‫אינטערװיוען
פֿון דובֿ שטולבאַך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
זאבֿ שוואַרץ
זאבֿ שוואַרץ

אינטערוויו מיט "בני־עקיבֿא", "עזרא" און "אַריאל"

"רבי עקיבֿא איז געווען און געבליבן ווי אַ סימבאָל פֿאַר דער יוגנט, סײַ אין ישׂראל, סײַ אין דער וועלט, מחמת זײַן מסירות־נפֿש פֿאַר תּורת־ישׂראל און קאַמף פֿאַר ייִדישער זעלבשטענדיקייט". אַזוי האָט אונדז געזאָגט זאבֿ שוואַרץ, גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער אַלוועלטלעכער "בני־עקיבֿא"־אָרגאַניזאַ­ציע, בעתן אינטערוויו אין "בית־מאיר" אויף דער קינג דזשאָרדזש־גאַס אין ירושלים.

מיט די דאָזיקע ווערטער האָט ער אונדז אויפֿגעקלערט, אַז די יוגנט פֿון דער רעלי­גיעז־ציוניסטישער באַוועגונג האָט אויסגע­קליבן דווקא אָט דעם תּנא ווי אַ סימבאָל און וועגווײַזער. דאָס איז דער תּנא וועלכער האָט געלערנט, אַז "ואָהבֿתּ לרעך כּמוך", איז אַ "כּלל גדול בתּורה", וואָס דער יעניקער האָט אין עלטער פֿון 40 יאָר אָנגעהויבן לערנען אַלף־בית, געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער תּלמודי­שער תּקופֿה און דער גרעסטער אונטער­שטיצער פֿון בר־כּוכבא, אינעם קאַמף קעגן די רוימער. "רבי עקיבֿא", זאָגט ער, "איז געווען דער וואָס האָט געלערנט, אַז 'מען טאָר זיך נישט מיאש זײַן, ווײַל פֿון יעטוועדן פּשוטן ייִד קאָן אַרויסקומען אַ תּלמיד־חכם,' ווי דאָס איז געשען מיט אים".

זאבֿ שוואַרץ דערציילט אונדז, אַז מיט 88 יאָר צוריק, אין 1920, זענען געווען אין אייראָפּע פֿאַרשיידענע רעליגיעז־ציוניסטי­שע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס, ווי דער "השומר־הדתי", "ברית־חלוצים דתיים" און אַנדערער און די עסקנים האָבן זיך אַרומגעזען, אַז עס איז נייטיק צו שאַפֿן איין צענטראַלע קער­פּערשאַפֿט וואָס זאָל אָט די אַלע אָרגאַניזאַ­ציעס פֿאַראייניקן און אַזוי אַרום איז אויפֿ­געקומען די "בני־עקיבֿא". דער איניציאַטאָר און גרינדער איז געווען הרבֿ משה־צבֿי נריה זצ"ל, וועלכער האָט אויפֿגעבויט די ערשטע "בני־עקיבֿא"־ישיבֿה אין כּפֿר־הרואה, און זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז דאָס וועט זײַן דער אָנהייב פֿון אַ גאַנצער נעץ ישיבֿות וואָס גרייכן איצט צו פֿופֿציק. "אין צוויי יאָר אַרום", זאָגט ער, "וועלן מיר פֿײַערן 90 יאָר זינט אונדזער גרינדונג און עס ווערן שוין געמאַכט די געהעריקע הכנות. דער דערמאָנטער הרבֿ נריה איז געווען דער יעניקער וועלכער האָט געזאָגט, אַז "וויכטיק איז טאַקע אויפֿצולעבן די ווירטשאַפֿט אין ישׂראל, נאָר נאָך וויכטיקער איז — אויפֿלעבן די גײַסטיקע ווירטשאַפֿט, דאָס הייסט — דעם לימוד־התּורה, אָנהייבנדיק פֿון אונדזער יוגנט". אין דעם זין איז הרבֿ נריה געוואָרן דער "תּורהדיקער חלוץ פֿון ארץ־ישׂראל".

