- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
5. "לימוד OZ", "בונד" און אינוועלאָק דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער בילדונג און קולטור "לימוד", וואָס מיט יעדעס יאָר צעוואַקסט זיך אין דער ברייט און אין דער טיף, האָט אויך דערגרייכט די ייִדישע קהילה אין אויסטראַליע. וואָס מיינט "לימוד", ווי אַ וואָרט און באַגריף, פֿאַרשטיי איך אַליין, אָבער פֿאַר וואָס "OZ"? מײַן נײַגער איז גיך געשטילט געוואָרן: "OZ" — מיינט טאַקע "אויסטראַליע" און דאָס וואָרט ווערט נאָך הײַנט באַנוצט אין דער מינדלעכער שפּראַך. האָב איך שוין עפּעס, הייסט עס, אָפּגעלערנט פֿון דעם אויסטראַלישן לימוד.
דער פּראָפֿעסאָר, פֿאָלקלאָריסט דובֿ נוי, האָט אויף אַ לעקציע זײַנער געגעבן אַזאַ ענטפֿער: אין אָדעס האָבן געוווינט רײַכע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, האָבן זיי ניט געהאַט קיין טענות צו גאָט, ניט געדאַרפֿט בעטן בײַם אייבערשטן פֿאַר זיך פֿאַרשיידענע לעבנס־פֿאַרגעניגנס... דערפֿאַר האָט גאָט געקאָנט זיך דאָ, אין אָדעס, אָפּרוען, ווײַל קיינער האָט אים ניט געדולט דעם קאָפּ. דאָך, האָב איך אויף דער פֿראַגע מײַן אייגענעם ענטפֿער און, ווי מיר דאַכט, אַ מער פּרטימדיקן. וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי, אַ געבוירענער אין אָדעס, האָט אין זײַנע מעמואַרן "זכרונות פֿון מײַנעם אַ בן־דור" אַזוי געשריבן: "אָדעס איז געווען איינע פֿון יענע ווייניקע שטעט, וואָס שאַפֿן זייער אייגענעם טיפּ מענטשן. אין גאַנץ רוסלאַנד פֿאַרן קריג [1914—1918 — רעד.) זענען געווען נאָר דרײַ אַזעלכע שטעט: מאָסקווע, פּעטערבורג און אָדעס — וועגן פּעטערבורג — איז נאָך אַ פֿראַגע... אָבער וועגן מאָסקווע און אָדעס איז קיין פֿראַגע ניט: צוויי בולטע, ווי פֿון מאַרמאָר אויסגעהאַקטע טיפּן..." ווײַטער שילדערט זשאַבאָטינסקי אַ טיפּישן אָדעסער: "...אַ געניטער, אַ געריבענער, אַ שייגעץ, אַ פֿײַערדיקער יונגאַטש; אַ דרייער, אַ פֿאַרדרייער, אַ מענטש מיט פֿאַנטאַזיע, אַ לעבעדיקער, אַ שרײַער, אַן איבערטרײַבער, אַ שפּעקולאַנט..." פֿאַרשטייט איר דאָך, חשובֿע לייענער, אַז אַ מענטש מיט אַזוי פֿיל מעלות איז אַוודאי און אַוודאי, געווען אַ פֿריילעכער אָפּטימיסט. נאָך איין ציטאַט פֿון די "זכרונות...": "געלעבט האָט זיך גרינג און לוסטיק. די שטאָט האָט געהאַט איין תּורה־שבעל־פּה: כּל־זמן דו האָסט אויף וועטשערע, מעגסטו פֿײַפֿן אויף אַלע אַנדערע דאגות..."
