מדינת־ישׂראל איז געבוירן געוואָרן מיטן חלום פֿון שלום — אין די הערצער און אויף די ליפּן פֿון אירע טרוימער און באַשאַפֿער, פֿון אירע בירגער און אירע פֿרײַנד. דער שלום איז ביז איצט, איין און זעכציק און אַ האַלב יאָר, געווען איינער פֿון אירע ערשטע און פֿון די העכסטע פּריאָריטעטן. יעדע פּרינציפּן־דעקלאַראַציע און יעדע טעטיקייט־פּלאַטפֿאָרם פֿון יעדער איינער פֿון די ביז איצטיקע רעגירונגען פֿלעגט זיך יעדעס מאָל אָנהייבן מיט דער פֿאַרפֿליכטונג צו גיין אויפֿן וועג וואָס זאָל פֿירן צו אַ שלום, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון דער אויפֿגעקומענער מדינה; יעדע באַוועגונג, לויט אירע השׂגות, יעדע רעגירונג לויט אירע כּוונות.
מיט אָט דער הבֿטחה האָט די מדינה זיך געעלטערט און דערנענטערט זיך שוין אָט־אָט צו דער פּענסיע — אָבער זי דערווײַטערט זיך אַלץ מער פֿון דעם אויסגעטרוימטן שלום. קיין איינע פֿון די 31 פֿריִערדיקע רעגירונגען, און צווישן זיי, די פֿריִערדיקע רעגירונג פֿון דעם איצטיקן פּרעמיער־מיניסטער, איז נישט געווען אַזוי פֿלײַסיק, אַזוי אינטענסיוו און ראַפֿינירט אין דער דערווײַטערונג־מלאָכה, ווי עס האָט שוין באַוויזן צו זײַן די איצטיקע, די 32סטע רעגירונג. אין דעם האַלבן יאָר זינט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט מצליח געווען אַרויסצופּרעסן פֿון נתניהוס מויל די זעקס פֿילדײַטיקע ווערטער (אויף העברעיִש נאָר פֿיר): "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער", דאָס הייסט, די הסכּמה אויף אַ פּאַלעסטינער מדינה נעבן דער ייִדישער. גאָר באַזונדערס האָט זיך צעפֿלאַקערט זײַן ענערגעטישע אַקטיוויטעט אין די קאַרגע דרײַ וואָכן זינט נתניהו האָט אָנגעזאָגט — און זײַן שותּף אהוד ברק האָט פֿאַראָרדנט — דאָס פֿאַרפֿרירן אויף צען חדשים דעם בוי אין די ייִדישע קאָלאָניעס אויף די באַזעצטע שטחים.
מיטן מכּלומרשטן אײַנפֿרירן די בוי־אַרבעטן אויף די שטחים, האָט נתניהו אויך מצליח געווען אײַנצופֿרירן די פּאַרלאַמענטאַרישע און די געזעלשאַפֿטלעכע אָפּאָזיציע — און אין דער זעלבער צײַט, אין די קאַלטע טעג פֿון דעצעמבער, אָנצוצינדן און אָנצוהייצן דאָס פֿײַער אונטער דעם זידנדיקן קאָכקעסל פֿון דער קאָאַליציע אין איר היציקן געראַנגל קעגן דער געפֿאַר פֿון שלום, וואָס עס וויל אויף אונדז אָנשיקן דער פּרעזידענט אָבאַמאַ.
