פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראלים מערקן אָפּ דעם 14טן יאָרצײַט פֿון פּרעמיער יצחק ראַבין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, אין תּל־אָבֿיבֿ
ישׂראלים מערקן אָפּ דעם 14טן יאָרצײַט פֿון פּרעמיער יצחק ראַבין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, אין תּל־אָבֿיבֿ
Getty Images

אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח, וואָס גייט אָן אין די לעצטע יאָרן אַרום דעם אופֿן פֿון אָפּמערקן און פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון יצחק ראַבין, האָט זיך אַרײַנגעמישט דער שטורמישער וועטער, מיט וועלכן עס האָט זיך אָנגעהויבן דער ישׂראלדיקער ווינטער — און האָט אָפּגעלייגט אויף זיבן טעג די יערלעכע מאַסן־הזכּרה, וואָס איז געגרייט געוואָרן אויף דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת. דער 14טער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד איבער יצחק ראַבין איז אויסגעפֿאַלן הײַנטיקע וואָך אויפֿן 4טן נאָוועמבער און די אָנדענק־מאַניפֿעסטאַציע אויפֿן ראַבין־פּלאַץ אין תּל־אָבֿיבֿ איז געוואָרן אָפּגעלייגט, צוליבן וועטער, אויף דעם קומענדיקן שבת, דעם 7טן נאָוועמבער.

אַ געזעלשאַפֿטלעכע מחלוקת נייטיקט זיך אָבער נישט אין קיין מאַסן־ספּעקטאַקל. זי גייט אָן אומגעשטערט אין דער געדרוקטער און עלעקטראָנישער קאָמוניקאַציע, אויפֿן באָדן פֿון דער דעוואַלואַציע, פֿון דער אַנטווערטונג פֿונעם אָנדענק — סײַ פֿון דעם עצם פֿאַרברעכערישן מאָרד פֿון אַ מדינה־מנהיג, און סײַ פֿון דער אידעיִשער, געזעלשאַפֿטלעכער און מאָראַלישער טראַדיציע וואָס ער האָט רעפּרעזענטירט. דער וויכּוח ברענגט בולט צום אויסדרוק די גרויסע ענדערונגען, וואָס קומען פֿאָר אין דעם פּאָליטישן קלימאַט אין משך פֿון די פֿערצן יאָר זינט יענער נאַציאָנאַלער טראַגעדיע. מיטן לויף פֿון די יאָרן, און מיטן דערווײַטערן זיך אין צײַט פֿון דעם טראַומאַטישן שאָק, חזרן אַלץ מער און מער זיך איבער יענע קלאַנגען, וואָס האָבן פֿאַרסמט די אַטמאָספֿער און האָבן דערפֿירט צו דעם פּאָליטישן מאָרד, וועלכער האָט געצילט צו טייטן דעם שלום און די האָפֿענונג אים ווען־עס־איז צו דערגרייכן.

דאָס פֿאַרוואַנדלען דעם טרויער־טאָג נאָך דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער מדינה אין אַ מלוכישן אַקט, וואָס פֿאַרפֿליכטעט די אינסטאַנצן און די שולן אים אָפּצומערקן אויף אַ ווירדיקן אופֿן, ווי אַ נאַציאָנאַלן טרויער־טאָג, איז באַשטימט געוואָרן דורך אַ געזעץ פֿון דער כּנסת אומאָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּאָליטישער אָריענטאַציע.