אויף אונדזער פֿראַגע מכּוח דער טעטי­קייט פֿון "בני־עקיבֿא" אין ישׂראל און אין דער וועלט, זאָגט אונדז זאבֿ שוואַרץ, אַז ביז לעצטנס פֿלעגט מען אָרגאַניזירן אין חוץ־לאָרץ "הכשרות" (פֿאָרבערײַטונגס־פֿאַרמעס) כּדי אויסבילדן חלוצים פֿאַר די קיבוצים. איצט האָט מען אײַנגעפֿירט אַ נײַע סיסטעם. די קאַנדידאַטן מאַכן דורך די הכשרה־קורס אין ישׂראל אין משך פֿון אַ גאַנצן יאָר און אַזוי אַרום ווערן אויסגע­בילדעט די צוקונפֿטיקע פּיאָנערן פֿאַר נײַע קיבוצים. אין סך־הכּל ווערן מיר געווויר, אַז "בני־עקיבֿא" האָט 18 קיבוצים. פֿאַראַן צווישן זיי קינדער פֿון טאַטע־מאַמעס און זיידע־באָבעס וואָס האָבן דורכגעמאַכט אַ "הכשרה" אין פּוילן און די אידעאַליסטן־קייט איז אַזוי אַרום נישט איבערגעריסן געוואָרן, נאָר לעבט ווײַטער אויסגעשמידט. דאָס זענען דרײַ דורות חלוצים וואָס ווילן שאַפֿן אַ מדינה אין גײַסט פֿון אונדזערע טראַדיציעס אָדער ווי זיי רופֿן דאָס — תּורה און עבֿודה.

וויפֿל מיטגלידער האָט "בני־עקיבֿא" איבער דער וועלט? זאבֿ שוואַרץ זאָגט אונדז, אַז פֿאַר אַ יאָרן איז אין ירושלים פֿאָרגעקומען אַ וועלט־צוזאַמענפֿאָר מיט דער באַטייליקונג פֿון הונדערטער דעלעגאַטן פֿון 135 פֿיליעס איבער דער וועלט. די צאָל אַקטיווע מיטגלי­דער אין ישׂראל גרייכט צו צענדליקער טויזנטער און 50,000 בכל־תּפֿוצות־ישׂראל. וואָס שייך די אָפּצווײַגן אין ישׂראל דאַרף מען נעמען אין אַכט, אַז אין אַלע גרויסע שטעט — אויך אין קליינע ייִשובֿים — זענען פֿאַראַן "בני־עקיבֿא"־פֿיליעס און זייער צאָל ווערט געשאַצט אויף 120.

זאבֿ שוואַרץ קלערט אונדז אויף, אַז די צאָל פֿיליעס איבער דער וועלט וואָלט געקאָנט זײַן אַ גרעסערע. אַלץ איז אָפּהענגיק פֿון דער צאָל שליחים וואָס מען שיקט אַרויס, נאָר צום באַדויערן שטויסט מען זיך אָן אויף פּראָבלעמען פֿון פֿינאַנציעלן כאַראַקטער, ווײַל די בודזשעטן זענען רעדוצירט און קלעקן נישט. ער קלערט אונדז אויף, אַז אַ חוץ "בני־עקיבֿא" זענען פֿאַראַן נאָך צוויי רעליגיעזע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס: די "עזרא" און "אַריאל". זייער טעטיקייט איז אַ באַ­גרענעצטע. די ערשטע איז מער אַקטיוו אין ישׂראל ווי אין די תּפֿוצות, וווּ זי האָט 9,000 מיטגלידער און נײַן פֿיליעס.

"וואָס איז די ספּעציפֿישקייט פֿון 'בני־עקיבֿא?' וועלכע מעלות־טובֿות פֿאַרמאָגט זי וואָס די אַנדערע האָבן נישט?" איז דער ענטפֿער, אַז "בני־עקיבֿא" איז פֿונעם ערשטן טאָג געווען אַ ציוניסטישע באַוועגונג, וועל­כע פֿירט איר טעטיקייט אונטער דעם לאָזונג "ארץ־ישׂראל פֿאַרן פֿאָלק־ישׂראל, לויט תּורת־ישׂראל". די "עזרא" דאַקעגן איז לכתּחילה געווען די יוגנט פֿון "פּועלי־אַגודת־ישׂראל", נאָר שפּעטער געענדערט איר אידעאָלאָגיע, זיך דערנענטערט צום ציוניזם און דערציט אירע מיטגלידער צו תּורה און מיצוות. גלײַכצײַטיק מוטיקט מען דאָס דינען אין צה"ל און פֿירן אַ לעבן אין איינקלאַנג מיט די תּורה־ווערטן.

