איין פֿילם־סצענע ווײַזט מען ווי דער דירעקטאָר פֿונעם "איראַקער אַנטיקוואַר־מוזיי" בעט זיך בײַ די אַמעריקאַנער באַאַמטע צו ראַטעווען צען טויזנט יאָר איראַקער געשיכטע, וואָס די באַנדיטן "טראָגן אַרויס" פֿונעם אינסטיטוט.
אַ צווייטער טעות פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע איז געווען דאָס אָפּזאָגן די צענדליקער טויזנטער איראַקער פּאַרטיי־מיטגלידער פֿון "באַאַט" זיך צו באַטייליקן אין דער נײַער איראַקער רעגירונג. אַזאַ באַשלוס איז געמאַכט געוואָרן אָן אַרײַנטראַכטן זיך אין דעם, אַז אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די "באַאַטיסטן" זענען נאָר צוגעשטאַנען צו כוסיינס פּאַרטיי, כּדי צו באַקומען אַרבעט, מאַכן אַ קאַריערע, אָבער דערבײַ נישט געהאַט קיין שום אידעאָלאָגישע פֿאַרבינדונגען מיטן דיקטאַטאָר און זײַן קליקע. אַזוי אַרום זענען דווקא די מענטשן, וועלכע וואָלטן געקענט העלפֿן אויפֿצובויען איראַק אין דעם מאָמענט פֿון קריזיס, אַוועקגעטריבן געוואָרן.
נאָך איין נעגאַטיווער באַשלוס מצד דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע אין די ערשטע חדשים פֿון דער איראַקער אָקופּאַציע: דאָס פֿונאַנדערלאָזן די געוועזענע איראַקער אַרמיי. טויזנטער סאָלדאַטן מיט זייערע קאָמאַנדירן זענען געווען גרייט צו העלפֿן די אַמעריקאַנער; גאַנצע באַטאַליאָנען זענען געקומען צו דער אַמעריקאַנער אַרמיי און זיי געזאָגט, אַז "מיר קענען העלפֿן"; אָבער להיפּוך צו די עצות פֿון די אַמעריקאַנער גענעראַלן און די הויך־באַאַמטע אין איראַק, האָט מען זיי געלאָזט גיין. אַזוי אַרום האָבן זיך באַוויזן צענדליקער טויזנטער איראַקער מענער, אָן אַרבעט, מיט געווער אויף די גאַסן פֿון באַגדאַד. אָן אַ מעגלעכקייט צו געפֿינען אַרבעט, אָדער פֿאַרנעמען זייערע פֿריִערדיקע פּאָזיציעס, האָבן אַ טייל, אפֿשר אַ גרויסער טייל, זיך געוואָנדן צו די מיליטאַנטישע מיליץ־גרופּעס, וואָס האָבן זיך אין דער צײַט אָנגעהויבן צו אַנטוויקלען.
וואָס מע פֿאַרגעדענקט פֿון פֿערגוסאָנס פֿילם זײַנען נישט בלויז די פֿאַטאַלע באַשלוסן, נאָר אויך דער סודותדיקער פּראָצעס ווי מען איז געקומען צו זיי. אַ קליינע גרופּע אין וואַשינגטאָן — צווישן זיי דער וויצע־פּרעזידענט דיק טשייני, דער פֿאַרטיידיקונג־סעקרעטאַר דאָנאַלד ראָמספֿעלד, און דער שטעל־פֿאַרטרעטער פֿונעם פֿאַרטיידיקונג־סעקרעטאַר, דער "אַרכיטעקט" פֿון דער אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק אין מיטעלן־מיזרח, פּאָל וואָלפֿאָוויץ — האָבן אויף זיך גענומען דאָס אַחריות צו באַשטימען די אַמעריקאַנער פּאָליטיק אָן זיך צו ווענדן צו דרויסנדיקע קענער און עקספּערטן. די גרופּע האָט קיין מאָל נישט געדינט אין אַרמיי, קיין אַראַביש נישט געקענט. עס איז נישט קלאָר אַפֿילו, צי פּרעזידענט בוש האָט אַקטיוו אָנטיילגענומען אין די וויכטיקע באַשלוסן. ער האָט, זעט אויס, צוגעבאָמקעט, אָן צו לייענען די וויכטיקע דאָקומענטן, אָדער גרעסערע באַריכטן, וועלכע עס האָבן חדשים לאַנג צוגעגרייט ספּעציעלע קאָמיטעטן.
אין פֿאַרגלײַך מיטן באַקאַנטן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן די אַטאַקן פֿונעם 11טן סעפּטעמבער פֿון מײַקל מור, וואָס זײַן סטיל איז נישט סובטיל, איז פֿערגוסאָנס אופֿן איבערצוצײַגן אַ שטילער און רויִקער, מיט פֿאַקטן און דאָקומענטן, וואָס מע קען זיי נישט אָפּלייקענען.