פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"איר קענט מיך באַשטראָפֿן, איר קענט באַשטראָפֿן די פּאַרטיי, אָבער איר טאָרט נישט באַשטראָפֿן די מדינה" — האָט הײַנטיקע וואָך געזאָגט אין אַ טעלעוויזיע־אינטערוויו דער מנהיג פֿון "עבֿודה", אהוד ברק. ס'איז קלאָר, אַז געמיינט דערמיט האָט ער, ווי יעדער אײַנגעבילדעטער פּאַרטיי־מנהיג מיט אַ הויכער מיינונג וועגן זיך, אַזוי ווי ברק, אַז "נאָר ער קען" — און מיט זײַן פֿעיִקייט אָנצושטעקן און איבערצוצײַגן גרויסע מאַסן וויילערס האָט ער צום ערשטן מאָל דעראָבערט די מאַכט (אין 1999) און האָט זי נאָך אַ קורצער רעקאָרד־צײַט פֿון אַ יאָר מיט 245 טעג מיט בושה פֿאַרלוירן; און צום צווײַטן מאָל (אין די פּרײַמעריס אין מײַ 2007) צוריק געוווּנען די אָנפֿירונג פֿון דער פּאַרטיי, מיטן דעקלאַרירטן ציל צו ווערן דער פּרעמיער־מיניסטער. דאָס מאָל האָט אָבער אונטער זײַן אָנפֿירונג פֿאַרלוירן זײַן פּאַרטיי, די "עבֿודה", וואָס איז פֿונעם צווייטן אָרט, לויט איר גרייס אין דער כּנסת, אַראָפּגעפֿאַלן אויף דעם זיבעטן אָרט — פֿון 19 אויף 8 מאַנדאַטן — אין די פּובליק־טעסטן (טאָמער קומען פֿאָר די וואַלן הײַנט). מיט אָט דעם נעבעכדיקן נידעריקסטן עלעקטאָראַלן פּאָטענציאַל, גרייט זי זיך, די אַמאָל הערשנדיקע פּאַרטיי, די יורשטע פֿון דער היסטאָרישער מפּא"י, די גרינדערין פֿון דער מדינה, צו די וואַלן.

אַזוי זענען די אַקציעס פֿון "עבֿודה" געפֿאַלן אויף דער פּאָליטישער בערזע צוזאַמען מיט די אַקציעס און ווערט־פּאַפּירן פֿון די אינוועסטאָרן און ספּעקולאַנטן אויף דער עקאָנאָמישער בערזע. עס איז דעריבער פֿאַרשטענדלעך די נערוועזיטעט, וואָס האָט געהערשט אין דער פּאַרטיייִשער אָנפֿירונג און באַזונדערס צווישן די 22 כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון "עבֿודה" (אײַנגעשלאָסן די דרײַ מאַנדאַטן פֿון דער פֿאַרבינדעטער פּראָגרעסיוו־רעליגיעזער פֿראַקציע "מימד" פֿון הרבֿ מלכּיור), וואָס זײַנען נישט זיכער מיט זייער באַנײַטן אויסוואַל דעם 10טן פֿעברואַר 2009.