אויב נתניהו האָט בײַם אָנהייב געמיינט, אַז אָבאַמאַ וועט אונדז דינען ווי אַ "באָדיגאַרד", אַ לײַבוועכטער, אַ מין "סעלעקטאָר" בײַם טויער פֿון אַ נאַכט־קלוב און וועט נישט אַרײַנלאָזן קיין אומגעוווּנטשענע און פֿאַרדעכטיקע בייזע רוחות — האָט זיך נתניהו אַליין אָפּגענאַרט. ווײַל אָבאַמאַ, וועלכער האָט געמיינט זיך צו פֿאַרלאָזן אויף נתניהוס צוזאָגענישן, איז אַליין געווען מטופּל מיט זײַנע אייגענע קלאָפּאָטן. גראָד דעם זעלבן טאָג ווען נתניהו האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם געבאָט פֿון זײַנע נײַע "פּריאָריטעטן", איז אָבאַמאַ געווען באַשעפֿטיקט מיטן אָפּנעמען אין אָסלאָ דעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום, באַשליסנדיק אין דער זעלבער צײַט צו פֿאַרשטאַרקן די מלחמה קעגן די טעראָריסטישע "אַל קײַדאַ" און טאַליבאַן־כּוחות אין אַפֿגאַניסטאַן און צו שיקן אַהין נאָך דרײַסיק טויזנט אַמעריקאַנער סאָלדאַטן. ער וויל זיך אויך באַטייליקן אין דער עקאָלאָגישער וועלט־קאָנפֿערענץ אין קאָפּענהאַגען, וועלכע שלאָגט זיך מיט דער דעה, ווי אַזוי צו פֿאַרהאַלטן דאָס שטײַגן פֿון דעם באַראָמעטער, די גאַזן פֿון די אויטאָס און פֿאַבריקן און די צעשמעלצונג פֿון די אײַז־קריִעס, וואָס באַדראָען אונדזער פּלאַנעט.
אָבער אָבאַמאַ האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום אויף קרעדיט, "אויפֿן וואָרט", ווי מען זאָגט; כאָטש אָן אַ פֿאָרמעלער גאַראַנטיע, אָבער מיטן גלויבן, אַז ער וועט "האַלטן וואָרט" און וועט אָפּצאָלן מיט אַ דערגרייכטן נצחון אין אַפֿגאַניסטאַן און אַ שלום אין מיטעלן מיזרח; יעדנפֿאַלס, מיט אָבאַמאַס נאַיִוון גלויבן, אַז ער וועט דעם שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער דערגרייכן אין משך פֿון צוויי יאָר, נאָך אַלץ נישט וויסנדיק, קענטיק, מיט וועמען ער האָט דאָ צו טאָן.
דאָס אויפֿצווינגען נתניהון צו פּראָקלאַמירן די צען־חדשימדיקע אײַנפֿרירונג פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע, כּדי צו באַוועגן אַבו־מאַזענען, דעם פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ צו באַנײַען די אונטערהאַנדלונגען מיט ישׂראל, איז געווען, קענטיק, דער אַדערויף, וועלכן אָבאַמאַ האָט אײַנגעמאָנט בײַ נתניהון אַרויספֿאָרנדיק קיין אָסלאָ צו דעם נאָבעל־ספּעקטאַקל. נתניהו האָט אים אָבער אויסגעשטעלט אַ פֿאַלשן "וועקסל": דער פּרעמיער און זײַן שותּף צו דער מאַכט, דער זיכערהייט־מיניסטער און מנהיג פֿון "עבֿודה" אהוד ברק, האָבן זיך פֿון פֿאָרויס פֿאַרזיכערט, אַז דער וועקסל זאָל נישט ווערן אויסגעצאָלט און אַז דער דאָזיקער "זשעסט" זאָל נישט האָבן קיין פּעולה — צוערשט, דורך דער באַשרענקונג פֿון דעם בוי־פֿאַרבאָט מיטן אויסשליסן פֿון אים די אַנעקסירטע אַראַבישע קוואַרטאַלן און דערפֿער אַרום ירושלים, ווי אויך אין שילה און אין אַנדערע שטרײַטבאַרע געביטן; דערנאָך מיטן דערלויבן דעם בוי פֿון "עפֿנטלעכע געבײַדעס" אין 28 ערטער אויף די "שטחים".
