- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי באַקאַנט, איז אין ישׂראל, בשעת מע פּראַוועט דעם נאַציאָנאַלן יום-טובֿ פֿון אומאָפּהענגיקייט, פֿאַרשפּרייט דער מינהג אַרויסצופֿאָרן אין די פּאַרקן און צו בראָטן דאָרט פֿלייש. די זעלבע טראַדיציע איז אַריבערגעטראָגן געוואָרן אין ניו-יאָרק, וווּ אין "בי. בי. קינג בלוז באַר און גריל", וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון דער שטאָט, אויף "טײַמס־סקווער", ווערט עס געטאָן שוין דאָס נײַנטע יאָר. פֿון דעם איז נישט שווער צו פֿאַרשטיין, אַז דער בעל-הבית פֿון דעם דאָזיקן "נאַכט-קלוב" איז אַליין אַן ישׂראלי. אַרום צוועלף הונדערט מענטשן האָבן דעם 25סטן אַפּריל זיך צונויפֿגעזאַמלט אויף דער דאָזיקער נאַציאָנאַלער אונטערנעמונג, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע "דור חדש" (דער נײַער דור) בשותּפֿות מיט נאָך אַ 100 אַנדערע אָרגאַניזאַציעס. די הויפּט־מענטשלעכע רעסורסן פֿאַר אַזאַ מין שׂימחה קומען פֿון צוויי גרופּעס: געוועזענע ישׂראלים און די זין און טעכטער פֿון געוועזענע ישׂראלים; ווי אויך פֿון די ייִדן וואָס גייען (אָדער זײַנען געגאַנגען) אין די ייִדישע טאָג-שולן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זענען מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. די צווייטע גרופּע באַצייכנט זיך כּלל-וכּלל נישט ווי אַ פּראָגרעסיווע, אָדער קאָנסערוואַטיווע, שוין גיכער — נוסח אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנישע פּאַרטיי; און זי האָט טאַקע דאָמינירט אין יענעם אָוונט. למשל, בײַם ערשטן טייל פֿונעם אָוונט, דעם יום-הזכּרון, האָט מען אָן אַן עק גלאָריפֿיצירט דעם מיליטערישן כּוח פֿון ישׂראל, אָן צו דערמאָנען אַפֿילו מיט איין איינציק וואָרט די ווערטן פֿון שלום און ברודערשאַפֿט צווישן פֿעלקער. ניט לאַנג צוריק האָב איך געדאַרפֿט דערקלערן אַ חשובֿן פּראָפֿעסאָר פֿון ישׂראל, וואָס דאָס איז אַזוינס אַ "היפּסטער". כ’האָב געהאַט געמיינט, אַז דאָס איז אַן אוניווערסאַלער באַגריף, אַן ענגליש וואָרט וואָס איז אָנגענומען געוואָרן אין ס׳רובֿ מאָדערנע שפּראַכן, אַזוי ווי "קאָלאַ" און "ספּאָרט" — אָבער ניין, דער "היפּסטער" איז נאָך ניט דערגאַנגען צו אַלעמען. איז זײַט וויסן, ייִדישער לייענער, אַז אַ "היפּסטער" איז אַ יונגער מענטש, געוויינטלעך אין די 20ער אָדער 30ער, וואָס האַלט ניט פֿון דער "הויפּטשטראָמיקער" קולטור, פֿון קאַריערע און קאַפּיטאַליזם, נאָר פֿון דער פּראָגרעסיווער פּאָליטיק, דער אַוואַנגאַרדיסטישער קונסט, און דער "אומאָפּהענגיקער" (Indie) ראָק־מוזיק. דער "היפּסטער" איז אַ נאָענטער קרובֿ פֿונעם אַמאָליקן "היפּי" פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן, און פֿאַקטיש שטאַמט ער פֿונעם זעלבן שורש: דאָס וואָרט "היפּ" אָדער "העפּ", וואָס מיינט נײַמאָדיש, לויטן סטיל פֿונעם יונגן אַלטערנאַטיוון