פּובליציסטיק

אַ 30־יאָריקער ייִדישער בחור ברענגט אַהיים זײַן מיידל, זי זאָל זיך באַקענען מיט זײַנע טאַטע־מאַמע. די עלטערן זענען שטאַרק אַנטוישט, וואָס זי איז נישט קיין ייִדישע, אָבער זיי שווײַגן, ווײַל זיי זעען, אַז זי איז אַ סימפּאַטישע, אַ קלוגע, און אַז זייער זון האָט זי ליב.

אַ קורצער מיטל־יאָריקער מאַן הערט תּמיד ווי זײַנער אַ מיטאַרבעטער לאַכט אויס זײַן וווּקס. זײַנע קאָמענטאַרן שטעכן אים, אָבער ער מאַכט זיך נישט־וויסנדיק.

אַ פֿרוי קומט יעדן שבת אין שיל, טראָגנ­דיק אַ דעקאָלטירטע בלוזקע און גאָר אַ קורץ קליידל. די אַנדערע מתפּללים קוקן זיך איבער, אָבער קיינער, אַרײַנגערעכנט דעם רבֿ, זאָגט איר נישט קיין וואָרט.

אין אַלע דרײַ פֿאַלן, האָבן די מענטשן אײַנגעהאַלטן זייערע געפֿילן, ווײַל זיי האָבן, אַ פּנים, מורא געהאַט, אַז דאָס אויסזאָגן דעם אמת וועט שאַפֿן אַ שפּאַנונג אָדער אַרויסרופֿן כּעס. די אײַנגעהאַלטנקייט איז זיכער אַ רעזולטאַט פֿון אונדזער אַנגלאָ־סאַקסישער קולטור, וואָס האַלט, אַז ס׳איז נישט העפֿלעך צו געבן מענטשן אַפֿילו אַן איידעלע קריטיק. אַ מאָל נעמט דער ענין אָן אַפֿילו אַ כּמו־מאָראַלישן כאַראַקטער. "ווער בין איך דען צו מישפּטן אַ צווייטן?" איז אַ פֿראַגע וואָס מע הערט גאַנץ אָפֿט.

די איראָניע איז, אַז די פּסיכאָטעראַפּעווטן און די פּאָפּולערע עצה־ביכלעך באַטאָנען כּסדר, אַז אַן אָפֿענע קאָמוניקאַציע איז וויכטיק פֿאַר די באַציִונגען צווישן מענטשן; אַז אויב איינער איז נישט צופֿרידן מיט עפּעס וואָס אַ צווייטער זאָגט אָדער טוט, איז בעסער עס אים צו זאָגן דירעקט, ווי עס אײַנצוהאַלטן — אַבי מע טוט עס אָן אַ בייזער כּוונה און אויף אַ העפֿלעכן אופֿן.

און דאָך, פֿאָלגן זייער ווייניק מענטשן די עצות. די פּראָבלעם איז, אַז אויב איר רעדט זיך נישט דורך מיטן מענטשן וואָס, לויט אײַער מיינונג, טוט עפּעס נישט ריכטיק, וועט די אומצופֿרידנקייט בדרך־כּלל נישט פֿאַרשווינדן, און קאָן מיט דער צײַט שאַפֿן אַן אָנגעשפּאַנטע, זייער נישט־אײַנגענעמע אַטמאָספֿער.

לאָמיר באַטראַכטן די פֿריִערדיקע דרײַ בײַשפּילן. אינעם פֿאַל פֿון טאַטע־מאַמע, וואָס זענען נישט צופֿרידן מיט זייער זונס חבֿרטע, פֿאַרשטייען די עלטערן גוט, אַז אין דער מאָדערנער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט איז דער באַגריף טאָלעראַנץ ממש אַ דיקטאַט. דערפֿאַר פֿילן זיי, אַז זיי האָבן נישט קיין "רעכט" אים צו זאָגן זייער מיינונג, בפֿרט אַז ער איז שוין אַ דערוואַקסענער.