אָבער אין צווישן האָט זיך געענדערט די דעמאָגראַפֿישע, און דערמיט אויך די פּאָליטישע מאַפּע פֿון דער מדינה. דער דור פֿון די "קינדער פֿון די ליכטלעך", דהײַנו, פֿון די קינדער, וואָס האָבן געצונדן די אָנדענק־ליכטלעך און געוויינט בײַ ראַבינס דענקמאָל־קבֿר אויף דעם פּלאַץ וואָס טראָגט זײַן נאָמען — זיי זענען שוין נישט קיין קינדער און זייערע קינדער האָבן שוין ראַבינען נישט געקענט. און מיט יעדן ווײַטערדיקן יאָר הערט מען פֿון רעכטס אַלץ מער און מער טענות קעגן דעם "ראַבין־פֿעסטיוואַל", וואָס איז זיי נימאס, און אַז "די לינקע האָבן מאָנאָפּאָליזירט דעם טרויער נאָך ראַבינען". עס איז זיי שוין נימאס צו הערן, בײַ יעדער דערמאָנונג פֿון דעם מאָרד, אויך די דערמאָנונג פֿון דער העצע, וואָס האָט צו אים דערפֿירט; דאָס דערמאָנען די דעמאָנסטראַציע פֿון די רעכטע פּאַרטייען אויפֿן ציון־פּלאַץ אין ירושלים, וואָס האָט פֿאַרבײַמאַרשירט פֿאַר זייערע מנהיגים — די הײַנטיקע מנהיגים פֿון דער מדינה — מיטן "אָרון" פֿון די אָפּמאַכן אין אָסלאָ און מיט די בילדער פֿון ראַבינען אין אַ נאַצישן מונדיר און מיט אַן אַראַבישער "קופֿיִע". זיי, די מנהיגים, האָבן אין זייערע רעדעס געהעצט קעגן ראַבינען, און די רבנים פֿון גוש־אמונים און פֿון די "שטחים" האָבן פֿאַרשאָלטן די "פֿאַרברעכערס פֿון אָסלאָ".

אַזאַ איז געווען די אַטמאָספֿער אין יענע טעג. דאָס איז געווען געציילטע חדשים נאָך דעם בלוטיקן פּורים, דעם איינצל־פּאָגראָם פֿון דעם דאָקטער ברוך גאָלדשטיין, וועלכער האָט דערמאָרדעט דרײַסיק אַראַבישע מתפּללים אין דער מערת־המכפּלה אין חבֿרון, און דער מנהיג פֿון די "בני־עקיבֿא", חנן פּורת, האָט דאַן גערופֿן צו טרינקען "לחיים" לכּבֿור פּורים. אין אָנדענק פֿון דעם מערדער איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ דענקמאָל־מצבֿה אין דער שטאָט.

אַוודאי טאָר מען נישט באַשולדיקן און מאַכן פֿאַראַנטוואָרטלעך דעם גאַנצן ציבור פֿון רעכטן לאַגער אין דעם פֿאַרברעכערישן אַקט פֿון אַ פֿאַנאַטישן מערדער, וועלכער האָט, אונטערן אײַנפֿלוס פֿון דער דאָזיקער העצע, געצילט זײַנע דרײַ שאָסן קעגן דעם שלום — און האָט מצליח געווען. אַ סך פֿון די רעכטע מנהיגים האָבן אויפֿריכטיק געצאָרנט קעגן דעם מאָרד און גערופֿן דעם גאַנצן רעכטן לאַגער צו אַ חשבון־הנפֿש, וועלכער האָט זיך מיט דער צײַט אין גאַנצן אויסגעשעפּט און אויסגעוועפּט. מיטן לויף פֿון צײַט וואַקסן אַלץ מער און מער די שטימען — פֿון דעם רעכטן לאַגער — וואָס רופֿן צו באַגנעדיקן דעם מערדער, אָדער צו פֿאַרקירצן זײַן שטראָף, צי פֿאַרלײַכטערן אים די באַדינגונגען אין דער תּפֿיסה.

און וואָס שײַך דעם "ראַבין־פֿעסטיוואַל", דערציילט אַ דערציִער, וואָס פֿלעגט ביז איצט ווערן יעדעס יאָר פֿאַרבעטן דורך שול־פֿאַרוואַלטערס אויפֿצוטרעטן פֿאַר די שילער אין טאָג פֿון דעם מלוכישן ראַבין־טרויער בעת דער אויפֿקלערונג־שעה, דער שול־פֿארוואַלטער האָט אים טעלעפאָניש געמאָלדן, אַז מען וועט שוין מער נישט אַדורכפֿירן קיין צערעמאָניע. שוין, נימאס! גענוג מיטן "ראַבין־פֿעסטיוואַל"...

