עס מאַכן זיך אַזעלכע צונויפֿפֿאַלן:
קודם-כּל, דעם 9טן נאָוועמבער איז אין ניו-יאָרק דורכגעפֿירט געוואָרן אַ קאָנפֿערענץ, איניציִיִרט דורך דער "אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ייִדן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד". די קאָנפֿערענץ האָט אָפּגעמערקט 20 יאָר זינט דער עפֿענונג פֿון די סאָוועטישע גרענעצן. דערמיט האָט זיך פֿאַקטיש פֿאַרענדיקט די תּקופֿה פֿון קעמפֿן פֿאַר עמיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן. דער "אײַזערנער פֿאָרהאַנג" האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן.
אַן ערך אין איין צײַט מיט דער קאָנפֿערענץ האָט זיך פֿאַרשפּרייט די נײַעס, אַז דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט געגעבן צו וויסן, אַז ער וועט זיך סטאַרען אײַנצורעדן דעם קאָנגרעס, מע זאָל, סוף-כּל-סוף, אָפּשאַפֿן דאָס געזעץ, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן ווי די דזשעקסאָן-וועניק אַמענדירונג. אָנגענומען איז דאָס דאָזיקע געזעץ געוואָרן נאָך אין יאָר 1974 ווי אַן עקאָנאָמישער און פּאָליטישער אינסטרומענט, וואָס האָט דערלויבט צו קוועטשן אויף דער סאָוועטישער רעגירונג, זי זאָל דערלויבן ייִדן צו עמיגרירן. אין דעם טעקסט פֿונעם געזעץ גייט די רייד בכלל וועגן די מענטשן-רעכט אין אַלע לענדער, אָבער מיינען האָט מען דעמאָלט געמיינט, דער עיקר, דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און די ייִדישע עמיגראַציע.
אין יאָר 1970 האָבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געוווינט מער פֿון צוויי מיליאָן ייִדן. זייער חלק אין דער אַלגעמיינער סאָוועטישער באַפֿעלקערונג איז געווען ווייניקער פֿון 1 פּראָצענט, אָבער זיי האָבן געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע צווישן דעם קוואַליפֿיצירטן עולם. כּמעט אַרום אַ פֿערטל פֿון די דערוואַקסענע ייִדן האָבן געהאַט אַ העכערע, צי אַ ספּעציעלע פּראָפֿעסיאָנעלע, בילדונג. אויף אַ 1,000 נפֿשות האָבן די ייִדן געהאַט 9 מאָל מער מענטשן מיט אַ העכערער בילדונג איידער די רוסן, 12 מאָל מער איידער די אוקראַיִנער און 17 מאָל מער איידער די ווײַסרוסן. די ייִדישע עמיגראַציע, וועלכע איז בכלל ניט געווען צום האַרצן פֿאַר די סאָוועטישע פֿירער, האָט בײַ זיי, אַ חוץ אידעאָלאָגישע פֿאַרדראָסן, אַרויסגערופֿן דאגות אויך צוליב פֿאַרלירן קוואַליפֿיצירטע אַרבעטער.
אין אויגוסט 1972 האָט די סאָוועטישע רעגירונג אײַנגעפֿירט אַ שטײַער, וועלכן עס האָבן געמוזט באַצאָלן די עמיגראַנטן מיט אַ העכערער בילדונג. למשל, פֿון אַ מענטשן, וואָס האָט פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, האָט מען געמאָנט 12 טויזט רובל. מיט אַ פּאָר טויזנט קלענער איז געווען דער שטײַער פֿאַר פֿאַרענדיקן די מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע. און אַזוי ווײַטער.
דאָס איז געווען אַ גרויסע סומע געלט — ביז אַ 100 דורכשניטלעכע חודש-געהאַלטן. ס׳רובֿ ייִדן האָבן אַזויפֿיל געלט פּשוט ניט געהאַט. נאָך מער: זיי האָבן פּשוט ניט געהאַט וווּ צו קריגן אַזאַ געלט־מאַיאָנטעק. אָבער די סאָוועטישע רעגירונג האָט געטענהט, אַז אויף אַזאַ אופֿן האָט אַן עמיגראַנט געמוזט זיך אויסחשבונען מיטן לאַנד, וווּ ער, צי זי, האָט באַקומען די בילדונג אין גאַנצן אומזיסט.