אָפֿט מאָל וועלן די עלטערן, וואָס זייערע קינדער גייען אָדער האָבן חתונה געהאַט מיט נישט־ייִדן, זאָגן: "אַבי זיי האָבן זיך ליב — דאָס איז דער עיקר". אויב זיי גלייבן טאַקע אין דעם, איז עס איין זאַך; אויב אָבער זיי זאָגן דאָס בלויז, ווײַל זיי ווילן נישט מע זאָל זיי באַטראַכטן, חלילה, ווי אומטאָלעראַנט, איז עס טאַקע אַ שאָד. אַ משפּחה וואָס וויל זיך האַלטן נאָענט, מוז יעדער פֿון זיי פֿילן, אַז ער אָדער זי האָט דאָס רעכט אויסצודריקן ווי ער פֿילט. אַגבֿ, דאָס זעלבע קאָן זײַן פֿאַרקערט: אַ דערוואַקסענער זון אָדער טאָכטער קאָן זײַן נישט צופֿרידן מיט עפּעס וואָס דער טאַטע אָדער מאַמע טוט, דאַרפֿן זיי אויך האָבן דאָס רעכט צו קריטיקירן די עלטערן, אַבי מע טוט עס רויִק און מיט אָפּשײַ. ווען יעדער מענטש אין דער משפּחה האָט אַ געלעגנהייט אויסצודריקן זײַן אומצופֿרידנקייט, און מע קען דערנאָך פֿירן אַ העפֿלעכן אויסבײַט פֿון מיינונגען, געניסן אַלע דערפֿון. מע פֿאַרשטייט יענעמס קוקווינקל אַ ביסל בעסער, און אין געוויסע פֿאַלן, קאָן מען אַפֿילו צוקומען צו עפּעס אַ לייזונג פֿון דער חילוקי־דעות.

דער צווייטער בײַשפּיל באַטראַכט אַ סי­טואַציע מיט עמעצן וואָס איז נישט קיין קרובֿ. אַ מאַן פֿילט זיך באַעוולט פֿון זײַן מי­טאַרבעטער, אָבער שווײַגט. פֿאַר וואָס שווײַגט ער? איז ער צו שטאָלץ אַרויס­צוּווײַזן, אַז ס׳אַרט אים בכלל, וואָס יענער זאָגט? אָדער אפֿשר וויל ער נישט מאַכן קיין "סצענע"? אונדזער געזעלשאַפֿט קוקט קרום אויף קאָנפֿליקטן און חילוקי־דעות; דערפֿאַר רעדט מען אַזוי זעלטן וועגן פּאָליטיק — ווײַל מע וויל נישט אויפֿרעגן קיינעם. אָבער אויב דער באַעוולטער וויל, אַז זײַן מיטאַרבעטער זאָל אים באַהאַנדלען מער דרך־ארצדיק, מוז ער אויף אַ העפֿלעכן אופֿן אים געבן אַ פּסק. ער דאַרף צוגיין צו אים, ווען קיינער איז נישטאָ, און אים זאָגן, רויִק אָבער שטרענג, אַז ער זאָל אויפֿהערן צו מאַכן די קאָמענטאַרן, ווײַל ס׳געפֿעלט אים נישט. אין מערסטע פֿאַלן וועט יענער זײַן איבערראַשט פֿון דער דרייסטקייט, וועט זיך אפֿשר פּרוּוון אַרויסדרייען מיטן זאָג: "כ׳האָב דאָך בלויז געמאַכט אַ שפּאַס!" אָבער בדרך־כּלל, וועט ער עס אויפֿהערן צו טאָן, ווײַל ער וועט האָבן באַקומען אַ ביסל דרך־ארץ פֿאַר זײַן "קליינוווּקסיקן" מיטאַרבעטער.

און וואָס טוט מען, נעבעך, מיט דער פֿרוי וואָס קומט אין שיל אין אַ נישט־פּאַסיקער קליידונג? מע וויל איר גאָרנישט זאָגן, ווײַל מע וויל זי נישט פֿאַרשעמען. ס׳איז ענלעך צו דעם פֿאַל פֿון אַ מאַן, וואָס דער זיפּער פֿון זײַנע הויזן איז אָפֿן, אָבער קיינער זאָגט אים נישט קיין וואָרט. איז עס יושרדיק, צו לאָזן, אַז די מענטשן זאָלן ווערן אַן אָביעקט צום לאַכן? אָדער איז עס שוין בעסער זיי שטילערהייט עפּעס צו זאָגן, כּדי זיי זאָלן קענען פֿאַרריכטן די פּראָבלעם, און דערבײַ פֿאַרבעסערן זייער רעפּוטאַציע?

אַ צאָל שטודיעס האָבן שוין באַוויזן, אַז די עלנטקייט וואַקסט אין אַמעריקע, אַז מענטשן פֿילן זיך אַלץ מער אָפּגעזונדערט און אָפּגעפֿרעמדט פֿון אַנדערע מענטשן. אפֿשר צום טייל, איז עס ווײַל מיר האָבן פֿאַרגעסן ווי אַזוי צו זײַן אינטים איינער מיטן צווייטן. אינטימקייט הייסט נישט בלויז אַרומנעמען אַ קרובֿ אָדער פֿרײַנד, ווען זיי געפֿינען זיך אין אַ קלעם, אָדער זיי געבן אַ גלעט; עס מיינט אויך זיך אויסטוישן מיט די אייגענע געפֿילן, אַפֿילו די נעגאַטיווע, כּדי אין איינעם זאָל מען קאָנען פֿאַרענטפֿערן דעם קאָנפֿליקט, און דערבײַ שאַפֿן טיפֿערע, מער פּראָדוקטיווע באַציִונגען.