דער פֿאָרזיצער פֿון דער כּנסת, ראובֿן ריבֿלין, איז אויף דער טרויער־סעסיע פֿון דער כּנסת אַרויסגעטראָטן מיט אַ שאַרפֿן אָנגריף קעגן דעם לאַגער פֿון שלום הלמאַי ער האָט מאָנאָפּאָליזירט דעם טרויער און לאָזט נישט צו די פֿאָרשטייער פֿון דעם "נאַציאָנאַלן לאַגער" אָנצופֿירן מיטן אָנדענק־צערעמאָניאַל.

זענען טאַקע דאָס מאָל צום רעדנער־פּולפּיט נישט צוגעלאָזט געוואָרן קיין פֿאָרשטייער פֿון דעם "לאַגער פֿון שלום". דער הויפּט־רעדנער אויף דעם געגרייטן מיטינג אויפֿן ראַבין־פּלאַץ וועט זײַן דער בילדונגס־מיניסטער גדעון סער (סאַר) פֿון "ליכּוד". האָט זיך דערווײַל, ווי געזאָגט, אַרײַנגעמישט דער שטורמישער וועטער און האָט אָפּגעלייגט דעם טרויער־אַקט אויף דעם קומענדיקן שבת־צונאַכט, און זהבֿה גלאון פֿון מר״צ האָט שוין אָנגעזאָגט, אַז אין אַזאַ טרויער־מיטינג פֿון פֿאַרקריפּלטן יזכּור וועט זי זיך נישט באַטייליקן...

עס איז געווען נאַטירלעך דער נאַציאָנאַלער צאָרן, וואָס איז געווען געריכטעט קעגן די העצערס. און עס איז אויך געווען נאַטירלעך, ווען די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון די טרויער־מאַניפֿעסטאַציעס אויפֿן ראַבין־פּלאַץ און די טרויערנדיקע גופֿא האָבן נישט געוואָלט זען און הערן צווישן די רעדנערס אויף די טרויער־מיטינגען די העצערס, וואָס האָבן געשאַפֿן די אַטמאָספֿער פֿאַר דעם מאָרד: די וואָס האָבן געהעצט צו דערמאָרדן "די טראַדיציע פֿון יצחק ראַבין" און פֿאַרלאַנגען איצט איבער איר די אַפּוטרופּסות.

איז אָבער אין מיטן פֿון אָט דעם וויכּוח איבער "ראַבינס טראַדיציע", אָדער "ראַבינס ירושה" אַרויפֿגעשוווּמען די ידיעה וועגן דעם אַרעסט פֿון דעם רויִקן און אויבנאויפֿיק פֿרידלעכן ייִדישן קאָלאָניסט פֿון דער קאָלאָניע שבֿות רחל אויף די "שטחים", אַן אײַנגעוואַנדעטער פֿון קאַליפֿאָרניע, וועלכער האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ געפֿערלעכער טעראָריסט מיט אַ רײַכער פּראַקטיק פֿון 12 יאָר טעראָריסטישער טעטיקייט. זײַן "פּראַקטיק" נעמט אַרום צוויי מאָרדן פֿון פּאַלעסטינער (אין יוני און אין אויגוסט 1997), נאָך וועלכע ער איז געוואָרן אַרעסטירט און באַפֿרײַט "צוליב פֿעלן פֿון באַווײַזן"; געשטאָכן אַן אַראַבער (אין זעלבן יאָר), אונטערגעלייגט פֿיר מינעס אין אַראַבישן דאָרף אַבו־גוש (2001), אַ דינאַמיט־לאָדונג אין אַ הויז פֿון אַ פּאַלעסטינער משפּחה אין דאָרף סינדזשיל און איינעם פֿון זיי פֿאַרוווּנדערט (2003), אונטערגעלייגט 3 פֿלעשער מיט פֿאַרסמטן פֿרוכטן־זאַפֿט אין אַ צווייטן פּאַלעסטינער דאָרף נעבן אַ ייִדישן ייִשובֿ (2004), שפּעטער זיך גענומען צום טעראָר קעגן דער פּאָליציי אין ישׂראל: דרײַ פֿאַלן פֿון אונטערלייגן אויפֿרײַס־לאָדונגען אונטער פּאָליציייִשע אויטאָס (אין 2006 און 2007), אַן אויפֿרײַס־לאָדונג נעבן אַ פֿאַלעסטינער מאָנאַסטיר, אַן אַראַבער פֿאַרוווּנדעט (2007), פֿאַרוווּנדעט אַ ייִנגל פֿון 14 יאָר דורך שיקן פּורים אַ "שלח־מנות"־פּעקל צו אַ משפּחה פֿון "ייִדן פֿאַר ישו" אין אַריאל (מערץ 2008) און פֿאַרוווּנדעט דעם ישׂראלדיקן "לינקן" דענקער, פּראָפֿ’ זאבֿ שטערנהעל דורך אונטערלייגן אַ דינאַמיט־לאָדונג בײַ זײַן טיר אין ירושלים (סעפּטעמבער 2008).

