- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אונגעריש־ייִדישער שרײַבער, פּאָעט, און רעדאַקטער פֿונעם חודשלעכן זשורנאַל "סאָמבאַט", גאַבאָר ט. סאַנטאָ, איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט אין 1966. נאָך זײַן ראָמאַן "מיזרחדיקע וואָקזאַל, לעצטע סטאַנציע", 2002, וועגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט ער געדרוקט אַ באַנד דערציילונגען "אונטערן קוועטש פֿון ליידיקע שטיוול", 2004, אין וועלכן ער באַשרײַבט דעם ייִדישן גורל נאָכן חורבן אין אונגערן. דאָס בוך האָט מען איבערגעזעצט אויך אויף רוסיש. אין אַ קאַפֿע אין בודאַפּעשט האָבן מיר געהאַט אַ געלעגנהייט צו שמועסן. "סאָמבאַט" איז אַ וויכטיק אומאָפּהענגיק קול פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט. דער וועבזײַט־אַדרעס פֿונעם זשורנאַל איז http://www.szombat.org. ווי איז דער איצטיקער מצבֿ פֿון די אונגערישע ייִדן; צי איז ער אַנדערש פֿון די אַנדערע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע? מיר האָבן אַ ריזיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג, איבער 100,000 נפֿשות, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע קהילות. אָבער נאָר 13,000 פֿון די ייִדן האָבן זיך פֿאַרשריבן ווי ייִדן אינעם לעצטן צענזוס. די ייִדן פֿון אונגערן זענען, דער עיקר, כּמעט אַלע נישט קיין רעליגיעזע. די קהילה און אירע אינסטיטוציעס ווערן געשטיצט פֿון דער מלוכה (אַזוי ווי אַנדערע רעליגיעס) און פֿון די אויסצאָלונגען וואָס די קהילה באַקומט פֿון דײַטשלאַנד צוליב דעם חורבן. די אַלטערנאַטיווע, נישט־אָפֿיציעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן כּסדרדיקע פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען. אַנטיסעמיטזים איז אויך פֿאַראַן אין אונגערן: די עקסטרעם־רעכטע ניצן נאַצי־טערמינאָלאָגיע אין זייערע פּובליקאַציעס און מעדיאַ און אין די אַרטיקלען פֿון דער רעכטער טאָג־צײַטונג קען מען לייענען אַנטיסעמיטישע טענות און דערקלערונגען. די פֿרײַהייט זיך אויסצודריקן איז זייער וויכטיק אין אַ פּאָסט־קאָמוניסטישן לאַנד, איז דעריבער זייער שווער צו באַקעמפֿן אַזוינע רייד מיט לעגאַלע מיטלען. צווישן די טעמעס פֿון אײַערע ווערק פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט די געשיכטע פֿון ייִדן אינעם קאָמוניסטיש־אונגערישן רעזשים און דעם שווערן מצבֿ אין וועלכן זיי האָבן געלעבט; למשל, אָפֿט האָבן די ייִדן געשטיצט דעם קאָמוניזם צו באַקעמפֿן די עקסטרעם־רעכטע. צי רעדט מען נאָך פֿון די ענינים הײַנט צווישן די אונגערישע ייִדן? דאָס איז אַ לאַנד פֿון טראַוומאַטישע איבערלעבונגען. ייִדן האָבן געליטן פֿון די נאַציס און פֿון דער קאָמוניסטישער דיקטאַטור, אָבער אַ סך האָבן אויך באַשלאָסן אָנטיילצונעמען אין דער קאָמוניסטישער רעגירונג. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען געבליבן ווייניק "ריינע מענטשן", וואָס וואָלטן געקענט אַרבעטן אין דער מלוכה־אַדמיניסטראַציע, האָט מען אָנגעשטעלט פֿון די, וועלכע האָבן געליטן פֿון די נאַציס — די ייִדן. אַזוי ווי זייער ווייניק ייִדן האָבן געקענט פֿריִער אַרבעטן פֿאַר דער מלוכה אין דער געשיכטע, האָט דער דאָזיקער באַשלוס נישט בלויז געהאַט צו טאָן מיט זיך קענען אָפּרעכענען מיט עמעצן, נאָר אויך מיט דער מעגלעכקייט צו מאַכן אַ לײַטישע קאַריערע. ס‘רובֿ ייִדן האָבן