פֿונעם אייביקן קוואַל

די ערשטע פֿיר חלקים פֿונעם חומש האָט משה רבינו באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן; דעם לעצטן חלק, דבֿרים, האָט משה פֿאַרשריבן אַליין, ברוח-הקודש און מיט דער הסכּמה פֿונעם באַשעפֿער — דערפֿאַר ווערט עס אָנגערופֿן "משנה-תּורה" — "איבערחזרונג" פֿון דער תּורה. אַזוי ווי די גאַנצע תּורה, קומט דבֿרים אויך פֿונעם אייבערשטן, אָבער אויף אַן אַנדער אופֿן. דערפֿאַר קען די הײַנטיקע פּרשה באַטראַכט ווערן ווי די לעצטע אינעם ערשטן און גרעסטן "בלאָק" פֿונעם חומש.

"אלה מסעי בני ישׂראל" — דאָס זענען די וואַנדערונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק; אין אונדזער סדרה ווערן איבערגע­ציילט די 42 ערטער, אין וועלכע די ייִדן האָבן זיך אָפּ­געשטעלט אינעם מידבר, אויפֿן וועג פֿון מצרים קיין ארץ-ישׂראל. פֿאַרוואָס איז די לעצטע פּרשה, וועלכע משה רבינו האָט באַקומען ווי אַ דירעקטע אַנטפּלעקונג פֿונעם הימל, געווידמעט דער פּרטימדיקער באַשרײַבונג פֿונעם דאָ­זיקן מאַרשרוט?

די מפֿרשים זענען מסביר, אַז די אומשטאַנדן פֿון די ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר און די נעמען פֿון די דערמאָנטע ערטער, זענען מרמז אויף פֿאַרשיידענע מדרגות אינעם מענטשלעכן לעבן און באַוווּסטזײַן, ווי אויך אויף דעם אַלגעמיינעם אַנטוויקלונג-פּראָצעס אינעם גאַנצן אוני­ווערס. אין די קבלה-ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז יעדער מענטש מוז במשך פֿון זײַן לעבן דורכמאַכן פֿאַרשיידע­נע שטרויכלונגען, וואַנדערונגען און ענדערונגען. דאָס גע­בורט פֿונעם מענטש ווערט צוגעגליכן צו יציאת-מצרים, און דאָס דערגרייכן דעם גן-עדן נאָכן טויט — צו כּניסת-ארץ-ישׂראל. אַ טיפֿער אַנאַליז פֿון דער הײַנטיקער פּרשה קען העלפֿן צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי מע זאָל זיך נישט פֿאַרבלאָנדזשען אויפֿן וועג.

די חסידישע ספֿרים באַטאָנען, אַז אַפֿילו במשך פֿון אַ טאָג גייט דער מענטש כּסדר דורך די "42 ערטער", וועלכע קאָנען באַטראַכט ווערן ווי אַ "מאַפּע" פֿון פֿאַרשיידענע פּסי­כאָלאָגישע צושטאַנדן און לעבנס-סיטואַציעס. יעדן טאָג שטרעבט דער מענטש גובֿר צו זײַן פֿאַרשיידענע באַג­רע­נעצונגען, דעם פּערזענלעכן "מצרים", כּדי צו פֿאַרווירק­לעכן דעם פּלאַנירטן צוועק — די פּערזענלעכע "ארץ-ישׂראל". דער רבי נחמן בראַצלעווער און אַנדערע צדיקים האָבן געזאָגט, אַז יעדער טאָג ברענגט אַן אַנדער אַנטפּלעקונג פֿון רוחניות און אַן אַנדער לעבן.

אין די ערשטע פּרשה אינעם חומש, "בראשית", ווערט באַשריבן די באַשאַפֿונג און די סטרוקטור פֿון דער אַרו­מיקער וועלט; די הײַנטיקע סדרה באַשרײַבט, בדרך-רמז, דעם מענטשלעכן לעבנס-וועג און פּסיכאָלאָגישע פּראָצעסן. אַזוי ווי דער מענטש איז דער "בחיר-הנבֿראָים", די לעצטע און די טײַערסטע באַשעפֿעניש, איז אַזאַ פּרשה טאַקע צוגעפּאַסט בײַם שליסן דעם חומש. פֿאַרוואָס זשע קומט זי דווקא פֿאַר "דבֿרים", און נישט בײַם סאַמע סוף פֿון דער גאַנצער תּורה?

מע קאָן זאָגן, אַז אַזאַ סדר פֿון די פּרשיות גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, אַז די תּורה האָט, אין דער אמתן, נישט קיין סוף. משה-רבינו האָט מקבל געווען די ערשטע פֿיר חלקים פֿון דער תּורה, קאָפּירנדיק דירעקט די ג-טלעכע "פֿײַער­דיקע אותיות". דערנאָך האָט ער אָנגעשריבן "משנה-תּורה"; דער אייבערשטער האָט מסכּים געווען מיט זײַן טעקסט, וועלכער איז אויך געוואָרן אַ חלק פֿון דער תּורה.

די הײַנטיקע פּרשה, ווי אויך די תּורה בכלל, דער­ציילט אונדז בלויז, ווי די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, און שטעלט זיך אָפּ, איידער זיי זענען אַרײַן אין ארץ-ישׂראל. אַ טייל מפֿרשים האַלטן, אַז די לעצטע אַכט פּסוקים אין "דבֿרים", וווּ עס ווערט דערציילט וועגן משהס טויט, זע­נען פֿאַרשריבן געוואָרן דורך זײַן תּלמיד, יהושע בן-נון, אויך ברוח-הקודש — דערפֿאַר זענען זיי אויך אַן אינטעג­ראַ­לער טייל פֿון דער הייליקער תּורה. די דאָזיקע פּסוקים קע­נען באַטראַכט ווערן ווי אַן אַרײַנפֿיר אינעם קומענדיקן טייל פֿון תּנ״ך — ספֿר-יהושע.

די הײַנטיקע פּרשה ווײַזט אָן, אַז דער טעקסט פֿון דער תּורה איז נישט אַ "פֿאַרשלאָסענער" ספֿר, נאָר דער אָנ­הייב פֿון ענדלאָזיקן קייט פֿון שפּעטערדיקע תּנ״כישע נבֿואות, מדרשים פֿון חז״ל — ביז הײַנטצײַטיקע פּירושים. דער געשריבענער טעקסט פֿון דער תּורה איז בלויז די "יציאת-מצרים", נאָך וועלכער עס הייבט זיך אָן דער אייבי­קער פּראָצעס פֿון פּערזענלעכע "נסיעות" — נײַע אַנטפּלעקונ­גען, אָפּטײַטשן און חידושים.