12 יאָר איז דער ייִדישער טעראָריסט, אַ פֿאָטער פֿון פֿיר קינדער, אַרומגעגאַנגען פֿראַנק און פֿרײַ ווי אַ פֿרידלעכער רויִקער בירגער, "אַ טעראָריסטישער אונטערגרונט פֿון איין מענטש", וואָס — ווען נישט זײַנע "מעשׂים טובֿים" קעגן ייִדן, ווי עס שרײַבט דער קאָרעספּאָנדענט פֿון "ידיעות אחרונות" פֿאַר פּאָליציייִשע ענינים, וואָלט ער נישט געוואָרן אַנטדעקט דורך דער פּאָליציי, וואָס האָט געפֿונען בײַ אים אין צוויי ערטער אַ גרעסערע צאָל געווער־כּלים. ער איז אָבער שוין דער צווייטער אויפֿגעדעקטער טעראָריסט אין דער קאָלאָניע "שבֿות רחל".

מיט דעם איז מקויים געוואָרן די וואָרענונגס־נבֿואה פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם פּראָפֿ’ לייבאַוויטש, אַז דער ייִדישער טעראָר, וואָס איז געווענדט קעגן די אַראַבער, וועט פֿריִער אָדער שפּעטער זיך ריכטן קעגן ייִדן.

אין דעם רעכטן לאַגער פּרובירט מען גרינגשעצן און צושרײַבן דעם עקסטרעם־פֿאַנאַטישן ייִדישן טעראָריזם די כּלערליי "טשודאַקעס" און "ראַנד־עלעמענטן". דאַקעגן ווערט פֿאָרגעוואָרפֿן דעם "לאַגער פֿון שלום" און די "לינקע" דאָס אָנוואַרפֿן "קאָלעקטיווע באַשולדיקונגען" אויף די קעגנערס פֿון דעם וועג צו אַ שלום און פֿון "צעטיילן ארץ־ישׂראל".

* * *

אמת, קיין שום אידעיִשע אָדער פּאָליטישע באַוועגונג האָט נישט דעם מאָנאָפּאָל אויף אָנשטענדיקייט. אויסוווּרפֿן און מטורפֿים קענען זײַן אין יעדער ריכטונג. אָבער — פֿון וואַנען נעמט זיך דאָס, אַז אַלע פּאָליטישע מאָרדן אין לאַנד זענען געקומען פֿון רעכטס אויף לינקס? ווי קומט עס, אַז די פֿאַרמישפּטע פֿאַרן ייִדישן טעראָריזם קומען אָפּ מיט לײַכטערע שטראָפֿן און ווערן מיט אַ לײַכטער האַנט באַגנעדיקט — און אַז דער זכּרון פֿון דעם שווערסטן פֿאַרברעכן, דעם מאָרד פֿון דעם מנהיג, וואָס האָט געזוכט דעם שלום פֿאַר מדינת ישׂראל, זאָל ווערן אַזוי שטאַרק דעוואַלויִרט, און אין אַזאַ קורצער צײַט...

תּל־אָבֿיבֿ, 3טער אָקטאָבער, 2009

דעם מאָרד פֿון דעם מנהיג, וואָס האָט געזוכט דעם שלום פֿאַר מדינת

Rabin hot gevolt tzu machn Isroel klein un shvach durch opgeben alle bazetzte gebite - dos iz nisht kein sholem, dos iz a kapituliatzie tzu di araber. Isroel hot bazigt di araber un dos iz genug, er broicht nisht kein sholem, sholem iz shoin do!