קולטור־אַוואַנגאַרד. "היפּ/העפּ" איז געווען אַ וואָרט פֿון דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שפּראַך אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, און קען זײַן, אַז עס שטאַמט אַזש פֿון די אַפֿריקאַנער לשונות. ס׳איז אַ היסטאָרישע איראָניע, אַז דאָס וואָרט "היפּסטער" באַצייכנט הײַנט, דער עיקר, ווײַסע יונגע־לײַט, בשעת אין די 1940ער האָט עס געמיינט אַן אָנהענגער פֿון דער שוואַרצער דזשאַז־קולטור. דעם שעפֿערישן קאָנפֿליקט צווישן דעם אַלטן און דעם נײַעם "היפּסטער" זע איך קלאָר אין דער געגנט וווּ איך וווין: בעדסטײַ, ברוקלין. דאָס איז אַן אַלטע שוואַרצע געגנט, נאָך פֿון די 1930ער יאָרן, ווען די ערשטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער האָבן פֿאַרלאָזט זייער "אַלטע היים" אין האַרלעם, כּדי צו זוכן גרעסערע, ליכטיקערע דירות, פּונקט ווי די ייִדן פֿון יענער צײַט האָבן פֿאַרלאָזט זייער "איסט־סײַד". בעדסטײַ, אָדער בעדפֿאָרד־סטײַוועסאַנט, איז נאָך אַלץ אַן אָרעמע געגנט, אָבער די שיינע אַלטע הײַזער זאָגן עדות, אַז אַ מאָל זײַנען געווען בעסערע צײַטן. מיט אַן אומבאַקוועם געפֿיל שרײַב איך איצט די דאָזיקע שורות, אינספּירירט פֿון אַ מאמר, וואָס איז דערשינען אין "פֿאָרווערטס" פֿון דעם 13—19 אַפּריל דאָס יאָר, אויף דער זעלבער זײַט, אויף וועלכער עס פֿלעגט אין משך פֿון 14 יאָר דערשײַנען רעגולער דער קאָלום מיט מײַנע קאָרעספּאָנדענצן פֿון ישׂראל. איך מיין דאָ דעם מאמר פֿון דעם חשובֿן ד"ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק) אונטערן קעפּל "ייִדישע טעמאַטיק", אין וועלכן ער באַהאַנדלט דעם כאַראַקטער און אופֿן פֿון אָפּמערקן דעם "טאָג פֿון אומקום און גבֿורה", דעם יאָרטאָג פֿון דעם ייִדישן חורבן אין אייראָפּע. איך האָב באַוווּנדערט דעם חשובֿן מחבר פֿון דעם מאמר מחמת דער געניטער פּראָפֿעסיאָנעלער לײַכטקייט, מיט וועלכער ער באַהאַנדלט אַזאַ שווערע, אַזאַ פּײַנלעך אָנגעווייטיקטע טעמע, און באַזונדערס די לײַכטקייט מיט וועלכער ער ברענגט אַרויס זײַן עצה צו דערטיילן אַ רעליגיעזן סטאַטוס די יערלעכע אָנדענק־אַקטן פֿון דעם "יום השואה", ווי מען רופֿט אים אין ישׂראל. אָט די כּלומרשט זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע לײַכטקייט האָט מיך אָבער אויך טיף שאָקירט. פֿאַראַכטאָגן האָב איך געזען אַ פּיעסע, "דהי וויפּינג בוי" (דאָס שמײַס־ייִנגל) פֿון מעטיו לאָפּעז. די פֿאָרשטעלונג איז געווען באַזירט אויפֿן באַגריף, אַז אַ טייל שקלאַפֿן אין דעם אַמעריקאַנער דרום זײַנען געווען אונטערן רשות פֿון ייִדן — און טייל מאָל, פֿון פֿרומע ייִדן. פֿאַראַן אַפֿילו פֿאַלן, ווען די שקלאַפֿן האָבן זיך אַליין געהאַלטן פֿאַר ייִדן, כאָטש צי זיי זײַנען טאַקע געווען ייִדן, על־פּי דין, איז שווער צו וויסן. ווי עס זאָל ניט זײַן, אַפֿילו אויב סוזשעט איז געווען אַן אינטערעסאַנטער, איז די אַלגעמיינע