אָבער דאָס איז געווען אין אַן אַנדער וועלט. אין דער איצטיקער וועלט איז כּמעט אוממעגלעך זיך אויסצודרייען אָן הלוואָות. אויף אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער תּושבֿ קומט נאָענט צו זעקס טויזנט דאָלאַר, וואָס הענגען ווי אַ חובֿ אויף איר, צי זײַן, קרעדיט-קאַרטל. און דאָס איז נאָך אַ קלייניקייט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער דורכשניטלעכער היפּאָטעק ("מאָרטגיידזש"), וואָס איז אַריבער 167 טויזנט דאָלאַר. צו דעם קומען אָפֿט מאָל צו אַנדערע הלוואָות, וואָס מענטשן נעמען כּדי קויפֿן אַ נײַעם אויטאָ, באַצאָלן פֿאַר דער בילדונג, צו רעכט מאַכן די ציין, וכ’. די גאַנצע עקאָנאָמיע, פּערזענלעכע, געשעפֿטלעכע און מלוכישע, דרייט זיך אַרום באָרגן געלט. מיט יאָרן צוריק איז מיאַמי־ביטש געווען אַ שטיקל ייִדישע מדינה. איך געדענק אַפֿילו ווען אָנווײַזונגען צום ים זײַנען געווען געשריבן אויף ייִדיש. די שטאָט איז בדרך־כּלל געווען באַזעצט מיט ייִדן פֿון עלטערן דור; דער עיקר, ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט. און כאָטש זיי האָבן דאָ אין אַמעריקע געוווינט לענגער ווי אין די שטעט און שטעטלעך פֿון וואַנען זיי זײַנען געקומען, דאָך איז די אַלטע היים געווען זיי אײַנגעבאַקן אין האַרצן. אויב עמעצער וועט אײַך פֿרעגן, ווי אַזוי קאָן אַזוי זײַן, אַז צוויי ייִדן זאָלן האָבן דרײַ מיינונגען, שיקט אים אָפּ קיין ישׂראל; דאָרט, אין דער רעגירונג אין איין מיניסטאָרן־קאַבינעט בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, קאָן דער שוץ־מיניסטער האָבן זײַן אייגענע פּאָליטיק און דער אויסערן־מיניסטער — אַן אַנדער פּאָליטיק. וואָס שייך דעם פּרעמיער־מיניסטער גופֿא, האָט ער אויך זײַן אייגענע פּאָליטיק, אָבער ער איז מיט איר נישט תּמיד מסכּים. 4. סוף־וואָך אויסטראַליע זײַן ערשטע פּאָעטישע לידער־זאַמלונג, אַרויסגעלאָזט אין אויסטראַליע אין די סוף 1940ער, האָט יאָסל בירשטיין אָנגערופֿן "אונטער די פֿרעמדע הימלען". אין מײַן פֿילם וועגן דעם שרײַבער "יאָסל בירשטיין: אַ קוש אין ירושלים", דערקלערט ער אַזאַ נאָמען דערמיט, וואָס די זאַטע אויסטראַלישע ערד איז אים אפֿשר געווען נישט פֿרעמד, אָבער די הימלען — יאָ פֿרעמד. אין די אָנהייב 1950ער האָט יאָסל מיט זײַן פֿרוי און טעכטערל פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿון "שאָף און רינדער" און איז עולה געווען קיין ישׂראל.
ALS, וואָס איז מער באַקאַנט ווי "לו געריגס קראַנקייט", איז אַ זעלטענע קראַנקייט פֿון די נערוון־קעמערלעך אינעם מוח און חוט־השדרה, וועלכע קאָנטראָלירן די באַוועגונג פֿון די מוסקלען. לו געריג, דער באַרימטער בייסבאָל־שפּילער פֿון די "יענקיס", איז געשטאָרבן דערפֿון אין 1941 צו 37 יאָר. די אויסזיכטן פֿאַר ALS-פּאַציענטן זענען, בדרך־כּלל, נישט קיין גוטע: די מוסקלען ווערן בײַ זיי אַלץ מער און מער אײַנגעשרומפּן, און ווי אַ פּועל־יוצא, ווערט זיי אַלץ שווערער צו גיין, רעדן, אַראָפּצושלינגען און אַפֿילו צו אָטעמען. מיט דער צײַט ווערן זיי פּאַראַליזירט און ס׳רובֿ פֿון זיי שטאַרבן. אַן אויסנאַם איז דער באַקאַנטער פֿיזיקער, סטיווען האָקינג, וועלכער לײַדט פֿון זייער אַ פּאַמעלעך־פּראָגרעסירנדיקן פֿאַל פֿון ALS, שוין כּמעט 50 יאָר. הגם ער איז פּאַראַליזירט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, פֿונקציאָנירט זײַן מוח ווי פֿריִער, און אין 2009 האָט ער באַקומען דעם "פּרעזידענטישן פֿרײַהייט־מעדאַל" — די בכּבֿודיקסטע פּרעמיע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צווישן 20,000 און 30,000 מענטשן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן לײַדן הײַנט פֿון ALS, און יעדעס יאָר באַקומען 5,600 מענטשן אַזאַ דיאַגנאָז. די וויסנשאַפֿטלער ווייסן נאָך נישט, צי די סיבות פֿון דער קראַנקייט זענען גענעטישע, צי באַווירקט פֿון דער סבֿיבֿה. ביז איצט האָבן די דאָקטוירים נישט געקאָנט אויסהיילן אָדער אָפּשטעלן די אַנטוויקלונג פֿון דער געפֿערלעכער קראַנקייט. דאָס איינציקע וואָס זיי האָבן יאָ געקאָנט טאָן איז פֿאַרפּאַמעלעכן די קראַנקייט און פֿאַרגרינגערן די ווייטיקן דורך פֿאַרשידענע מעדיקאַמענטן.
