- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ייִדן אין ארץ-ישׂראל כּלפּי זייערע אַראַבישע שכנים. אום-על-פֿאַכעם, ראַסאַנס היימשטאָט, איז פֿרידלעך איבערגעגעבן געוואָרן פֿון יאָרדאַניע צו ישׂראל אין 1949. "מע האָט זי הן נישט באַפֿרײַט און הן נישט אָקופּירט", זאָגט ראַסאַן. ער געדענקט נאָך ווי אַ קינד, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט פֿאַרנומען זײַן משפּחהס הויז, און זײַנע עלטערן איז געבליבן נאָר צו שרייען "חי-וקים". הגם אום-על-פֿאַכעם איז די צווייט־גרעסטע אַראַבישע שטאָט אין ישׂראל, האָט זי נאָך אין יענער צײַט נישט פֿאַרמאָגט קיין גימנאַזיע און אויך עלעקטריע איז נישט געווען בנימצא. האָט ער געדאַרפֿט פֿאָרן יעדן טאָג אַרום 30 קילאָמעטער קיין נצרת, אפֿשר די אומאָפֿיציעלע אַראַבישע הויפּטשטאָט אין ישׂראל, כּדי ווײַטער זיך לערנען. די העברעיִשע שפּראַך האָט ער געהאַט גענומען שטודירן אין פֿערטן קלאַס און אין אַ יאָר אַרום שוין פֿרײַ גערעדט און געלייענט. בפֿרט געדענקט ער צום גוטן זײַן העברעיִש-לערער אין גימנאַזיע, וואָס איז געווען אַן אַלטער אַשכּנזישער ייִד פֿון טבֿריה. דער דאָזיקער לערער פֿלעגט זיי, אַ גרופּע יונגע אַראַבער, לערנען העברעיִש מיט אַ שטאַרק אַשכּנזישן אַקצענט. אַחוץ אים, זענען די אַנדערע לערערס לרובֿ געווען איראַקישע ייִדן, וואָס זײַענדיק באַהאַוונט אין אַראַביש, פֿלעגן זיי שוין באַשטראָפֿן די תּלמידים אויף זייער אייגענעם מאַמע-לשון. וואָס עלטער איך ווער און וואָס מער איך שרײַב, אַלץ מער דערקען איך זיך אין מײַן טאַטנס פֿעליעטאָנען און אַרטיקעלעך. מײַן טאַטע, חיים שמולעוויטש, האָט געאַרבעט פֿאַר דער מלחמה, אין לאַזאַר כּהנס "טאַגעבלאַט." נאָך דער באַפֿרײַונג און נאָך דער פּליטה פֿון רויטן גן־עדן, האָט ער געשריבן אין אַ מינכענער ייִדישער צײַטונג, ס׳רובֿ סאַטירעס און אויך ערנסטע אַרטיקלען וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדן אין אונדזער פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד. אין אַמעריקע האָט זײַן יוניאָן אים געשיקט אַרבעטן בײַ זעצערײַ אין אַ ייִדישער טעגלעכער צײַטונג וואָס איר נאָמען איז פֿאַר אים געווען — סם. "לאָדזש, דו ביסט פֿאַר מיר טויט!" לאָדזש, דו ביסט אַמאָל געווען מײַן שטאָט און איך האָב דיך ליב געהאַט ס׳לעבן. באַלוט (אַן אָרעמע געגנט אין לאָדזש), דו ביסט אַמאָל געווען מײַן היים. אויף איינע פֿון דײַנע גאַסן בין איך געבוירן געוואָרן און שנעל פֿאַריתומט געוואָרן. איך האָב פֿאַרברענגט מײַנע יונגע יאָרן און געחלומט דעם זעלבן חלום וואָס יעדעס באַלוטער קינד האָט געחלומט, נעמלעך ווי אַזוי זיך אַרויסצורײַסן פֿון דער אָרעמקייט וואָס האָט געגעסן