באַהאַנדלונג פֿונעם ענין ייִדישקייט געווען אומגעלומפּערט. באַזונדערס זײַנען מיר געגאַנגען אויף די נערוון די אַנאַכראָניזמען. כ׳מיין, געוויסע אויסדרוקן, וואָס זײַנען לינגוויסטיש נישט פּאַסיק פֿאַר יענער תּקופֿה. איך ווייס ניט, צי הײַיאָר וועט מען אָפּמערקן (איך האָף אַז כ׳וועל ניט פֿאַרגעסן און וועגן דעם שרײַבן בײַצײַטנס, סוף זומער) דעם יובֿל פֿון דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס, וואָס איז צונויפֿגערופֿן געוואָרן אין 1937 אין פּאַריז. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז מע וועט וועגן דער דאָזיקער וויכטיקער געשעעניש מאַכן אַ שווײַג, אַפֿילו אין פּאַריז. די צונויפֿקומעניש האָט דאָך "געשמעקט" מיט סימפּאַטיעס, הייסע צי זייער פֿאָרזיכטיקע, צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און די הײַנטיקע ייִדישע וועלט, קולטורעלע בתוכם, רוקט זיך אַלץ רעכטער און רעכטער. מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געשמועסט מיט אַ יונגן ייִדישן ליטעראַטור-היסטאָריקער, וועלכער האָט זיך געקלאָגט, אַז אַפֿילו אין זײַן געביט איז געוואָרן שווער אויסצוגעפֿינען אַ פּאַרעווע, ניט קיין פּאַראַנאָיִש רעכטע, צײַטשריפֿט. וואָס ווילט איר נאָך, אויב אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט האָט מיר מיט אַ צײַט צוריק ערנסט געזאָגט, אַז דער ענגלישער "פֿאָרווערטס" געפֿינט זיך הײַנט אין די הענט פֿון קאָמוניסטן. "קאָמוניסטיש" איז דער ייִדישער "פֿאָרווערטס" געווען אין די אויגן פֿון סאַטמאַרער אידעאָלאָגן, וועלכע האָבן געפֿירט מלחמה קעגן דער צײַטונג אין די 1960ער יאָרן. (איך האָב וועגן אָט דער ייִדישער מלחמה לעצטנס געשריבן.) אין דער אמתן, האָט דער "פֿאָרווערטס" בויקאָטירט דעם פּאַריזער קאָנגרעס, טאַקע צוליב זײַן פּראָ-סאָוועטישקייט. די לעצטע צוויי וואָכן האָט זיך געביטן אויף אונדזער ייִדישן קאַלענדאַר איין דאַטע אויף אַ צווייטער: דער חורבן־טאָג, און ווײַטער "יום־הזכּרון" און באַלד נאָך אים — "יום־העצמאות"... און אין יעדער אַזאַ דאַטע פֿעלן נישט אויס קיין טרערן. אין דעם גאַנצן ים פֿון ייִדישע טרערן איז פֿון דעסטוועגן דאָ אַ זיס טראָפּנדל טרייסט: אין די טעג, וווּ די ייִדן זאָלן נישט וווינען, גיט זיי פֿון דעסטוועגן אַ צופּ בײַם האַרצן: "כּל ישׂראל חבֿרים" — אַלע ייִדן זײַנען פֿאַרבונדן צווישן זיך. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן... דער איבערגאַנג פֿון די אָנגענעמע פֿרילינג־טעג אין אַ טאָג פֿון טרויער און עצבֿות איז ניט לײַכט פֿאַר די מערסטע פֿון אונדז. עס איז שווער צוריקצוהאַלטן די טרערן, ווען די סירענעס ווויען איבערן גאַנצן לאַנד, ווען מיר שטייען פֿאַרקלעמט און פֿאַר אונדזערע אויגן און אין אונדזערע געדאַנקען שוועבן פֿאַרבײַ די שוידערלעכע בילדער און געשעענישן, ווען אונדזערע טײַערסטע און ליבסטע זענען אַזוי גרויזאַם אומגעבראַכט געוואָרן, און אונדזערע