דער רבי האָט געפּסקנט, אַז טאָמער געפֿינט מען אַזעלכע טעלעפֿאָנען בײַ די יונגע־לײַט אין זײַן כּולל, מעג מען זיי אָפּנעמען און צעברעכן; און אַפֿילו ווען מע געפֿינט אַזאַ מכשיר באַהאַלטן ערגעץ אין דער ישיבֿה, מעג מען עס טאָן אַפֿילו שבת. דעם בעל־הבית פֿונעם טעלעפֿאָן דאַרף מען נישט צאָלן קיין קאָמפּענסאַציע, ווײַל ער איז אַליין שולדיק אינעם האַלטן אַ פֿאַרבאָטענע "שעדלעכע" זאַך. דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעפּאָרטאַזש וועגן דער אַנומלטיקער חרדישער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ און אַן אַרטיקל וועגן די תּולדות־אַהרנער חסידים, וואָס "תּולדות אַבֿרהם־יצחק", אָנגעפֿירט פֿון הרבֿ שמואל־יעקבֿ קאַן, איז איינע פֿון זייערע דרײַ צווײַגן. אין דעם אַרטיקל וויל איך נישט שרײַבן קיין סאַרקאַסטישע קאָמענטאַרן. אַדרבה, הגם דער דאָזיקער פּסק — אויב דער אַרטיקל פֿון YWN גיט טאַקע איבער די גענויע אינפֿאָרמאַציע — איז זיכער אַן עקסטרעמער און קאָן גורם זײַן שׂינאה און היזק, ווײַזט ער אויף, אַז אַפֿילו די שטרענגסטע אולטראַ־חרדישע קהילות קוקן אויף דער הלכה גענוג בייגעוודיק, מיט אַ שעפֿעריש אויג — כאָטש אין דעם פֿאַל, צום באַדויערן, האָט די דאָזיקע שעפֿערישקייט זיך אויסגעדריקט אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן.
ערנסט האָט מען וועגן דער שפּראַך-פּראָבלעם ניט גערעדט, סײַדן אין די קרײַזן צו וועלכע איך האָב ניט געהערט. דעם באַגריף "אוקראַיִנע" פֿלעגט מען, בדרך-כּלל, אויפֿנעמען דאָרטן גאַנץ באַדינגיק. היסטאָריש איז די גאַנצע געגנט מער אָדער ווייניקער געדיכט באַפֿעלקערט געוואָרן אין 19טן יאָרהונדערט, דורך מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס, ניט נאָר אוקראַיִנער. אין די סאָוועטישע יאָרן, בעת דער אינדוסטריאַליזאַציע, איז ווידער געקומען אַ גרויסער שטראָם מיגראַנטן. אמת, די דערפֿער זײַנען פֿאַרבליבן אוקראַיִניש- צי, ריכטיקער, געמישט רוסיש-אוקראַיִניש-רעדנדיקע. אין די עכטע אוקראַיִנישע געגנטן איז דער מצבֿ געווען, פֿאַרשטייט זיך, לחלוטין אַן אַנדערער. בײַ זיי איז די שפּראַך געווען דער צענטראַלער עלעמענט פֿון זייער נאַציאָנאַלן זעלבסט-באַוווּסטזײַן. באַזונדערס אין די מערבֿדיקע טיילן פֿון אוקראַיִנע, וועלכע זײַנען פֿאַראייניקט געוואָרן מיט סאָוועטן-אוקראַיִנע ערשט ערבֿ, און פֿאַקטיש — נאָך, דער צווייטער וועלט-מלחמה. קיין שטאַרקן שותּפֿות האָבן די גאַליציאַנער אוקראַיִנער און די מיזרחדיקע אוקראַיִנער צווישן זיך ניט געפֿילט. נאָך מער: אָפֿט מאָל האָט מען פּשוט פֿײַנט געהאַט איינער דעם אַנדערן.