וועגן דער רעכט־אַרטיקער "נאַציאָנאַלער כּשרות" פֿון דעם דאָזיקן "וועקסל" זאָגט עדות די צושטימונג פֿון די עקסטרעמיסטישע מיניסטאָרן משה יעלון, אבֿיגדור ליבערמאַן און בני בעגין, וועלכער האָט פֿאַרזיכערט, אַז דער בוי אויף די "שטחים" זאָל, אין דער אמתן, נישט ווערן אָפּגעשטעלט, און אַז אין די צען חדשים פֿון דער "פֿאַרפֿרירונג" זאָלן צוקומען צען טויזנט נײַע תּושבֿים אויף די קאָלאָניזירטע שטחים. דער פּרעמיער נתניהו, וועלכער האָט אויסגעשטעלט דעם "וועקסל" האָט פֿאַרזיכערט, אַז דאָס איז נאָר אַן איינמאָליקער און צײַטווײַליקער אַקט, און אַז נאָך די צען חדשים וועט זיך די אײַנפֿרירונג פֿאַרענדיקן און דער בוי וועט זיך באַנײַען מיטן פֿולן שוווּנג, ווי ער וואָלט אויף אַן אמת געוואָרן אָפּגעשטעלט...
אָבער, אויב אָבאַמאַ האָט נישט געוואָלט אײַנרײַסן און געמאַכט דעם אָנשטעל, אַז ער גלייבט אין די צוזאָגענישן פֿון נתניהו, האָבן די קאָלאָניסטן נישט געגלייבט און אָרגאַניזירט אַן אַקטיוון ווידערשטאַנד, נישט אַרײַנלאָזנדיק אין זייערע ייִשובֿים די אויפֿזעערס, וואָס זײַנען געקומען באַגלייט פֿון דער פּאָליציי צו דערלאַנגען זיי דעם דעקרעט פֿונעם זיכערהייט־מיניסטער וועגן דעם צײַטווײַליקן בוי־פֿאַרבאָט. מיטן ווידערשטאַנד פֿון די קאָלאָניסטן פֿירן אָן די מיליטאַנטישע רבנים אויף די "שטחים", וועלכע האָבן מיט זייער העצע אָנגעשטעקט אַ טייל פֿון די פֿרומע סאָלדאַטן ישיבֿה־לײַט, וואָס דינען אין די איינהייטן פֿון די "הסדר־ישיבֿות". לויט אַ ספּעציעלער רעגולירונג ווערן די תּלמידים פֿון די דאָזיקע ישיבֿות אײַנווערבירט נאָר אויף אַ האַלבן דינסט־טערמין (אָנדערטהאַלבן יאָר) אין מיליטערישן דינסט, און די אַנדערע העלפֿט "דינען" זיי מיט די לימודים אין דער ישיבֿה — אין קעגנזאַץ צו די "חרדישע" ישיבֿה־תּחורים, וואָס זײַנען אינגאַנצן באַפֿרײַט פֿון מיליטערישן דינסט.
די העצע פֿון די מיליטאַנטישע רבנים האָט שיִער נישט דערפֿירט צו אַ מרידה פֿון די ישיבֿה־זעלנער אין דער אַרמיי, אין צה״ל, נאָך דעם ווי דער ראָש פֿון דער ישיבֿה "הר ברכה" האָט זיי גערופֿן נישט אויסצופֿירן די מיליטערישע באַפֿעלן, וואָס זײַנען "נישט אין גײַסט פֿון דער תּורה". דאָס האָט געשטעלט די פֿרומע זעלנער פֿאַר דער דילעמע, צו וועלכער קאָמפּעטענץ זיי זאָלן זיך אונטערוואַרפֿן: דער מיליטערישער דיסציפּלין, אָדער דעם געטלעכן געבאָט; דהײַנו, דעם געבאָט פֿון די רבנים. אין רעזולטאַט פֿון דער רבנישער העצע האָבן אייניקע פֿון זייערע סאָלדאַטן דעמאָנסטרירט קעגן "אונטערגעבן זיך דעם ווילן פֿון אָבאַמאַ", און האָבן בעת דער אײַנשווערונג אַרויסגעהאָנגען פּלאַקאַטן מיט דער אויפֿשריפֿט: "יהודי לא מגרש יהודי" — אַ ייִד טרײַבט נישט אַרויס (פֿון יהודה און שומרון) קיין ייִד.