אונדזערע יונגע לײַבער און נשמות... איך האָב געקענט יעדע גאַס און יעדעס געסעלע, יעדן הויף אויף אונדזער גאַס. מיר, יונגע קינדער פֿון באַלוטער אָרעמקייט, האָבן פּונקט ווי מיליאָנען קינדער איבער דער וועלט, געוויינט און געלאַכט, געהונגערט און זיך ווײַטער געשפּילט. ישׂראל האָט הײַנט אין דער וועלט אַזוי פֿיל שׂונאים, אַז ס׳איז שוין כּדאַי מע זאָל אַ ביסל רעדן וועגן ישׂראלס פֿרײַנד. יעדנפֿאַלס, פֿון אַ לאַנד, וואָס האָט קיין שלעכטס פֿאַר דער ייִדישער מדינה נישט געטאָן, בפֿרט אַז עס גייט די רייד וועגן אַ לאַנד, וווּ די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אַ מוסולמענישע. מיר מיינען דאָ די אומאָפּהענגיקע מלוכה בײַם קאַספּישן ים — אַזערבײַדזשאַן. מיך חידושט דווקא ניט אַזאַ ברייט-פֿאַרשפּרייטע לאָיאַליטעט, וואָס דער אינטעליגענטער עולם ווײַזט פּוטינען. אַנדערש קען עס ניט זײַן, ווײַל רוסלאַנד האָט זיך נאָך לחלוטין ניט באַפֿרײַט פֿון סאָוועטישקייט, און דער באַגריף, "סאָוועטישקייט", נעמט אין זיך אַרײַן אַ סך זאַכן. איינע פֿון זיי איז די אָרגאַנישע פֿאַרבינדונג, וואָס די אינטעליגענץ האָט געהאַט מיט דער מלוכה. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס די מלוכה גופֿא איז דאָך געשאַפֿן געוואָרן דורך דער אינטעליגענץ, לכל-הפּחות, דורך אַ טייל פֿון איר. די סאָוועטישע מאַכט איז, אין תּוך אַרײַן, ווי אַ פּראָיעקט, וואָס איז אויסגעחלומט און רעאַליזירט געוואָרן דורך אינטעלעקטואַלן: לענין, טראָצקי, לונאַטשאַרסקי און אַזוי ווײַטער. וווּ נאָך — סײַדן אין די סאָוועטישע סאַטעליטן — האָט מען אויסגעמײַסטרעוועט אַזאַ סטרוקטור פֿון אינטעלעקטועלן לעבן, וואָס איז געווען אין גאַנצן אינטעגרירט אין דעם מלוכה-אַפּאַראַט? דער שרײַבער-פֿאַראיין און אַנדערע אַזוי-גערופֿענע שאַפֿערישע פֿאַראיינען האָבן גאַראַנטירט, אַז אַ פּען-מענטש, אַ מוזיקער, אַ קינסטלער, אַ טוער פֿון קינאָ און טעאַטער, האָט באַדינט דעם רעזשים. און דער רעזשים האָט גוט געצאָלט דעם שאַפֿערישן עולם, געצאָלט סײַ מיט געלט סײַ מיט דרך-ארץ. אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען דיסידענטן, וועלכע האָבן ניט געוואָלט זינגען מה-יפֿית לידער, אָבער זייער צאָל איז תּמיד געווען זייער אַ קליינע. ס׳איז מיר צו האַנט געקומען די וואָך אַן "אַטעיִסטיש הייליק־בוך." זיי רופֿן עס (Atheist Bible). פֿרעגט מיך בחרם, ווי אַזוי דאָס איז געשען. אָבער איך זע דאָך שוין, אַז איך וועל זיך נישט אַזוי גרינג אַרויסדרייען פֿון באַשרײַבן דאָס "הייליקע ביכל פֿון דער נײַער לערע אין יודאַיִזם." געשריבן דעם טעקסט האָבן צוויי מחברטעס — עמיליאַ זאָלאָטאָוו און איזאָלדאַ אַפּאַטאָווסקי. ביידע האָבן זיי