היימען זענען חרובֿ געוואָרן דורך די מערדערלעכע דײַטשן און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער. אין עטלעכע טעג אַרום, וועלן מיר ווידער שטיין פֿאַרקלעמט, ווען מיר הערן די קלאַנגען פֿון די סירענעס בײַם אָפּמערקן דעם "יום־הזכּרון לחללי־מערכות־ישׂראל" — דעם אָנדענק פֿון די אַלע, וועלכע זענען געפֿאַלן אין די קאַמפֿן בשעת דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע זעלנער; פֿון די, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין די פֿאַרשיידענע טעראָר־אַקטן, אינטיפֿאַדעס און מלחמות, זינט אונדזער אויפֿקום. אין די דאָזיקע טרויער־טעג לעבן מיר איבער מיט האַרצווייטיק און צער די טראַגעדיעס פֿון די משפּחות פֿון די אומגעקומענע זעלנער אויף די פֿראָנטן און פֿון ציווילע בירגער; דעם גרויסן פֿאַרלוסט פֿון לעבנס פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון לאַנד בכלל. אַן אומעטיקע אײַנגעהאַלטנקייט האָט געהערשט יענעם מיטוואָכדיקן פֿרימאָרגן אין "אַרבעטער־רינג". קיין שום אַפּלאָדיסמענטן האָבן נישט באַגלייט דעם אויפֿטריט פֿון די פֿאַרשיידענע אָנטייל־נעמער, נישט די קינסטלערישע אויפֿפֿירונגען, אויך נישט די מינדלעכע אויפֿטריטן, אַזוי ווי ס’איז אָנגענומען בײַ טרויער־פֿאַרזאַמלונגען, און דער דאָזיקער מינהג האָט נאָך מער פֿאַרשווערט די סײַ ווי דריקנדיקע שטימונג. די באַקאַנטע פֿידלערין חיה ליבֿני האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער טרויער־אַטמאָספֿער, שפּילנדיק מאָריס ראַוועלס "קדיש" און נאָך דעם אַ פּאָפּורי פֿון ייִדישע לידער וואָס, דאַכט זיך, זיי וויינען אַרויס פֿון איר "ייִדיש פֿידעלע". אַן אַקטיווע באַטייליקונג האָט יענעם פֿרימאָרגן געהאַט דער כאָר פֿון "אַרבעטער־רינג" אויפֿן נאָמען פֿון מיכאל קלעפּפֿיש, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַליזאַ בלעכעראָוויטש מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון אַנאַ סמאָלאָוו; געזונגען האָט דער כאָר אַן אָפּקלײַב פֿון צוגעפּאַסטע ייִדישע לידער, וואָס האָבן באַקומען דאָס מאָל אַן אומעטיקע צוגאָב־דימענסיע. די טרויער־ליכט האָבן ווי שטענדיק אָנגעצונדן די חורבן־לעבנס־געבליבענע, וואָס זײַנען כּמעט אַלע זינגערס פֿונעם כאָר. דער באָרדוואָק ציט זיך פֿון ברײַטאָן-ביטש ביז קאָני-אײַלענד (אַ מאָל האָט מען אויף ייִדיש געשריבן "קוני-אײַלענד", ווי אין דעם ליד פֿון מענקע קאַץ "און דו ביסט אומעטיק ווי טויזנט קוני-אײַלענד זונען") און ווײַטער אַזש ביז סי-גייט, וווּ אַמאָליקע צײַטן האָבן געוווינט, בפֿרט זומערצײַט, אַ סך ייִדישע שרײַבער. עליזה גרינבלאַט, בשעתּו אַ באַקאַנטער נאָמען אין ייִדישע ליטעראַרישע קרײַזן, האָט אַ בוך "אין סי-גייט בײַם ים" (1957). די ברײַטאָן-ביטשער מײַל פֿון דעם באָרדוואָק רעדט, דער עיקר, רוסיש, מיט אַ ביסל צומיש פֿון ענגליש, פּויליש, אוקראַיִניש, גרוזיניש. אַ רוסיש פֿון מאָסקווע