איך האָב דעמאָלט בײַ זיך געשוווירן, אַז מער וועל איך שוין נישט וואַנדערן. דאָס איז דאָס לעצטע מאָל אין מײַן לעבן. ביז צו ביסלעך האָט מען זיך צוגעוווינט, און גענומען זיך אַרויסציִען פֿונעם שלאָפֿצימער און זיך פּאַמעלעך גענומען באַזעצן אין די איבעריקע צימערן. איך האָב פֿאַרנומען אַ שלאָפֿצימער פֿאַר זיך, און דער הויפּט־זאַמלפּונקט איז געווען אין קיך. דאָרט, אויפֿן טיש איז געשטאַנען די ראַדיאָ, און ווי נאָר מיר זײַנען אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, אַזוי האָט מען אַרויפֿגעדרייט די סטאַנציע WEVD און זיך גענומען צוהערן צו דער טראַנסמיסיע פֿון די לעצטע נײַעס. צו ביסלעך האָט מען געקויפֿט אַ ביסל מעבל, דער עיקר, אַ קוסעטקע, און גענומען זיך פּאָרען אַרום דעם סאַלאָן, מיט דער טעלעוויזיע. ווי נאָר עס איז אַריבער אַ יאָר, האָב איך פֿאַרגעסן מײַן שבֿועה צו זיך און אַוועק זומער־צײַט קיין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, מיט דער באַן. דאָרט האָט געוווינט מײַן מאַמעס גאַנצע משפּחה. כ׳האָב זיך אַפֿילו נישט אָפּגעגעבן קיין דין־וחשבון, אַז מער ריר איך זיך נישט פֿון אָרט. נאָך אַלעמען, רוסלאַנד, פּוילן, טשעכײַ, עסטרײַך און דײַטשלאַנד. מיר זײַנען געווען אויסגעמוטשעט. זינט דעמאָלט בין איך שוין אויסגעפֿאָרן אַ וועלט. מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, צווישן זיי ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך, טשעכײַ און איטאַליע, גריכנלאַנד און יוגאָסלאַוויע, די שווייץ און ישׂראל, מעקסיקע און ס׳רעשט. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, עפּעס קען איך בשום־אופֿן נישט אײַנזיצן אויף אַן אָרט, ס׳ציט מיך צום לופֿטפֿעלד, צו נײַע האָריזאָנטן, נײַע פּאַנאָראַמעס, און אַ חוץ דעם, האָט אַ ייִד נישט קיין זיצפֿלייש, ס׳דאַכט זיך אים אַז אויף יענער זײַט ים קומט עפּעס פֿאָר וואָס מיר טאָרן נישט פֿאַרפֿעלן. אויף די לעצטע רעזולטאַטן פֿון די פּרעזידענט־וואַלן אין עגיפּטן האָט מען טאַקע געוואַרט, אָבער שוין כּמעט געווען זיכער, ווער ס’וועט זיך שטעלן אין שפּיץ פֿון דער גרעסטער מלוכה אין מיטעלן מיזרח. און אַזוי איז עס געשען: אויסגעוויילט איז געוואָרן דער פֿירער פֿון דער באַוועגונג "ברידער־מוסולמענער" מוכאַמעד מורסי.
3. מײַן ייִדישער באַגאַזש צווישן די שענסטע אוצרות, וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט געשאַפֿן און לאָזט איצט אַזוי לײַכטזיניק און גלײַכגילטיק צעשלעפּן — איז דער ייִדיש־אוצר. אויב דער אייבערשטער האָט געשאַפֿן דאָס וואָרט און געגעבן עס דווקא דעם מענטשן, נישט אַן אַנדער פֿון זײַנע באַשעפֿענישן, האָט ער דאָך דערמיט אַרויסגעוויזן דעם גרעסטן רעספּעקט און חשיבֿות פֿאַרן מענטשן. |