די אָנפֿירונג פֿון דער אַרמיי האָט נישט געקענט דולדן קיין דיסציפּלין־ברוך און האָט באַשטראָפֿט מיט 21 טעג אַרעסט די צעבונטעוועטע זעלנער. אונטער איר דרוק האָט דער זיכערהייט־מיניסטער, נאָכן אָפּזאָג פֿון דעם ראָש פֿון זייער ישיבֿה צו קומען צו אים אויפֿצוקלערן זײַן אויפֿפֿירונג, אַרויסגענומען די ישיבֿה "הר ברכה" (אין דער קאָלאָניע מיטן זעלבן נאָמען נעבן חבֿרון) פֿון דער קאַטעגאָריע "הסדר־ישיבֿות", און אירע תּלמידים איז געגעבן געוואָרן די ברירה צו דינען גאַנצע דרײַ יאָר אין מיליטער, אַזוי ווי אַלע אַנדערע זעלנער, אָדער אַריבערצוגיין אין אַן אַנדערער הסדר־ישיבֿה און זיך אונטערוואַרפֿן דער מיליטערישער דיסציפּלין. די דריטע ברירה, וואָס איז זיי געגעבן געוואָרן, איז — צו דעקלאַרירן זיך ווי אַן אָרטאָדאָקסיש פֿרומער, און באַפֿרײַט ווערן אין גאַנצן פֿון מיליטערישן דינסט.
דאָס איז נאָך אָבער נישט דער סוף פֿון דער פּרשה. דער ייִדישער פֿונדאַמענטאַליזם גיט זיך נישט אונטער און וויל נישט פֿאַרלירן זײַן דאָמינירנדיקע השפּעה נישט בלויז אויף די באַזעצטע "שטחים", נאָר אויך אין דער אַרמיי, און נישט געקוקט אויף דער פֿאַרעקשנטקייט פֿון דעם ראָש־הישיבֿה ווערן אין צווישן געמאַכט איבערבעטונג־באַמיִונגען און פּרוּוון צו באַגיטיקן די ישיבֿה־סאָלדאַטן און זייערע רבנים, זיי זאָלן נישט פֿאַרלירן די גרויסע פּריווילעגיעס, פֿון וועלכע עס געניסן די פֿרומע סאָלדאַטן, וואָס באַטראַכטן זיך פֿאַר דעם "מלח הארץ" (זאַלץ פֿון דער ערד), ווי דער גאָטפֿאָרכטיקער עליט פֿון דער ייִדישער אַרמיי.
דער (ביז איצט) לעצטער אַקט פֿון שטרויכלען די "אײַנפֿרירונג" פֿון דער קאָלאָניזאַציע, וואָס די ערשטע דרײַ וואָכן פֿון איר צען חדשימדיקן טערמין זײַנען שוין במילא געגאַנגען לאיבוד, איז געקומען הײַנטיקע וואָך מיטן אײַנשליסן 110,000 באַוווינערס פֿון די באַזעצטע שטחים — מער ווי אַ דריטל פֿון דער אַלגעמיינער צאָל קאָלאָניסטן — דער עיקר, אין 42 קאָלאָניעס, וואָס געפֿינען זיך מחוץ דעם שטח פֿון דער "אָנערקענטער" קאָנצענטרירטער קאָלאָניזאַציע, אויף דער נײַער מאַפּע פֿון די "נאַציאָנאַלע פּריאָריטעטן", פֿאַר באַגיטיקן די דיסקרימינירטע און פֿאַרנאַכלעסיקטע פּעריפֿעריעס אין גליל און אויפֿן נגבֿ.