די רעאַקציע אין אויסלאַנד איז געווען זייער אַ שאַרפֿע. פּראָטעסטירט האָבן אַפֿילו אייניקע אויסלענדישע קאָמוניסטן. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט מען אין די סאָוועטישע הויכע פֿענצטער באַשלאָסן אָפּצושטעלן די פּראַקטיק פֿון נעמען דעם "דיפּלאָם-שטײַער". דאָך האָט עס די קאַמפּאַניע ניט אָפּגעשטעלט אין דער מערבֿ-וועלט. אין דעם קלימאַט פֿון פּראָטעסטן איז געבוירן געוואָרן דאָס געזעץ, וועלכן עס האָבן פֿאָרגעלייגט צוויי פּאָליטישע אַמעריקאַנער תּושבֿים: דער סענאַטאָר הענרי דזשעקסאָן (1912—1983), און דער קאָנגרעסמאַן טשאַרלס וועניק (1913—2007).
דאָס געזעץ איז פֿאָרמולירט אַזוי, אַז דער פּרעזידענט האָט דאָס רעכט אים אָפּצושטעלן אויף אַ יאָר. און אַזוי קומט עס פֿאָר שוין אַ לענגערע צײַט. פֿון מאָל צו מאָל דערמאָנט מען זיך וועגן דעם געזעץ, וואָס קען איצט אויסזען אַנאַכראָניסטיש. אָבער דער קאָנגרעס אײַלט זיך ניט אים אָפּצושאַפֿן, ווײַל דאָס וואָלט געמיינט, אַז אין רוסלאַנד איז שוין אַלץ כּשורה מיטן פּראָבלעם פֿון מענטשן-רעכט. און אָנערקענען עס קענען ניט קיין סך קאָנגרעסלײַט. דערצו בלײַבן אויך אַנדערע פּראָבלעמען. למשל, אין רוסלאַנד לאַכט מען זיך אויס פֿון אינטעלעקטועלע רעכט און מע אַרבעט אויס פּיראַטישע פּראָדוקציע.
די טעג האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט גערעדט וועגן אָפּשאַפֿן די אַמענדירונג פֿון דזשעקסאָן-וועניק ניט אין שײַכות מיט דער אויבן-דערמאָנטער קאָנפֿערענץ אין ניו-יאָרק, נאָר ווײַל רוסלאַנד קען אָט-אָט ווערן אַ מיטגליד פֿון דער וועלט-אָרגאַניזאַציע פֿאַר מיסחר, און די באַגרענעצונגען קענען, אַ פּנים, שטערן די אַמעריקאַנער אונטערנעמער, וואָס ווילן פֿירן האַנדל מיט רוסלאַנד. ס׳איז ניט קלאָר, אָבער, צי די עקאָנאָמישע אינטערעסן וועלן איבערוועגן, ווען דער קאָנגרעס וועט שטימען "פֿאַר" צי "קעגן" אָפּשאַפֿן דאָס 37־יאָר-אַלטע געזעץ. אין תּוך אַרײַן, דאַרפֿן זיי עס אָפּשאַפֿן, ווײַל מיטגלידער פֿון דער וועלט-אָרגאַניזאַציע פֿאַר מיסחר טאָרן ניט אָנווענדן קעגן אַנדערע מיטגלידער באַגרענעצונגען פֿון אַזאַ מין.
פֿאַר רוסלאַנד איז דער וועג אין דער וועלט-אָרגאַניזאַציע פֿאַר מיסחר געעפֿנט געוואָרן נאָך דעם ווי גרוזיע האָט אויפֿגעהערט צו בלאָקירן אַזאַ באַשלוס. אַלע איבעריקע מיטגלידער פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָבן שוין געגעבן זייער הסכּמה. די שווייץ האָט גענומען אויף זיך דאָס שליחות צו זײַן דער פֿאַרמיטלער צווישן רוסלאַנד און גרוזיע. און אַ פּשרה איז די טעג געפֿונען געוואָרן; קודם-כּל, אין די פֿראַגן ווי אַזוי צו קאָנטראָלירן די סחורות, וואָס מע פֿירט אַרײַן און מע פֿירט אַרויס פֿון אַבכאַזיע און דרום-אָסעטיע — די צוויי עטנישע אָנקלאַוון, וועלכע האָבן זיך אָפּגעטיילט פֿון גרוזיע און זײַנען געוואָרן כּמו-אומאָפּהענגיקע מדינהלעך, אָבער פֿאַקטיש — סאַטעליטן פֿון רוסלאַנד.