- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד. דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד. דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן. זעלבסטלויב און באַרימערײַען געהערן צו די קאָלעקטיווע כאַראַקטער־שטריכן פֿון פֿאָלק ישׂראל און פֿון מדינת־ישׂראל — אַ טבֿע, וואָס האָט אין די לעצטע יאָרן אָנגעשטעקט אַפֿילו די געהיימע זיכערהייט־דינסטן פֿון ישׂראל, וואָס איז ביז נישט לאַנג געווען "טאַבו". צו די זעלבסטלויבערײַען, וואָס האָבן זיך שוין פֿון לאַנג גוט אײַנגעבירגערט אין דעם ישׂראלדיקן לעקסיקאָן, געהערן כּלערלײַ פּסוקים פֿון די נבֿיאים און פֿון חז״ל, און האָבן געדינט ווי הויכע מאָראַלישע ווערטן און ווי וווּנטשן, וואָס ווערן הײַנט אַנגענומען ווי זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע פֿאַקטן. איך שרײַב די דאָזיקע שורות מאָנטיק, אַ טאָג נאָך די פּרעזידענטישע וואַלן אין אוקראַיִנע, אין וועלכע עס האָט געוווּנען וויקטאָר יאַנוקאָוויטש. בסך-הכּל האָט ער אָנגעקליבן נאָר דרײַ מיט אַ האַלב פּראָצענט מער שטימען, איידער זײַן קאָנקורענטקע, יוליאַ טימאָשענקאָ. אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. דער מאַצביל, וואָס זעט אויס און רעדט ווי אַ מוזשיק (אין זײַן יוגנט איז ער אַפֿילו געזעסן אין טורמע), ניט ווי אַ פּאָליטישער טוער, וועט איצט זײַן דאָס פּנים פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציע. צוריק גערעדט, אפֿשר האָט טאַקע די נאַציע הײַנט-צו-טאָג אַזאַ פּנים?
איצט רעדט מען און מע שרײַבט אַ סך וועגן די באַמיִונגען פֿון דעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ צו ברענגען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אייניקע פּרינציפּן און מעטאָדן פֿונעם אייראָפּעיִשן סאָציאַליזם. און וועגן דעם, אַז דער אַמעריקאַנער עולם ווערט ממש איבערגעשראָקן פֿון אָט די באַמיִונגען. ווי אַ באַווײַז פֿון דער מורא ברענגט מען די סך-הכּלען פֿון די אַנומלטיקע וואַלן, וואָס האָבן צוגענומען בײַ דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי די דאָמינירנדיקע צאָל ערטער אין סענאַט.
אַז אין מײַ 1947 איז אויף דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון "יו־ען" אַרויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿאַר באַהאַנדלונג די פּראָבלעם פֿון ארץ־ישׂראל, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איבערראַשט די וועלט. אין די צאַרישע צײַטן האָט מען באַשולדיקט די ייִדן אין אָרגאַניזירן קעגן דער מאַכט אומרוען. אין קאָמוניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען די ציוניסטן געווען דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר די פּראָטעסטן פֿון די אינטעלעקטואַלן, און אַנטיציוניזם איז געווען אַן אויסרייד צום אַקטויִרן קעגן די ייִדן און באַגרענעצן זייער רעליגיעזע און קולטורעלע פֿרײַהייט. די לעצטע טעג האָב איך כּמעט אויפֿגעהערט צו קוקן די טעלעוויזיע-נײַעס, ווײַל מע קײַעט דאָרטן איבער די גאַנצע צײַט די זעלבע פֿראַגע: וואָס מיינט דער נצחון פֿון סקאָט בראַון אין די אַנומלטיקע סענאַט-וואַלן — אַז דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זיך באַנאַרישט אָדער אַז דער מאַסאַטשוסעטער המון איז אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זינען? אָדער נאָך עפּעס אַזוינס. וועגן דעם וועט מען איצט רעדן און רעדן; כאָטש קיינער, דאַכט זיך, גיט ניט קיין קלאָרן ענטפֿער. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר אין דײַטשלאַנד, איז שווער אָנצורופֿן אַ געלונגנס, בפֿרט עקאָנאָמיש. אַוודאי, איז קיין קראַך נישט געשען, ווי מ'האָט געשרעקט די באַפֿעלקערונג בײַם אָנהייב פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס. ווי אין אַנדערע מערבֿ־לענדער, האָט אויך די דײַטשישע רעגירונג אַרײַנגעפּאָמפּעט ריזיקע מיטלען (קנאַפּע 80 מיליאַרד יוראָ) אין די בענק און גרויסע אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן שוין געהאַלטן בײַם באַנקראָטירן, און דערמיט "אָפּגעשפּראָכן די גזירה". די אויסגיי־ווייען פֿון דער ישׂראלדיקער אַרבעטס־פּאַרטיי "עבֿודה" — און אייגנטלעך, פֿון דער אַרבעטער־באַוועגונג אין ישׂראל בכלל — מאַכן איצט אַדורך זייער ערבֿ־לעצטע פֿאַזע. ווי די סיבה פֿון זײַן אַוועקגיין פֿון דער כּנסת וואָלט געווען פֿאַר אים איר לאַנגווײַליקייט, האָט דער כּנסת־דעפּוטאַט אופֿיר פּינס (פּינעס) דערקלערט, אַז ער האָט דאָרט שוין מער נישט וואָס צו טאָן — ער האָט נישט קיין פּאַרטיי און ער האָט נישט קיין מנהיג; נישטאָ פֿאַר אים מער די פּאַרטיי, אין וועלכער ער איז אויפֿגעוואַקסן, נישטאָ דער מנהיג, די חגאות, פֿאַרבונדן מיט דער קאַטוילישער ווײַנאַכט, מיטן נײַיאָר און דעם פּראַוואָסלאַוונעם ניטל זײַנען שוין פֿאַרבײַ, און אייראָפּע קערט זיך צובילסלעך אום צו איר טאָג־טעגלעכקייט. עס האָבן זיך אויך אומגעקערט פֿון די ווינטער־וואַקאַציעס די רעגירונגען, און צוזאַמען מיט זיי די נישט־געלייזטע פֿראַגעס פֿונעם אַלטן יאָר און אַ פּעקל פּראָבלעמען, וואָס עס שטייט זיי פֿאָר ערשט צו באַהאַנדלען. דעם 17טן יאַנואַר 2010 וועט ווערן 24 יאָר זינט שפּאַניע האָט באַשלאָסן אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל נאָך 38 יאָר פֿון קווענקלענישן. אָבער ערשט אינעם לעצטן יאָר, אין 2009, האָבן די באַציִונגען באַקומען אַן ערנסטע אַנטוויקלונג. דעם 18טן יאַנואַר 2009, 3 וואָכן נאָך ישׂראלס אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" אין עזה, זײַנען געקומען מיט אַ באַזוך זעקס אייראָפּעיִשע פֿירער, צווישן זיי דער שפּאַנישער פּרעמיער־מיניסטער, כאָזע לויִס ראָדריגעס סאַפּאַטעראָ, כּדי אויסצודריקן זייער שטיצע פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט.
מאָדנע לענדער, ווי אויך כּמו-לענדער און כּמעט-קיין-לענדער-ניט, האָבן זיך באַוויזן אין אייראָפּע מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק, אויף די חורבֿות פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און יוגאָסלאַוויע. באָסניע איז איינע פֿון אַזעלכע מדינות. נאָך דער בלוטיקער מלחמה אין די 1990ער יאָרן, האָט מען, אונטערן פּאָליטישן און מיליטערישן דרוק מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מערבֿ-אייראָפּע, קוים-קוים געפֿונען עפּעס אַ פּשרה. די שחיטה איז אָפּגעשטעלט געוואָרן. |