- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"צום וויפֿלסטן מאָל"? — האָבן מיר שוין געפֿרעגט. און אַז די בשׂורה וועגן דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט איז אויפֿגענומען געוואָרן סקעפּטיש — האָבן מיר שוין געזאָגט? און אַז די דערוואַרטונגען אויף אַ שלום־הסכּם אין די נאָענטסטע יאָרן זײַנען שטאַרק געפֿאַלן — האָבן מיר שוין געשריבן? וואָס אַלץ איז שוין נישט געשריבן געוואָרן וועגן די שוואַכע אויסזיכטן אויף אַ גיכן שלום אין אונדזער ראַיאָן, און וואָס קאָן מען נאָך צו דעם אַלעם צוגעבן הײַנט, דרײַ טעג נאָך דער דערעפֿענונג פֿון דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט אין וואַשינגטאָן, נאָכן "אײַנפֿעדעמען" — לויטן שנײַדערישן לשון, און נאָכן "אײַנזייפֿן" לויט דער פֿריזירער־שפּראַך — פֿון די דירעקטע געשפּרעכן? יעדער איינער פֿון אונדז האָט אַוודאי נישט איין מאָל צוגעזען, אין אַ שטורעמדיקן האַרבסטיקן טאָג, ווי אַ בלעטל, אַ פּאַפּירל ראַנגלט זיך אומבאַהאָלפֿן מיטן ווינט, ווערט געטראָגן פֿון אים אַרויף און אַראָפּּ, און צענדליקער מענטשן יאָגן זיך נאָך אים מיט אויסגעצויגענע הענט; יעדער איינער וויל עס כאַפּן, מיינענדיק ווער ווייס וואָס אַזוינס דאָס פּאַפּירל פֿאַרמאָגט אין זיך אָדער שטעלט מיט זיך פֿאָר. און דאָס פּאַפּירל אַנטלויפֿט און לאָזט זיך צומאָל אַוועק מיטן ווינט און גייט פֿאַרלוירן אין די ווײַטענישן. מאַנכע מאָל ווערט עס אַרײַנגעשלעפּט אין אַ ווירבלווינט, דרייט זיך אַרום זיך, אַרום זײַן אייגענער אַקס און פֿאַלט צום סוף אַראָפּ צעקנייטשט און אויסגעמוטשעט פֿון דעם ווינטיקן געראַנגל — אַזוי ווי אַ געלער בלאַט וואָס פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ האַרבסטיקן בוים אין אַ האַרבסטיקן טאָג אונטער די צעטרעטנדיקע פֿיס פֿון אַ צופֿעליקן פאַרבײַגייער. מאָדנע און, אַ פּנים, וויכטיקע פּראָצעסן קומען פֿאָר אין די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד. ס׳איז גאָר ניט קלאָר, צי ווײַסרוסלאַנד איז בכּוח אויסצולעבן עקאָנאָמיש אָן דער שטיצע, וועלכע די מדינה באַקומט פֿון רוסלאַנד, דער עיקר — דורך נידעריקע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז. די דאָזיקע שטיצע האָט ווייניק צו טאָן מיט אַלטרויִזם. רוסלאַנד נייטיקט זיך אין דעם ווײַסרוסישן דרך פֿאַר זײַן עקספּאָרט פֿון נאַפֿט און גאַז אין אייראָפּע. ווײַסרוסלאַנד איז ניט ווייניקער, און אפֿשר אַפֿילו מער, וויכטיק פֿאַר רוסלאַנד ווי די "ברידערלעכע מדינה", וווּ מע רעדט די זעלבע שפּראַך און וווּ, בכלל, די גאַנצע קולטור איז זייער ענלעך אויף דער רוסישער. דאָס אומגליק מיט די העליקאָפּטערס פֿון ישׂראלדיקן לופֿט־פֿלאָט און דער טויט פֿון די זעקס פֿליִערס בעת די בשותּפֿותדיקע מאַנעוורעס אין רומעניע, האָט פֿאַרשטופּט אין דעם