איבעריק צו זאָגן, אַז אַלע דרײַ — "בני־עקיבֿא", "עזרא" און "אַריאל" — דערציִען זייער מיטגלידערשאַפֿט צו אַ לעבן פֿון קדושה אין איינקלאַנג מיטן אָנזאָג — "קדושים תּהיו", אויך אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן, דאָס הייסט, בעת דער אַרבעט און בעתן לימוד. אַמאָל איז מען געווען אַ חלוץ אויפֿן פֿעלד, הײַנט קאָן מען עס זײַן בײַם פּראַקטיצירן מעדיצין, בײַם העלפֿן דער מדינה פֿאַרגרע­סערן איר פּראָדוקציע, דעם מיסחר און עקס­פּאָרט; שטאַרקן די באַוואָפֿנטע כּוחות אד"גל. מען דערציט די יוגנט צו ווערן נוצלעכע, אָרנטלעכע בירגער און דאָס איז נישט קיין לײַכטע אַרבעט וואָס גיט שטענדיק פּאָזיטיווע רעזולטאַטן.

מיר זאָגן אונדזערע אינטערוויויִרטע, אַז מיר זענען עולה געווען אין 1978 און פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך די פּאַנאָראַמע געביטן וואָס שייך די ישׂראלים וועלכע טראָגן געשטריקטע יאַרמלקעס. עס שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק, אַז זיי האָבן זיך אַרײַנגעריסן בגוואַלד אין אַלע קרײַזן פֿון דער געזעל­שאַפֿט. בעת אונדזער עליה איז נישט געווען קיין איין רעליגיעזער גענעראַל אין צה"ל און הײַנט, צוזאַמען מיט אַנדערע אָפֿיצירן איז פֿאַראַן אַ גאַנץ ניכּרדיקע צאָל. דאָס זעלביקע איז שייך דער טעלעוויזיע, אין די אוניווערסיטעטן, אין די פֿאַבריקן און בעיקר — אויף דער גאַס. וואָס איז דאָ געשען?

דער ענטפֿער איז — אַז דאָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער אויבנדערמאָנטער "בני־עקיבֿא"־ישיבֿה אין כּפֿר־הרואה און ביסלעכ­ווײַז האָבן די "געשטריקטע יאַרמלקעס" זיך אָנגעהויבן מערן, איבעראַל. הײַנט זענען זיי שוין נישט קיין חידוש וואָס רופֿט אַרויס שטוינונג, נײַערט אַ טייל פֿון דער מדינה. די "בני־עקיבֿא"־ישיבֿות זענען נישט בלויז אַ מקום־תּורה, נײַערט מיטלשולן אין וועלכע מען לערנט געוויינטלעך, וועלטלעכע לימודים. אַזוי אַרום האָט דער ענין זיך אָנגעהויבן צעבליִען און צעצווײַגן און די געשטריקטע יאַרמלקעס זענען געוואָרן אַ נאַטירלעכע דערשײַנונג. "אונדזער וווּנטש", זאָגט זאבֿ שוואַרץ, "איז דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר די איבעריקע סעקטאָרן. בײַ אונדז", זאָגט ער, "וועט איר נישט געפֿינען יוגנטלעכע וואָס האָבן צו טאָן מיט דער פּאָליציי. נישטאָ קיין נאַרקאָטיקער, קיין פֿאַרברעכער, בחורים אָדער מיידלעך וואָס פֿירן זיך אויף אוממאָראַליש און דער עיקר — מען איז אונדז מקנא וואָס מיר האָבן באַוויזן צו דערציִען אַזעלכע קינדער און מיר האָבן דעם באַגער אויך משפּיע זײַן אויף די איבעריקע סעקטאָרן. די יעניקע וואָס ווילן דינען ווי אַ מוסטער רופֿן אַרויס צוטרוי און גלויבן אין אַלע קרײַזן אין וועלכע זיי זענען טעטיק".

זאבֿ שוואַרץ באַנוצט זיך מיט אַ וואָרט פֿון יאָשקע שפּיראָ, איינעם פֿון די גרינדער פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, אַז זייער צאָל איז נישט לײַכט פֿעסטצושטעלן. זיי גרייכן צו צענדליקער טויזנטער. אין וועלכן נישט איז פּונקט פֿון אַ ישׂראלדיקער לאַנד־קאַרטע, וואָס מען וועט אָנווײַזן מיטן פֿינגער, וועט מען געפֿינען בחורים און מיידלעך, מענער און פֿרויען וואָס האָבן אַ שײַכות צו "בני־עקיבֿא", און אויב מען וועט נעמען אין אַכט זייערע קינדער, אייניקלעך און אוראייניקלעך קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן ווי גרויס עס איז זייער מחנה.