אויבנאויפֿיק האָט עס אויסגעזען, אַז דאָס איז אַ רעזולטאַט פֿון דעם קריזיס פֿון דער גלאָבאַליזאַציע, אויף וועלכן די פּאָליטישע פּאַרטייען געפֿינען נישט קיין ענטפֿער. די סיבה איז אָבער, וואָס די אָנפֿירנדיקע פּאַרטייען, וואָס באַווירקן דעם גורל פֿון דער מדינה — סײַ אין דער רעגירונג און סײַ אין דער אָפּאָזיציע — האָבן שוין פֿון לאַנג פֿאַרלוירן זייערע אידעאָלאָגיעס. און אויב עס זענען פֿאַראַן פּאַרטייען וואָס זוכן אַן אידעאָלאָגיע, זענען אויך פֿאַראַן אידעאָלאָגן, וואָס זוכן אַ פּאַרטיי אָנצופֿירן מיט איר. פֿאַר זיי זײַנען אָבער די פּאַרטייען געוואָרן ענג, נישט קענענדיק צופֿרידנשטעלן אַזוי פֿיל מאַכטגײַציקע מנהיגים. אַזוי, למשל, איז דער מנהיג פֿון דעם רעליגיעז־נאַציאָנאַלן לאַגער, דער פּענסיאָנירטער גענעראַל אפֿי איתּם, וועלכער איז געקומען אויפֿן פּאָליטישן מאַרק מיט דער בּשׂורה, אַז ער איז משיח און אַז די דאָזיקע געטלעכע השגחה איז אים שוין קינדווײַז אָנגעזאָגט געוואָרן אין חלום, געבליבן איצט אַ יתום נאָך דער ליקווידאַציע פֿון מפֿד"ל און איר פֿאַראייניקונג מיט די אַנדערע פֿונדאַמענטאַליסטישע פּאַרטייען, וועלכע האָבן זייערע אייגענע דערפֿאַרענע מנהיגים. איז ער אַרומגעגאַנגען אויפֿן פּאָליטישן מאַרק און רעקלאַמירט זײַן פֿירערשאַפֿט פֿאַר אַ הויכן פּרײַז, וועלכן קיינער וויל אָבער נישט באַצאָלן. משיח וועט מוזן וואַרטן.

אַפֿילו דער "ליכּוד", וועמען ער האָט זיך אויך פֿאָרגעלייגט, האָט שוין צו פֿיל מנהיגים און משיחים, כאָטש נתניהו קויפֿט אײַן יעדן טאָג נײַע "סטאַרס" פֿון צווישן די צוריקגעקומענע און נײַ־געקומענע — פֿון בני בעגינען און דן מערידאָר, די "ציוויליזירטע" (ציוויל־געוואָרענע) גענעראַלן עוזי דיין און משה "בוגי" יעלון, ביז דער קאָסמעטיקערין פּנינה ראָזנבלום און דעם פּאָפּולערן קוישבאָל־סטאַר טל בראָדי. אַ פֿונדאַמענטאַליסטישער משיח איז צו עקסטרעם פֿאַר אַזאַ "דעמאָקראַטישער צענטער־פּאַרטיי" ווי עס איז דער ליכּוד. באַזונדערס נאָכדעם ווי דער עקסטרעם־רעכטער סימבאָל פֿון ליכּוד, ד"ר עוזי לאַנדאַו, איז אַריבער צו ליבערמאַנס "ישׂראל בּיתּנו" און דער "נומער 2" פֿון "ישׂראל בּיתּנו", ישׂראל חסון, איז אַריבער צו "קדימה". נתניהו האָט אין דער זעלבער צײַט אויך צו טאָן מיט אַן אייגענער אינערלעכער אָפּאָזיציע — דאָס איז די ראַדיקאַל־רעכטע ראַסיסטישע גרופּירונג "ייִדישע פֿירערשאַפֿט" בראָש מיט משה פֿײַגלין, וואָס האָט זיך באַזעצט אין דער פּאַרטיי. אין דרויסן, אָן אַ פּאַרטיי, איז געבליבן פּראָפֿ' אריה אלדד, דער מנהיג פֿון דעם וועלטלעך־פֿונדאַמענטאַליסטישן "איחוד לאומי" נאָך דעם ווי זײַן פּאַרטיי האָט זיך אָנגעשלאָסן צום רעליגיעז-פֿונדאַמענטאַליסטישן בלאָק צוזאַמען מיטן ליקווידירטן מפֿד"ל.