קאַסטן פֿון אונדזער קאָלעקטיווער פֿאַרגעסנקייט דעם ערשטן קריזיס אין דער רעגירונג פֿון נתניהו; די ערשטע שׂרפֿה, וואָס איז במילא געווען באַשטימט אויף גיך פֿאַרלאָשן צו ווערן. "איך האָב נישט בדעה צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג", האָט דער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, דערקלערט אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַרויסלאָזנדיק פֿונעם באַלאָן זײַן צאָרן קעגן נתניהוס פֿאַרראַט פֿון זייער ליבע־ראָמאַן. אָבער פֿון דעם גן־עדן וועט ער זיך נישט לאָזן אַרויסטרײַבן. זשורנאַליסטן טענהן שוין לאַנג וועגן דעם שרעקלעכן זומפּ, אין וועלכן עס געפֿינט זיך די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע אין אַפֿגאַניסטאַן. ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען און די טויזנטער מיליטער־לײַט, געשיקט אַהין צוליב אַ נעפּלדיק פֿאָרמולירטן ציל, ווערט דער מצבֿ נאָר ערגער און ווײַזט ניט קיין סימנים פֿון פֿאַרבעסערן זיך. אָבער די אַמעריקאַנער, בריטישע און אייניקע אַנדערע מלוכישע פֿירער פֿאַלן בײַ זיך ניט אַראָפּ (אָדער מאַכן אַן אָנשטעל, אַז אַלץ איז גוט) און האַלטן אין איין רעדן וועגן "איבערגעבן" אַלץ אין די הענט פֿון דער אַפֿגאַנישער אַרמיי, כאָטש מע זעט ניט, ווי אַזוי די דאָזיקע אַרמיי קען קאָנטראָלירן דאָס לאַנד. ס׳איז דאָך גוט באַוווּסט, אַז מחוץ דער הויפּטשטאָט, קאַבול, האָט די רעגירונג פֿון פּרעזידענט קאַרזײַ זייער אַ קליינע השפּעה. מען דאַרף האָבן אַן אײַזערנעם געדולד און אַ סך פֿרײַע צײַט, און מע דאַרף איבערבלעטערן די צײַטונגס־קאָמפּלעטן און די צענדליקער-טויזנטער צײַטונגס־קעפּ פֿון די 62 מאָל 365 ( = 22,630) טעג זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, כּדי צו קענען ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, מיט וועלכער מיר האָבן באַטיטלט דעם איצטיקן מאמר. איינער אַזאַ געדולדיקער פֿאָרשער האָט אויסגערעכנט, אַז זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, זײַנען דורך די 32 רעגירונגען אַדורכגעלאָזט געוואָרן 32 געלעגנהייטן, אָדער "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן", וואָס האָבן זיך געהאַט שמעלער אָדער ברייטער צעעפֿנט אַרײַנצולאָזן דעם מלאך פֿון שלום — און האָבן זיך יעדעס מאָל צוריק צוגעמאַכט ביז צו דער קומענדיקער געלעגנהייט. איך האָב שוין אין משך פֿון צוויי חדשים ניט געהאַלטן אין די הענט קיין "לעבעדיקן" נומער פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" צי פֿון אַן אַנדער אַמעריקאַנער צײַטונג. אָבער דורך אינטערנעץ קען איך, פֿון דער אַנדערער זײַט פֿון אַטלאַנטיק, אַרײַנקוקן אין דעם אינהאַלט פֿון דער ניו-יאָרקער פּרעסע. אפֿשר דאַכט זיך עס מיר פֿון דער ווײַטנס, אָבער בײַ מיר האָט זיך דערווײַל געשאַפֿן אַ מיינונג, אַז אין ענגלאַנד האָט מען זיך אַפֿילו מער ווי אין אַמעריקע פֿאַראינטערעסירט מיט דעם מנין לײַט, וועלכע ווערן באַשולדיקט אין שפּיאָנירן (אָדער, לכל-הפּחות, זײַן גרייט צו שפּיאָנירן) לטובֿת רוסלאַנד. איך האָב אַמאָל, שוין אַוודאי מיט אַ דרײַסיק אָדער פֿערציק יאָר צוריק, אַרײַנגעשטעלט אין מײַנעם אַן אַרטיקל פֿאַר אַ ייִדישן זשורנאַל, אין אַ רעמל, דעם סלאָגאַן פֿון דעם פֿרוכטן־מאַרק: "קויף דעם שלום הײַנט, ווײַל מאָרגן וועט ער ווערן טײַער". אין קעגנזאַץ צו די פֿרוכטן אָדער אַנדערע סחורות אויפֿן מאַרק, איז דער שלום פֿון תּמיד אָן געווען אַ טײַערע סחורה, וואָס האָט אויך נישט געליטן, און לײַדט נישט, פֿון קיין אינפֿלאַציע — חוץ דעם אַבסטראַקטן באַגריסונגס־ און געזעגענונגס־ווערטל "שלום", וואָס איז דווקא ביליק און "געניסט" גראָד יאָ פֿון דער אינפֿלאַציע. דער חזון, די וויזיע פֿון דעם נײַעם מיטעלן מיזרח האָט זיך ווידער באַוויזן אויפֿן האָריזאָנט. ניין, דאָס איז נישט יענער ליכטיקער מיטעלער מיזרח, וועלכן דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט געהאַט צוגעזאָגט מיט יאָרן צוריק, נאָכן חתמנען דעם הסכּם פֿון אָסלאָ און פֿאַר דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. דאָס איז דער נײַער מיטעלער מיזרח, וועלכער איז געוואָרן אָנגעזאָגט דורך דעם רעגירונגס־שעף פֿון טערקײַ, דעם מאַן, וואָס האָט זיך פֿאַרמאָסטן צוריקצוקערן דעם נאָענטן אָריענט אין שויס פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע. מיט אַ צײַט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ לעקציע פֿון אַ ישׂראלדיקן היסטאָריקער, וואָס האָט גערעדט, בפֿרט, וועגן אַזאַ אינטערעסאַנטן פֿענאָמען פֿון די ערשטע עליות: ס׳רובֿ אָנגעקומענע ייִדן קיין ארץ-ישׂראל זײַנען געווען גאַנץ ווײַט פֿון ציוניזם, אָבער די וואָס זײַנען לסוף פֿאַרבליבן אין לאַנד זײַנען, בדרך-כּלל, געוואָרן הייסע אָנהענגער פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. עפּעס ענלעכס זעט מען אויך איצט צווישן מײַנע באַקאַנטע, וועלכע זײַנען געקומען קיין ישׂראל אין די לעצטע צוואַנציק יאָר. עקסטאַז איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן דער מענטשלעכער מוח פֿאַרלירט דעם קאָנטראָל איבער זײַנע חושים. נאָך מער: דאָס איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן די חושים, די שטאַרקע עמאָציעס, באַהערשן דעם מוח און דיקטירן אים זײַנע מעשׂים און האַנדלונגען, פֿאַר וועלכע דער יחיד נעמט אַראָפּ פֿון זיך די אַחריות. אין קעגנזאַץ צו דעם "געוויינטלעכן" שיכּרות, פֿון וועלכן דער מענטש קאָן זיך באַפֿרײַען נאָכן איבערשלאָפֿן זיך איבער דער נאַכט. אָבער דאָס אויך אונטער דעם תּנאַי, אַז ער גיט זיך נישט אונטער דעם יוצר און פֿאַרשקלאַפֿט זיך נישט פֿון דאָס נײַ צו דעם שיכּרות. |