דעם דאָזיקן נײַעם באַשלוס האָט נתניהו געברענגט פֿאַר דער רעגירונג צו באַשטעטיקן אין העכסטער אײַלעניש, אָפּוואַרפֿנדיק די בקשה פֿון דעם זיכערהייט־מיניסטער אָפּצוּוואַרטן אַ וואָך, כּדי צו ברענגען דעם ענין פֿאַר די פּאַרטיייִשע אינסטאַנצן פֿון "עבֿודה". דאַקעגן איז נתניהו יאָ אַנטקעגנגעקומען דער בקשה פֿון דעם מיניסטער אלי ישי, דעם מנהיג פֿון ש״ס, און האָט אויסגעברייטערט די מאַפּע פֿון די פּריווילעגירטע ייִשובֿים אויך אויף די קאָלאָניסטן פֿון "גוש קטיף", וואָס זײַנען מיט פֿיר יאָר צוריק עוואַקויִרט געוואָרן פֿון דעם עזה־שטרײַף. דער באַשלוס איז באַשטעטיקט געוואָרן דורך דער רעגירונג מיט 21 שטימען פֿון די רעכטע מיניסטאָרן, קעגנאיבער די פֿינף מיניסטאָרן און איין וויצע־מיניסטער פֿון "עבֿודה".
צו דעם אַלעמען איז אין די לעצטע צוויי וואָכן צוגעקומען, ווי אַ המשך פֿון דעם "פֿרידמאַניזם" אין דער פֿריִערדיקער רעגירונג, די אַגרעסיווע אַטאַקע קעגן דעם "געריכטלעכן אַקטיוויזם", מיטן ציל צו באַשרענקען די קאָמפּעטענצן פֿון דעם געריכטוועזן בראָש מיטן בג״צ (בית דין גבוה לצדק) — דעם העכסטן טריבונאַל פֿאַר גערעכטיקייט, וואָס איז נאָך אַלץ געבליבן דער "שומר פֿון דער דעמאָקראַטיע און מענטשנרעכט", און וועלכער איז ווי אַ דאָרן אין די אויגן פֿון די חרדים, די מיניסטאָרן פֿאַרדעכטיקטע אין קאָרופּציע, וואָס וואַרטן אויף זייער מישפּט און די כּלערליי דיפּלאָמירטע פּאַטריאָטן. פֿאָריקע וואָך האָט דער יוסטיץ־מיניסטער יעקבֿ נאמן, אויפֿטרעטנדיק פֿאַר אַ קרײַז פֿון רבנים אויסגעדריקט דעם וווּנטש "להחזיר עטרה ליושנה" און אײַנצופֿירן די רעליגיעזע געבאָטן אויפֿן אָרט פֿון דער וועלטלעכער געזעצלעכקייט, און הײַנטיקע וואָך איז דער פֿינאַנץ־מיניסטער יובֿל שטייניץ פֿון "ליכּוד" אַרויס מיט אַ פּרעצענדענטלאָזן אָנגריף קעגן דעם העכסטן טריבונאַל פֿאַר צדק, באַשולדיקנדיק אים אין "עקאָנאָמישער הפֿקרות" און אָנזאָגנדיק דאָס ברענגען פֿאַר דער כּנסת אַ געזעץ, וואָס זאָל "צוימען" און באַשרענקען די קאָמפּעטענצן פֿון די ריכטער.
לאָמיר אָבער נישט פֿאַרגעסן, אַז די רעגירונג פֿון בנימין נתניהו האָט נאָך פֿאַר זיך מער ווי דרײַ יאָר צו רעגירן. אירע כּוונות זײַנען שוין לחלוטין קלאָר און די פּערספּעקטיוון פֿאַר דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע — נישט קיין דערהויבענע.
עס קוקט שוין אָבער אַרויס אויף אונדז דאָס נײַע קאַלענדאַרישע יאָר מיט בעסערע דערוואַרטונגען און האָפֿענונגען ווי די, וואָס עס זאָגט אונדז אָן די רעגירונג.
תּל־אָבֿיבֿ, 15טער דעצעמבער, 2009