שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין קיין מאָל נישט געווען קיין קלוגע. אין שול האָב איך תּמיד שווער געהאָרעוועט, כּדי צו באַקומען נישקשהדיקע צייכנס. עס קומט מיר אָן שווער צו פֿאַרשטיין פּאָליטיק און איך דאַרף איבערלייענען אַ מאַפּע עטלעכע מאָל, כּדי צו פֿאַרשטיין, אין וועלכער ריכטונג איך זאָל פֿאָרן. איך האָב ערשט אָנגעהויבן אַ נײַע שטעלע ווי די סעקרעטאַרין בײַ אַ דאָקטער, און יעדן טאָג זיץ איך ווי אויף שפּילקעס. איך האָב מורא, אַז איך וועל מאַכן אַ טעות און אָט־אָט וועט מען זיך כאַפּן, אַז איך טויג נישט. וואָס קען איך טאָן מע זאָל נישט "אַנטדעקן" מײַן "סוד"?

נישט־קלוג


טײַערע נישט־קלוג,

טאַלאַנט און נאַטירלעכע פֿעיִקייט שטעלן מיט זיך פֿאָר נאָר אַ טייל פֿון דעם, וואָס דערפֿירט צו אַ גליקלעך לעבן. עס זענען פֿאַראַן צו פֿיל מענטשן מיט גאָלדענע קעפּ, וואָס ניצן זייערע מוחות צו טאָן שלעכטס אין דער וועלט. עס זענען אויך פֿאַראַן אויסערגעוויינטלעכע טאַלאַנטן, וואָס זענען אין גאַנצן נישט מאָטיווירט. עס זעט מיר אויס, אַז איר האָט תּמיד געאַרבעט שווער, און איר וועט ווײַטער אַרבעטן שווער אויף דער נײַער שטעלע. טוט וואָס איר דאַרפֿט כּדי זיך אויסצולערנען די אַרבעט. באַגריסט יעדן איינעם מיט אַ שמייכל, באַהאַנדלט גוט די מענטשן אין ביוראָ, און טוט דאָס בעסטע וואָס איר קענט. אַלע מענטשן מאַכן דאָך פֿעלערן, און איר זענט נישט קיין אויסנאַם. מיט אײַער שווערער אַרבעט און מאָטיווירונג, וועט איר קענען דערגרייכן גוטע רעזולטאַטן. נאָר אַ קלוגער באַנעמט זײַנע מעגלעכקייטן און ווי ווײַט ער איז פֿעיִק צו דערגרייכן אין זײַן אַרבעט.


טײַערע חזנטע,

מײַן ווײַב באַקלאָגט זיך כּסדר. מיר זענען ביידע פּענסיאָנירטע און מיר פֿאַרברענגען צוזאַמען יעדן טאָג. אויב מיר גייען אין אַ רעסטאָראַן, איז דאָס עסן צו געזאַלצן. אויב מיר גייען אין קינאָ, האָבן די אַקטיאָרן נישט קיין טאַלאַנט. אויב מיר בלײַבן אין דער היים, באַקלאָגט זי זיך וואָס אונדזערע קינדער האָבן אונדז נישט געקלונגען. איך, להיפּוך, בין, בטבֿע, אַ גליקלעכער מענטש. מײַן ווײַב מאַכט מיך משוגע! וואָס זאָל איך טאָן?

נישט קיין באַקלאָגער


טײַערער נישט קיין באַקלאָגער,

זעצט זיך ביידע אַוועק און רעדט זיך דורך צווישן זיך. זאָגט איר אַז איר וואָלט געוואָלט גוט פֿאַרברענגען מיט איר, אָבער אירע קלאָגענישן נעמען צו פֿון דער הנאה. עס קען זײַן, אַז אירע קלאָגענישן זענען אַזוי אײַנגעוואָרצלט אין איר, אַז זי ווייסט אַפֿילו נישט וועגן דעם. אפֿשר וואָלט זי געווען גרייט צו זאָגן עפּעס גוטס נאָך דעם ווי זי זאָגט עפּעס שלעכטס? אפֿשר וועט דאָס ווײַזן איר דעם וועג ווי צו טראַכטן מער פּאָזיטיוו אין לעבן.


טײַערע חזנטע,

אַלע שרײַבן צו אײַך מיט פֿראַגעס און פּראָבלעמען. איך האָב נאָר געוואָלט אײַך שרײַבן און דערציילן עפּעס גוטס! איך בין 90 יאָר אַלט; מײַן געזונט־מצבֿ און קאָפּ זענען נאָך גוט. אפֿשר ווילן אײַערע לייענער וויסן מײַן סוד? וועל איך אײַך אויסזאָגן — דער נומער 3. איך עס דרײַ גרויסע מאָלצײַטן יעדן טאָג און פֿאַרפֿעל קיין מאָל נישט קיין מאָלצײַט. איך האָב דרײַ קינדער און איך רעד מיט זיי דרײַ מאָל אין טאָג. איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס וועט אפֿשר נישט טויגן פֿאַר יעדן איינעם, אָבער איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז נאָר צוליב דעם בין איך נאָך דאָ הײַנט!

אַלט און גליקלעך


טײַערער אַלט און גליקלעך,

איך וויל אײַך דאַנקען דרײַ מאָל פֿאַר אײַער עצה — אַ שיינעם דאַנק, thank you און תּודה־רבה. ביז הונדערט און צוואַנציק!


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024