נישט געקוקט אויף די אַלע צעשפּאַלטונגען, פֿאַראייניקונגען און איבערבײַטונגען פֿון דער פּאָליטישער און פּאַרטיייִשער מאַפּע, נישט געקוקט אויף דער רעוואָלוציאָנערער איבערקערעניש אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿאָרום מיטן אויסוואַל פֿון באַראַק אָבאַמאַ, ווי דעם שוואַרצן פּרעזידענט פֿון אַמעריקע, טראָץ דעם עקאָנאָמישן היפּער־קריזיס פֿון דער גלאָבאַליזאַציע, טראָץ די שלום־געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער פֿונעם מערבֿ־ברעג און דעם שלום־פּרוּוו מיט די סיריער, און דעם שווערן טעראָר־אַקט אין מומבאַי, אינדיע, און נישט געקוקט אויף אַ גאַנצער רייע "טראָצן" — גייט איצט דער לינקער לאַגער אַ היפּשלעך אָפּגעשוואַכטער צו די וואַלן צו דער נײַער כּנסת. לויט די לעצטע פּובליק־טעסטן, וואָס קענען זיך נאָך היפּשלעך ענדערן אין די צוויי חדשים ביז צו די וואַלן, איז דער לינקער מר"צ שוין "אַריבערגעלאָפֿן" די ״עבֿודה" און עס ווערן אים שוין פֿאָרויסגעזען 8 מאַנדאַטן און דאָס זיבעטע אָרט אין דער רשימה, אַנטקעגן 7 מאַנדאַטן און דאָס אַכטע אָרט, וואָס ווערט פֿאָרגעזען דער "עבֿודה". דעם דאָזיקן פֿאַקט ווערן צוגעשריבן דרײַ סיבות: דער אויסוואַל פֿון חיים אורון ווי דעם פֿאָרזיצער פֿון מר"צ אויפֿן אָרט פֿון ד"ר יוסי ביילין, וועלכער האָט זיך איצט "צוריקגעצויגן" פֿון פּאָליטישן לעבן; דאָס דערנענטערן זיך פֿון אַ גרופּע אײַנפֿלוסרײַכע אינטעלעקטואַלן צום "מר"צ", און דער אײַנדרוק, אַז אַ טייל פֿון די אַנטוישטע וויילער וואָס האָבן פֿריִער געשטימט פֿאַר "עבֿודה", וועלן דאָס מאָל שטימען פֿאַרן "מר"צ". דאַקעגן האָפֿן די מענטשן פֿון "עבֿודה" אויף אַ צופֿלוס פֿון שטימען אויפֿן חשבון פֿון די ליבעראַל־אָריענטירטע וויילער פֿון "קדימה". די פּאַרטייען פֿון ביידע זײַטן פֿון "קדימה" — "עבֿודה" פֿון לינקס און דער "ליכּוד" פֿון רעכטס — רעכענען אויף איר צוזאַמענברוך און האָפֿן זיך אויפֿצוריכטן אויף איר חשבון.

"עבֿודה" האָט אָבער נישט קיין מזל. זי האָט געוואָלט זײַן דער אַוואַנגאַרד פֿון דער וואַל־טעכנאָלאָגיע אין ישׂראל, און גייענדיק אויפֿן וועג פֿון די אַמעריקאַנער, האָט זי הײַנטיקע וואָך פֿאַרזאָרגט אַלע וואַל"־אורנעס" מיט קאָמפּיוטערס צו די פּרײַמעריס, וואָס האָבן געזאָלט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 4טן דעצעמבער. אָבער אַנשטאָט דיגיטאַלישע פּרײַמעריס איז געשען אַ טעכנאָלאָגישער "עקסידענט" גראָד אין די בעסטע רגעס פֿון איר עלעקטאָראַלער אַקטיוויטעט: די קאָמפּיוטערס האָבן "פֿאַרשטרײַקט, זיך אָפּגעזאָגט צו אַרבעטן, צו דינען דער "עבֿודה" — און די וואַלן זײַנען געוואָרן אָפּגעלייגט אויף דעם קומענדיקן מיטוואָך.

דערווײַל אָבער האָט די "קדימה" אַ שווערע מערכה מיט איר ביז־איצטיקן פּאַרטיי־פֿאָרזיצער און דעמיסיאָנירטן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, וועלכער איז געוואָרן היפּער־אַקטיוו אין די לעצטע פּאָר חדשים, וואָס זענען אים, לויטן געזעץ, פֿאַרבליבן צו הערשן און ער נוצט אויס אַלע געלעגנהייטן, כּדי צו דעמאָנסטרירן זײַן פֿונקציאָנירנדיקן כּוח פֿון מאַכט. דער פּאַרטיי־מנהיג, דער יורש פֿון אריאל שרון, האָט, קומענדיק צו דער מאַכט, אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן אילוזיעס. ער האָט ווירקלעך אין זיי געגלויבט נאָכדעם ווי ער האָט, אַזוי ווי שרון, זיך "אויפֿגעכאַפּט פֿון אַ חלום", אָבער פֿאַרן אויפֿכאַפּן זיך האָט ער, ווי אַ לונאַטיקער געטאָן אַלץ וואָס נאָר מעגלעך, אַז זײַן נײַער וועג זאָל נישט קענען ווערן פֿאַרווירקלעכט. ער איז דערפֿאַר — און אפֿשר נישט נאָר דערפֿאַר — געוואָרן געשטרויכלט און באַשטראָפֿט פֿון דעם מאַכטגײַציקן אהוד ברק, דעם מנהיג פֿון דער פֿאַרבינדעטער "עבֿודה", וועלכער האָט זיך יענעם מאָל אַלײַן געהאַט באַשטראָפט מיט אויפֿלייזן זײַן רעגירונג מיט אַכט יאָר צוריק.

