די לעצטע פּאָר יאָר האָבן מיר געוווּסט, אַז ברוס אַדלער לײַדט פֿון אַן אומהיילבאַרער חולאַת און מיט יעדן יאָר האָט ער אויסגעזען ווי אַ שאָטן פֿון יענעם לעבעדיקן, לוסטיקן אַקטיאָר, וועלכער איז נישט נאָר געווען אַ פֿאַרווײַלער, נאָר ממש אַן אויפֿברויז פֿון אַ פֿילפֿאַכיקן טאַלאַנט, מיט זײַן זינגען און טאַנצן. ער האָט פֿאַרכּישופֿט דעם עולם צושויער, וואָס איז אַרויס פֿון טעאַטער זינגענדיק און טאַנצנדיק, און דער עיקר — גוט־געשטימט. ער אַליין איז געווען אַ גוטמוטיקער, ליבער און איידעלער מענטש, אַ צוגעלאָזטער, גוט־ברודעריש און אַ נאַשבראַט.
נעכטן איז צו מיר דערגאַנגען די טרויעריקע ידיעה, אַז ברוס אַדלער האָט אויסגעהויכט זײַן נשמה. די לעצטע פּאָר יאָר האָב איך זיך נעענטער באַקענט מיט דעם איידעלן פּאַרשוין. ער איז יאָרן־לאַנג געווען אַ נאָענטער חבֿר און מיטשפּילער אין דראַמעס און קאָמעדיעס מיט מײַן זון אַבֿרהמען (אַבֿי). אַזוי אַרום בין איך געווען אַן אײַנגייערין אין זײַן עלעגאַנטער היים אין “קופּער־סיטי," פֿלאָרידע, וווּ איך און מײַנע קינדער וווינען.
זײַן שטוב האָט זיך גערוכעוועט מיט קינדער, די צוויי 15—16־יאָריקע קינדער פֿון זײַן צווייטער פֿרוי איימי, אַליין אַ גוטע רעזשיסאָרקע פֿון באַרוף, און דער עיקר, ברוסעס ערשט און איינציק קינד, דער איין־יאָריקער בן־זקונים דזשייק; ברוס איז צום ערשטן מאָל געוואָרן אַ טאַטע צו 63 יאָר, אַ יאָר פֿאַר זײַן פּטירה. דזשייק איז געווען ברוסעס אויג אין קאָפּ, זײַן שײַנדל, זײַן טעלערל פֿון הימל, דעריבער איז די טראַגעדיע אומגעהויער גרויס.
בעת מײַן לעצטן באַזוך בײַ איימין און ברוסן, האָט דאָס הויז פֿאַרהילכט די פֿרייד געווענדט אָן דעם געראָטענעם איין־יאָריקן ייִנגעלע; קומט צו מיר צו ברוס, נעמט מיך אָן פֿאַרן אָרעם און זאָגט: “קום מיט מיר, וועל איך דיר עפּעס ווײַזן!"
גיי איך אים נאָך, נישט ווײַט פֿונעם גערודער און רוך, פֿירט ער מיך צו צו אַ טישל וווּ עס האָט זיך געפֿונען אַן אײַנגעראַמט בילד פֿון זײַן מאַמען, דער באַרימטער ייִדישער בינע־ און פֿילם־אַקטריסע, הענריעטאַ דזשייקאָבסאָן, דער שוועסטער פֿון גרויסן אַקטיאָר און קאָמעדיאַנט אוירווינג דזשייקאָבסאָן, פֿון זײַן באַרימטן טאַטן, דעם קאָמיקער דזשוליוס אַדלער, און אין מיטן, ווײַזט מיר ברוס, זיצט ער אַליין, דער קליינער ברוסי, איין טראָפּן וואַסער מיט זײַן קליינעם דזשייקין, ממש איין פּנים, די זעלבע דינע ריסן און איידעלע שטריכן, און ווער רעדט שוין פֿונעם זיסן שמייכעלע.