אָדער אַנדערע רוסישע שטעט הערט זיך דאָרטן זעלטן. עס דאָמינירט דער אוקראַיִנישער נוסח פֿון דער שפּראַך, באַפֿאַרבט, אָפֿט מאָל, מיט ייִדישע אינטאָנאַציעס. וואָס נעענטער צו קאָני-אײַלענד, אַלץ מער הערט מען ענגליש, באַזונדערס שבת און זונטיק, ווען עס קומען אַהין טוריסטן אָדער סתּם ניו-יאָרקער תּושבֿים פֿון אַנדערע געגנטן. ייִדיש הערט זיך זעלטן. צו מאָל רעדן ייִדיש עלטערע ייִדן פֿון ברײַטאָן-בישט, אָדער דאָס זײַנען חסידים פֿון סי-גייט אָדער נאָך פֿון ערגעץ-וווּ. מיר וועלן הײַנט נישט רעדן וועגן פּאָליטיק, עקאָנאָמיע, סאָציאַל־קולטורעלן לעבן פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט בכלל און דער ייִדישער — בפֿרט; מיר וועלן קוים דערמאָנען די ישׂראל־פּראָבלעמען און דעם אַנטיסעמיטיזם, וואָס האַלט נאָך אַלץ הויך די פֿאָן איבער דער פֿעסטונג פֿון מענטשלעכן האַס און קסענאָפֿאָביע. מיר וועלן נישט אָנרירן אַנדערע הײַנטיקע פּראָבלעמען, וועלכע זײַנען, אין תּוך גערעדט, טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער געשיכטע... מיט דעם דאָזיקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" באַצייכענען מיר אונדזער 115טן יאָרגאַנג... זייער ערשטע סטאַנציע האָבן זיי געמאַכט אין וואַשינגטאָן, וווּ זיי האָבן זיך באַטייליקט אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער פּראָ-שלום און פּראָ-ישׂראל שתּדלנות-אָרגאַניזאַציע "דזשיי-סטריט". דאָרט האָט סתּיו געהאַלטן אַ רעדע אויף דער בכּבֿודיקער עפֿנטלעכער סעסיע צוזאַמען מיט דעם בירגער־מײַסטער פֿון ירוחם (אַ שטעטל אין דרום פֿון ישׂראל) מיכאל ביטאָן, און דעם באַרימטן ישׂראלדיקן מחבר עמוס עוז. זי האָט באַשריבן פֿאַרן צונויפֿגעזאַמלטן עולם, פֿון אַרום צוויי טויזנט מענטשן, די געשעענישן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם זומער; די נאַכט, וואָס זי מיט נאָך אַנדערע אַקטיוויסטן, האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען אין איין תּפֿיסה-צימער: "רבותי, באַקענט זיך מיט אונדז, די נײַע פֿאַרברעכערס פֿון ישׂראל!" — האָט סתּיו זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר דעם עולם; און דערצו האָט זי קאָנפֿראָנטירט נתניהוס לעצטע אַמעריקאַנער אויפֿטרעטונג מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, זאָגנדיק, אַז "אין דער רעגירונג זענען, ליידער, דאָ אַזעלכע, וואָס פּראָבירן צו פֿאַרשווײַגן די סאָציאַלע באַדערפֿענישן פֿונעם פֿאָלק דורך דער אומפּראָפּאָרציאָנעלער באַטאָנונג פֿון די דרויסנדיקע באַדראָונגען." עס איז נישט קיין נאָווינע, אַז עס זײַנען דאָ גענוג בעלנים, קליינע מענטשעלעך, וואָס האָבן ליב אַ שטאָך צו טאָן אַ "גדול", אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט, וועלכע גליטשט זיך, צו מאָל, אויס און פֿאַלט, אָדער כאַפּט זיך אַרויס מיט אַ נאַריש וואָרט — מ’איז דאָך נישט מער ווי אַ מענטש... |