דאָס מאָל איז דאָס געווען אהוד ברק, וועלכער האָט אָלמערטן געצוווּנגען צו דעמיסיאָנירן. און איצט זעט עס אויס ווי אָלמערט וואָלט באַשטראָפֿט אַלע זײַנע חבֿרים אין דער רעגירונג, אין דער קאָאַליציע און אין דער פּאַרטיי מיט דעם זעלבן, מיט וואָס ער איז געוואָרן באַשטראָפֿט: ער טוט איצט אָפּ דער "קדימה" דאָס זעלבע, וואָס שרון האָט אָפּגעטאָן דעם "ליכּוד" ווען ער איז געווען זײַן מנהיג. און ער פֿירט אַדורך זײַנע זעלבסטוויליקע שריט ווי צו להכעיס זײַנע געטרייע חבֿרים אין דער פּאַרטיי און אין דער רעגירונג.

אַזוי ווי שרון אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן הערשאַפֿט איז געווען אַניגמאַטיש און האָט קיינעם נישט — חוץ אפֿשר זײַן פֿאַרטרויונגסמאַן, דבֿ ווײַסגלאַס — אָנפֿאַרטרויט זײַנע גורלדיקע מלוכישע פּלענער; אָלמערט האָט פֿאַרפֿירט אַ שאַרפֿן אונטערגראָבונגס־קאַמף קעגן דער נײַ־געוויילטער פֿאָרזיצערין פֿון דער פּאַרטיי, די אויסערן־מיניסטאָרן אין זײַן רעגירונג, ציפּי לבֿני, און איז אַרויס מיט אַן אייגענעם אַלטערנאַטיוון פּראָיעקט פֿון אַ "זיכערהייטנעץ" פֿאַר פּענסיאָנערן, פּאַראַלעל צו דער זיכערהייט־נעץ וואָס עס האָט געגרייט דער פֿינאַנץ־מיניסטער, רוני בר־און, זײַן ביז איצט נאָענטסטער און פֿאַרטרוילעכסטער מיניסטער.

גיי פֿאַרשטיי וואָס עס טרײַבט די מנהיגים, וואָס קומען צו דער מאַכט מיט גראַנדיעזע פּראָיעקטן און צוזאָגענישן — און גייען אַוועק מיט בושה — און אויך אָן בושה, מיט כּעס קעגן אַלעמען, מיט געפֿילן פֿון קינאה און נקמה, אָבער מיטן שטאַרקן ווילן אַרײַנצוגיין מיטן דיפּלאָם פֿון אַ צדיק און מיט היסטאָרישע אויפֿטוען אין דעם גן־עדן פֿון דער געשיכטע.

און אפֿשר זײַנען די דורכפֿאַלן פֿון מנהיגים גאָר אַ סגולה צו ווערן דערהויבט אין דער צוקונפֿט? אפֿשר טראַכט ער שוין גאָר וועגן זײַן צוקונפֿטיקן צוריקקער אויף דער פּאָליטישער אַרענע — אַזוי ווי זײַנע אַנדערע דורכגעפֿאַלענע קאָלעגן, נתניהו און ברק?

דעם ענטפֿער אויף דעם וועט שוין דאַרפֿן געבן — נישט די געשיכטע, נאָר די צוקונפֿט.

תּל־אָבֿיבֿ, דעם 2טן דעצעמבער 2008