“נו! וואָס זאָגסטו נישט דערצו?" קוקט ער מיך אָן מיט פֿולע אויגן פֿרייד, “ממש אַ קאָפּיע, דזשייקעלע קוקט פּונקט אַזוי אויס ווי איך האָב אַמאָל אויסגעזען, אַ קליינער ברוסי."
|
מאַלי פּיקאַן און ברוס אַדלער אין דער פּיעסע "די כּשרע אלמנה", זינגענדיק "די הוצקאַ"; ניו־יאָרק, 1959 |
|
איך האָב זיך אײַנגעקוקט אין דער פֿאָטאָגראַפֿיע, גענומען מסתּמא אין יאָר 1945, אַ יאָר נאָך זײַן געבורט אין ניו־יאָרק, ווען אין אייראָפּע האָט געבושעוועט די מלחמה, ווען דאָס ייִדישע טעאַטער האָט נאָך געבליט, ווען דער עולם אַמעריקאַנער ייִדן האָבן זיך פֿאַרטושעט און פֿאַרטשאַדעט מיט ייִדישער קאָמעדיע. דאָרט האָבן געקינינגט אַזעלכע קאָמעדיאַנטן, ווי מנשה סקולניק און אַהרן לעבעדעוו, פּסחקע בורשטיין און ליליאַן לוקס, אוירווינג און הענריעטאַ דזשייקאָבסאָן, און איר מאַן דזשוליוס אַדלער, אַ גאַנצע פּלעיאַדע פֿאַרווײַלער און קאָמיקער. בראָדוויי איז דעמאָלט געווען דער צענטער פֿון דער טעאַטער־וועלט, און “סעקאָנד־עוועניו," דאָס האַרץ פֿון ייִדישן שונד און קונסט. בלויז אַ טייל פֿון די קינדער פֿון ייִדישע אַקטיאָרן זײַנען אַוועק אין טאַטע־מאַמעס דרכים, צווישן זיי: הערשל בערנאַרצי, מײַק בורשטיין, ברוס אַדלער, סידני לומעט (באַרימטער בראָדוויי־ און האָליוווּדער רעזשיסאָר), דער זון פֿון ייִדישן אַקטיאָר ברוך לומעט און דוד אָפּאַטאָשו, דער זון פֿון באַרימטן ייִדישן שרײַבער יוסף אַפּאַטאָשו. דוד אָפּאַטאָשו האָט געשפּילט סײַ דראַמעס און סײַ אין ייִדישע פֿילמען. ברוס האָט שוין אין עלטער פֿון דרײַ יאָר גענומען מיטשפּילן מיט זײַנע עלטערן. ער האָט גוט געקענט מאַמע־לשון און שטאַרק אויסגענומען בײַם ייִדישן עולם.
ווען דאָס ייִדישע טעאַטער האָט אָנגעוווירן זײַן קראַפֿט, זײַן עולם און זײַנע כּלים, ס’הייסט דראַמאַטורגן, רעזשיסאָרן, אַקטיאָרן און פּראָדוצענטן, איז ברוס אַריבער אין ענגלישן טעאַטער. די ענגלישע פּרעסע האָט אים באַוווּנדערט מיט אַזעלכע לויבגעזאַנגען: “נישטאָ קיין זאַך וואָס ברוס קען נישט טאָן," האָט געשריבן ריטשאַרד שעפּאַרד פֿון דער “ניו־יאָרק טײַמס," ער קען באַנײַען אַלטע וויצן, אָנטאָן אויף זיי אַ נײַעם לבֿוש, און זיי מאַכן שפּאָגל נײַ, ווײַל ער אַליין האָט גרויס הנאה פֿון דעם וואָס ער טוט!"
ברוס איז נאָמינירט געוואָרן און געוווּנען אַ “טאָני־אַוואָרד" און אַ “דראַמאַ־דעסק־אַוואָרד," אַרײַנגערעכנט אַ שלל מיט אָנערקענונגען, מיט וועלכע בראָדוויי האָט אים אָנערקענט און אויסגעצייכנט.
ברוס אַדלער, דער “זינג און טאַנץ"־שוישפּילער, איז געווען אַ פּרעכטיקע ייִדישע טעאַטראַלע טראַדיציע. פֿאַרבליבן איז אַ טראָפּן אין ים. מיט זײַן פּטירה האָט ער נישט נאָר פֿאַריתומט זײַן משפּחה, נאָר דער עיקר זײַן קליין, געראָטן ייִנגעלע דזשייקי, זײַנע מיטשפּילער, גוטע חבֿרים און פֿרײַנד, און דעם עולם צושויער.
מיט זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט האָט ער פֿאַראָרעמט די ייִדיש־ריידנדיקע, זינגענדיקע טעאַטער־וועלט. ס’האָט זיך אויסגעלאָשן אַ שטערן.
ברוך דיין אמת.