געגלייבט, אַז די קאָמוניסטישע רעגירונג וועט זיי פֿאַרטיידיקן פֿונעם נאַציזם. דער נישט־לאַנג פֿאַרגאַנגענער עבֿר ווערט נישט קיין סך אַרומגערעדט צווישן די ייִדן. די טראַוומע פֿונעם חורבן איז די סיבה וואָס מע ווײַזט אָן, הלמאי זיי האָבן ערלעך געדינט די רעגירונג. אין אונדזער זשורנאַל "סאָמבאַט" האָבן מיר לעצטנס געדרוקט עטלעכע עסייען אויף דער טעמע. איר, פּערזענלעך, זענט געוואָרן מער אַרײַנגעטאָן אינעם ייִדישן גײַסטיקן לעבן במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָרן. קענט איר באַשרײַבן די טראַנספֿאָרמאַציע? צי האָבן אַנדערע ייִדן פֿון אײַער דור אויך דורכגעמאַכט דעם זעלביקן וועג? צוליב אונדזער צעבראָכענער אידענטיטעט באַמיִען מיר זיך אויפֿצובויען עפּעס אויף די חורבֿות. טייל ייִדן פֿונעם ייִנגערן דור האָבן אָנגעהויבן צו האַלטן כּשרות, שטודירן עבֿרית און לשון־קודש; אָבער זיי זענען אויסנאַמען. דער אינטערעס הײַנט איז מער צו קולטורעלע ענינים ווי צו די רעליגיעזע. דער אַנטיסעמיטיזם האָט לעצטנס אויך דערמאָנט די ייִדן וועגן זייער אידענטיטעט. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן מיר דעם אײַנדרוק, אַז די יִדישע קהילה אין אונגערן בליט. איז דאָס אמת? ווי אַזוי שטיצט אײַער זשורנאַל די אַנטוויקלונגען? להיפּוך צו אַנדערע לענדער, האָבן מיר טאַקע שולן, זשורנאַלן, ייִדישע פֿעסטיוואַלן, זומער־לאַגערן און אַן אַקטיווע קהילה. אָבער ייִדישקייט ווי אַ רעליגיעזע טראַדיציע איז נישט אָנגענומען. אונדזער זשורנאַל איז אָפֿן פֿאַר פֿאַרשיידענע מיינונגען סײַ פֿאַר וועלטלעכע, סײַ פֿאַר רעליגיעזע ייִדישע אידענטיטעטן. מיר זענען אָפֿן פֿאַר דעבאַטעס; מיר שרײַבן וועגן ישׂראל־פּאָליטיק, זעצן איבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דרוקן אינטערוויוען מיט ייִדישע אינטעלעקטואַלן. מיר אָרגאַניזירן קאָנפֿערענצן און ליטראַרישע אונטערנעמונגען. אונדזער וועבזײַט איז דינאַמיש מיט לעבעדיקע דיסקוסיעס. ייִדיש האָט מען שוין נישט גערעדט אין בודאַפּעשט מער ווי הונדערט יאָר; אָבער אין די קלענערע קהילות פֿון אונגערן איז ייִדיש געווען טיף אײַנגעוואָרצלט. צי זענען פֿאַראַן ייִדן אין דער קהילה וואָס זיי אינטערעסירט ייִדיש אין פּרט פֿון זייער געשיכטע? צום באַדויערן, איז נישט פֿאַראַן קיין סך אינטערעס. אין אונגערן האָט נישט עקזיסטירט קיין וועלטלעכע ייִדישע קולטור: נישט קיין ליטעראַטור, נישט קיין טעאַטער. די חסידים האָבן גערעדט ייִדיש. זיי זענען אָדער געשטאָרבן אָדער זענען אַוועק פֿון אונגערן. ווי אַ ייִדישער שרײַבער און פּאָעט, וועלכער לעבט אין גלות נאָכן חורבן אין אַ מצבֿ פֿון "היימלאָזיקייט", פֿיל איך אַ שטאַרקע קרובֿהשאַפֿט מיט ייִדישע שרײַבער. איך זעץ איבער ייִדישע פּאָעטן, ווי אויך אַמעריקאַנער און ענגלישע ייִדישע פּאָעטן. האָב איך אַ געזעלשאַפֿט בײַ מײַן עלנטקייט, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי האָבן געלעבט מיט עטלעכע דורות פֿאַר מיר. אויף וואָסער פּראָיעקטן אַרבעט איר איצט? וועלן אײַערע ווערק דערשײַנען אויף ענגליש אין דער צוקונפֿט? עטלעכע פֿון מײַנע דערציילונגען און לידער זענען געדרוקט געוואָרן אינעם לאָנדאָנער זשורנאַל "דזשויִש קוואָרטערלי", און איין דערציילונג איז אַרויס אין אַן אַנטאָלאָגיע אויף ענגליש פֿון דער הײַנטיקע אונגעריש־ייִדישער בעלעטריסטיק. איך שרײַב איצט אַ באַנד לידער און אַ נײַעם ראָמאַן. |