זאבֿ שוואַרץ זאָגט, אַז די מנהיגים פֿון וועלטלעכע פּאַרטייען ווינטשן זיך צו האָבן אַזאַ יוגנט וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ ווירקנדיקער כּוח אינעם לעבן פֿון דער מדינה.

וואָס שייך די באַציִונגען מיט נישט־רעליגיעזע יוגנט־באַוועגונגען זאָגט מען אונדז, אַז זיי זענען קאָרעקטע. פֿאַראַן לאָגישערווײַז חילוקי־דעות וועגן דער וועלט־אָנשויונג פֿון יעדן צד, נאָר עס הערשט אַ פֿולע צוזאַמענאַרבעט אויף די פֿאַרשיידנסטע געביטן, אויך וועגן בודזשעטן, כּדי ווײַטער אָנגיין מיט דער דערציִערישער אַרבעט. עס איז באַקאַנט, אַז "בני־עקיבֿא" און "עזרא" האָבן ביז איצט געבראַכט טויזנטער עולים וואָס שאַפֿן כּבֿוד דער מדינה. מען דאַרף אויך נעמען אין אַכט, אַז זיי דינען ווי אַ בריק צווישן דער רעליגיעזער און סעקולערער יוגנט, אַ בריק וואָס דערלויבט משפּיע זײַן אינעם פּאָזיטיוון זין פֿון וואָרט.

ווײַטער פֿרעגן מיר צי עס זענען ריכטיק די ווערסיעס, אַז ישׂראלים וואָס האָבן געלערנט אין ישיבֿות האָבן אַוועקגעוואָרפֿן זייערע יאַרמלקעס און געוואָרן וועלטלעך געשטימט. פֿאַרוואָס געשעט אַזעלכס?

דער ענטפֿער איז אַ קאַטעגאָרישער: נישט די ישיבֿות זענען אין דעם שולדיק, נײַערט דער מאָדערניזם וואָס דערווײַטערט יוגנטלעכע פֿון טראַדיציעס. אין דעם שפּילט אויך נישט קיין קליינע ראָלע די היים און געזעלשאַפֿט. קעגן דעם קאָן מען גאָרנישט טאָן. דאָס איז געשען אַמאָל און עס געשעט אויך איצט. דאָס מײַדט אָבער נישט אויס, אַז מיר זאָלן אַלע לעבן אין פֿרײַנדשאַפֿט און צוזאַמען. דאָס וואָס וועלטלעכע ייִדן האָבן געלערנט אין דער ישיבֿה גייט נישט לאיבוד און ווערט נישט פֿאַרגעסן. זיי דערמאָנען עס מיט נאָסטאַלגיע. אויך זיי האַלטן, אַז דער לאָזונג פֿון די רעליגיעזע צו "דינען ווי אַ מוסטער" איז אַ ריכטיקער און עס איז כּדאַי אים אונטערצושטיצן.

ווי געזאָגט, זענען מיר אויך געשטאַנען אין באַרירונג מיט פֿירער פֿון "עזרא" און "אַריאל". די ערשטע דערמאָנען, אַז זייער באַוועגונג איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1919 אין פֿראַנקפֿורט און איז באַווירקט פֿון דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון הרבֿ שמשון־רפֿאַל הירש, גרינדער פֿון דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע. זיי פֿאַרמאָגן 45 פֿיליעס אין ישׂראל און עטלעכע צענדליק אין אַמעריקע און אייראָפּע.

די דריטע, "אַריאל", איז אויפֿגעקומען אין 1980 בעת אַ שפּאַלטונג פֿון "בני־עקיבֿא". אַלע טענהן, אַז זיי זענען באַווירקט פֿון גרויסע רבנים וואָס האָבן געפּרעדיקט אַחדות. אויב אַזוי: "פֿאַר וואָס פֿאַראייניקן זיי זיך נישט?"

דערויף האָבן מיר נישט באַקומען קיין תּשובֿה. זינט קריעת־ים־סוף, ווען מען האָט דעם ים געשפּאָלטן, קומען פֿאָר שפּאַלטונגען בײַ ייִדן און בײַ דער רעליגיעזער יוגנט...