- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יצחק ראַבין, עליו השלום, פֿלעגט באַצייכענען די אינטריגעס און דעם "פֿערד־מאַרק" אין די פּאַרטיייִשע אינסטאַנצן, אָדער אין די צווישן־פּאַרטיייִשע "קאָמבינעס", מיטן חוזק־"ווערטל": גועליציה. פֿון דעם וואָרט "גועל"־נפֿש, וואָס מיינט פּשוט: עקל. באַזונדערס אין די פּאַרטייען פֿון דער הערשנדיקער קאָאַליציע, אָדער אין די דינגענישן בײַם צוזאַמענשטעלן די קאָאַליציע. יאָ, צוליב לעגאַלע טעמים ווייסן מיר ניט דעם נאָמען פֿון דעם ייִנגל, כאָטש זײַן ענין איז איצט אין צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין ענגלאַנד, ווי אויך מחוץ דעם לאַנד. איך בין זיכער, אַז די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געדענקען די געשיכטע, ווי אַזוי זײַנע עלטערן האָבן געפּרוּווט אים אײַנאָרדערן פֿאַר אַ תּלמיד אין דער לאָנדאָנער "ייִדישער פֿרײַער שול". ניט צו הערן צי ניט צו לייענען וועגן דעם האָט, דאַכט זיך, געקענט נאָר אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אין אַ קאָמע דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר. עס האָט זיך באַקומען אַזוי, אַז די טעג האָב איך געלייענט אַזש דרײַ ניו-יאָרקער ייִדישע צײַטונגען. ניט די הײַנטיקע אויסגאַבעס, נאָר פֿון די 1930ער יאָרן. דאָס זײַנען געווען "פֿאָרווערטס", "דער טאָג", און "מאָרגן-פֿרײַהייט". וועגן דעם, וואָס איך האָב אין זיי געזוכט און וואָס איך האָב געפֿונען, וועל איך, אפֿשר, שרײַבן אַנדערש מאָל. איצט וויל איך דערמאָנען אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: "קאָמפּאַרטמענטאַליזאַציע". דאָס האָב איך, דאַכט זיך, פֿאַרייִדישט אַן ענגלישן טערמין. אויף ייִדיש קען מען עס בעסער אָנרופֿן: פֿאַנאַנדערגרענעצונג. מדינת־ישׂראל איז געבוירן געוואָרן מיטן חלום פֿון שלום — אין די הערצער און אויף די ליפּן פֿון אירע טרוימער און באַשאַפֿער, פֿון אירע בירגער און אירע פֿרײַנד. דער שלום איז ביז איצט, איין און זעכציק און אַ האַלב יאָר, געווען איינער פֿון אירע ערשטע און פֿון די העכסטע פּריאָריטעטן. יעדע פּרינציפּן־דעקלאַראַציע און יעדע טעטיקייט־פּלאַטפֿאָרם פֿון יעדער איינער פֿון די ביז איצטיקע רעגירונגען פֿלעגט זיך יעדעס מאָל אָנהייבן מיט דער פֿאַרפֿליכטונג צו גיין אויפֿן וועג וואָס זאָל פֿירן צו אַ שלום, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון דער אויפֿגעקומענער מדינה; יעדע באַוועגונג, לויט אירע השׂגות, יעדע רעגירונג לויט אירע כּוונות. פֿאַר די אָסלאָ־אָפּמאַכן, האָט די יאָרדאַנישע אָפּציע אויסגעזען ווי אַ לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דאָס הייסט, אַ לייזונג, וווּ דער מערבֿדיקער ברעג פֿון ארץ־ישׂראל וועט צוריקגיין צו יאָרדאַניע. אין דער מאַדרידער שלום־קאָנפֿערענץ, אָקטאָבער 1991, האָט זיך באַטייליקט אַ געמיינזאַמע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. מיט די אָסלאָ־אָפּמאַכן האָט ישׂראל גורם געווען, אַז קעניג כוסיין פֿון יאָרדאַניע האָט מוותּר געווען אויפֿן מערבֿדיקן ברעג און עס געלאָזט אין די הענט פֿון אַראַפֿאַטן, ווי דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. די פֿאַרקילונג פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, צוליב וועלכער עס איז געוואָרן אָפּגערופֿן הײַנטיקע וואָך זײַן נסיעה קיין בערלין, האָט אים געשאָנקען אַן אָטעם־פּויזע אין דעם סאַמע פֿיבערדיקסטן צײַט־אָפּשניט אין די נײַן חדשים פֿון זײַן פּאָליטישן "טראָגן", זינט ער האָט איבערגענומען די מאַכט. אין בערלין האָט בנימין נתניהו געזאָלט זיך טרעפֿן מיט דער קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד, אַנגעלאַ מערקעל, וועלכע איז הײַנט־צו־טאָג, ניט לאַנג צוריק איז אין אַמעריקע אַרומגעפֿאָרן אַ דעלעגאַציע פֿון רוסישע פֿונקציאָנערן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט אימיגראַציע. מיט דער דאָזיקער גרופּע האָט קאָמאַנדעוועט אַ גענעראַל — די צווייטע לויטן ראַנג פֿיגור אין דער אימיגראַציע-דינסט פֿון רוסלאַנד. מיכאַיִל טיורקין, אַזוי הייסט דער גענעראַל, האָט צום סוף פֿון דער נסיעה גערעדט פֿאַרן ניו-יאָרקער זשורנאַליסטישן עולם וואָס שרײַבט אויף רוסיש. מיט אַ צײַט צוריק בין איך געווען אין שוועדן און האָב גערעדט דאָרטן מיט אַ היגן זשורנאַליסט, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיטן גורל פֿון די ציגײַנער אין הײַנטיקער אייראָפּע. האָט ער מיר געזאָגט, אַז דאָס וואָרט אַליין "ציגײַנער" האַלט מען הײַנט שיִער ניט ווי פֿאַר אַ באַליידיקונג. נוצן מוז מען "ראָמאַ" — אַזוי איז עס איצט אָנגענומען געוואָרן. גלייב איך ניט, אַז אין ייִדיש האָט זיך "ראָמאַ" שוין פֿעסט אײַנגעוואָרצלט, דערפֿאַר דערקלער איך עס דאָ. זינט עס איז אויפֿגעקומען די איצטיקע קאָאַליציע־רעגירונג פֿון בנימין נתניהו מיט אַן ערך צען חדשים צוריק, איז דער שלום־פֿאַרמעסט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דעם הויכן שטאַפּל פֿון זײַן פֿאָרשריט צום סאַמע נידעריקסטן טיפֿפּונקט און איז געבליבן שטעקן אין זײַן טיפֿער אָפּהענטיקער אומבאַהאָלפֿנקייט — שיִער נישט אַזוי ווי אַריאל שרון אין זײַן באַוווּסטלאָזן לעטאַרגישן שלאָף: אַזוי ווי בעת נתניהוס פֿריִערדיקער ערשטער קאַדענץ מיט צען יאָר צוריק, איז אויך איצט מדינת־ישׂראל אַרײַן אין אַ תּקופֿה פֿון אַ "גאָלדענער איזאָלאַציע", צוליב דער פּאָליטישער אַנטיטעטיקייט און דעם עקשנותדיקן צוימען און פֿאַרהאַלטן דעם שטאַרק הינקענדיקן גאַנג צו שלום. איך בין ניט באַקאַנט מיט אַנאַטאָלי מוטשניק, וואָס איז אַ תּושבֿ פֿון דער באַרימטער אוקראיִנישער שטאָט פּאָלטאַווע. אָבער זײַן מאַנקאָליע זעט אויס זייער מאָדנע — איך וואָלט מורא געהאַט צו פֿירן געשעפֿטן מיט אַזאַ מענטש. שטעלט זיך פֿאָר: פּאַן מוטשניק האָט אַ מאה דיפּלאָמען, וואָס האָט אים באַזאָרגט מיט אַן אָרט אינעם גינעס-בוך פֿון רעקאָרדן. קיין געלערנטער איז ער, אייגנטלעך, ניט. צוריק גערעדט, קיין געלערנטער יאָגט זיך ניט נאָך צענדליקער דיפּלאָמען. אַ באַשלוס פֿון מיט 62 יאָר צוריק עס איז גוט באַקאַנט די דערקלערונג פֿון אַבא אבֿן, דעם אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל, אַז די אַראַבער פֿאַרזעען נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ שלום מיט ישׂראל. איינע פֿון די בולטסטע געלעגנהייטן איז געווען מיט 62 יאָר צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, ווען די "יו־ען" האָט אָנגענומען דעם באַשלוס צו צעטיילן פּאַלעסטינע און שאַפֿן 2 מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע. אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח, וואָס גייט אָן אין די לעצטע יאָרן אַרום דעם אופֿן פֿון אָפּמערקן און פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון יצחק ראַבין, האָט זיך אַרײַנגעמישט דער שטורמישער וועטער, מיט וועלכן עס האָט זיך אָנגעהויבן דער ישׂראלדיקער ווינטער — און האָט אָפּגעלייגט אויף זיבן טעג די יערלעכע מאַסן־הזכּרה, וואָס איז געגרייט געוואָרן אויף דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת. דער 14טער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד איבער יצחק ראַבין איז אויסגעפֿאַלן הײַנטיקע וואָך אויפֿן 4טן נאָוועמבער און די אָנדענק־מאַניפֿעסטאַציע אויפֿן ראַבין־פּלאַץ אין תּל־אָבֿיבֿ איז געוואָרן אָפּגעלייגט, צוליבן וועטער, אויף דעם קומענדיקן שבת, דעם 7טן נאָוועמבער. |