זיך באַקענט אין "יוניאָן היברו־קאַלעדזש" און באַקומען זייערע דאָקטאָראַטן אין "יוניאָן גראַדזשועט־סקול." איך גלייב אויך, אַז סוף-כּל-סוף וועט אַ ריכטיקע דעמאָקראַטישע סיסטעם זיך אײַנבירגערן בײַ די אַראַבער. די פֿראַגע אָבער איז: וואָס פֿאַר אַ צײַט-אָפּשניט טיילט אונדז אָפּ פֿון אָט דעם ליכטיקן "סוף-כּל-סוף". עד-היום זעט מען ניט קיין סימנים פֿון אַזאַ אַנטוויקלונג אין קיין ווינקל פֿון דער אַראַבישער וועלט. אַפֿילו אין איראַק, וווּ די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט שוין, דאַכט זיך, קאָנטראָלירט דאָס גאַנצע לאַנד, גייט דער פּאָליטישער פּראָצעס אין גאָר אַן אַנדער ריכטונג. הינטער די באַגריפֿן "אַראַביש" און "אַראַבער" האָבן זיך זייער בולט אַנטפּלעקט שאַרפֿע קאָנפֿליקטן צווישן פֿאַרשיידענע שבֿטים, ווי אויך רעליגיעזע און סאָציאַלע גרופּעס, וואָס האָבן אַזוי פֿײַנט איינע די אַנדערע, אַז זיי זײַנען גרייט אויסצוהרגענען מענטשן פֿון דעם צד-שכּנגד. אויטאָקראַטישע, רעפּרעסיווע רעזשימען האָבן די דאָזיקע קאָנפֿליקטן ניט געלאָזט צעברענען זיך, אָבער די נײַע, כּמו-דעמאָקראַטישע, אָדער ערבֿ-דעמאָקראַטישע, רעגירונגען זײַנען ניט אימשטאַנד, צי ווילן ניט, אָפּשטעלן די גוואַלד-מעשׂים. די פּאָליטישע פּראָצעסן וואָס קומען לעצטנס פֿאָר אין רוסלאַנד, בפֿרט די ריזיקע דעמאָנסטראַציעס אין מאָסקווע און נאָך אין עטלעכע מיליאָניקע שטעט, האָבן זייער באַגײַסטערט דעם מערבֿ, וועלכער זעט אין זיי סימנים פֿון נאָך איין "אָראַנזש־רעוואָלוציע" אויפֿן פּאָסט־שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. הײַנטיקע טעג שרײַבט מען אַ סך וועגן דעם קריזיס פֿון דעם ביכער-מאַרק. אייניקע טענהן אַפֿילו, אַז די ביכער-קולטור איז נאָענט צו איר גסיסה. אָבער גלײַכצײַטיק האָט זיך אַנטוויקלט נאָך איין זאַך: אַליין-פֿאַרעפֿנטלעכטע ביכער. אַזעלכע "סאַמאָיִזדאַט"-אויסגאַבעס האָבן, פֿאַרשטייט זיך, עקזיסטירט אויך פֿריִער (מחוץ די לענדער, וווּ אַלץ איז געווען אונטער דעם מלוכישן קאָנטראָל), אָבער איצט איז געוואָרן אַ סך גרינגער אַרויסצולאָזן אַ בוך — די נײַע טעכנאָלאָגיע מאַכט עס ביליקער. איבערזעצונג פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער איז קונסט און נישט קיין קונץ. דער עיקר, מוז מען קענען ביידע שפּראַכן פֿליסיק און אויב עס איז פּאָעזיע, דאַרף מען זײַן אַ פּאָעט, און אויב עס איז פּראָזע, מוז מען זײַן אַ פּראָזאַיִקער, ווײַל מ׳זעצט נישט איבער ווערטלעך, נײַערט מ׳זעצט איבער פֿון איין קולטור אויף אַ צווייטער. נישט געקוקט אויפֿן קאַלטן וועטער אין ניו־יאָרק, איז אויף דער וואַלן־גאַס — הייס. דהײַנו: דעם 20סטן מאַרץ קומען פֿאָר סענאַט־וואַלן פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער הויפּט־געיעג לעצטנס קומט פֿאָר אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, צווישן די קאַנדידאַטן, וואָס דער בעסטער פֿון זיי וועט זיך צונויפֿקומען אין אַ "שלאַכט" מיטן איצטיקן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 6טן נאָוועמבער. אַרי אָבער האָט זיך אין דעם לבֿוש געפֿילט באַקוועם, ווײַל יאָרן לאַנג האָט ער אַפֿילו אין די הייסטע זומערטעג געטראָגן וואָלענע ציצית, אַ בעקעשע און אַ ביבער־הוט. די סיבה איז, אַז איידער פּרײַוואַט אַרי מאַנדעל האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, איז ער געווען אַרי משה־אַהרון מאַנדעל, אַ ניקלסבורגער חסיד. מיט דרײַ חדשים צוריק האָט מאַנדעל געענדיקט זײַן פֿינף־יאָריקע מיליטערישע דינסט, און הײַנט פֿירט ער אַ בלאָג, Confessions of a Koifer (ווידוי פֿון אַ נישט־גלייביקן), וואָס האָט שוין צוגעצויגן אַ צאָל חסידישע און געוועזענע חסידישע לייענער. די קומענדיקע וואָך הייבט ער אָן זיך לערנען אין האָנטער־קאָלעדזש, אין מאַנהעטן. אין צווישנצײַט האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַוועקגעזעצט מיט אים, כּדי אויסצוהערן וועגן זײַן אייגנאַרטיקער רײַזע פֿון זײַן אַ חסיד ביז צו ווערן אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט. געבוירן איז מאַנדעל אין סיִאַטל, בײַ אַ טאַטן, אַ בעל־תּשובֿה פֿון חב״ד און אַ מאַמע, אַ געבוירענע ליובאַוויטשער מיידל. ווען אַרי איז געווען פֿיר יאָר אַלט, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן אין מאָריסטאַון, ניו־דזשערזי — אַ צענטער פֿון די ליובאַוויטשער חסידים — אָבער דעם טאַטן האָט געצויגן צו אַ מער "חסידישן" לעבן־שטייגער, האָבן זיי נאָך עטלעכע יאָר זיך באַזעצט אין מאָנסי, נ״י, וווּ דער טאַטע האָט זיך צוגעשלאָסן צו די ניקלסבורגער חסידים. הײַנטיקס יאָר איז די טעמע פֿונעם טאָג געווען — "די קינדער אין דעם חורבן". דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "יו־ען", באַן קי־מון האָט גערעדט וועגן די אַנדערטהאַלב מיליאָן ייִדישע קינדער, וועלכע זענען אומגעקומען; מע קען הערן זײַנע רייד אויף דער "יו־ען"־וועבזײַט. אין שײַכות מיט דער טעמע, האָט די "יו־ען" אָפּגעדרוקט אַ ביכל, וואָס זאָל באַגלייטן דעם פֿילם "דער לעצטער פֿלי פֿון פּעטער גינז", אַ נײַער אַנימאַציע־פֿילם וועגן דעם לעבן און קונסטווערק פֿון פּעטער גינז, אַ ייִדיש ייִנגל פֿון פּראָג, וועלכער איז אומגעקומען אינעם חורבן. די אַנדערע "יו־ען"־אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער מוזיק פֿון די קינדער אינעם לאַגער טערעזין. ווען מע קומט אַרײַן אויפֿן גרויסן שטח פֿון דער "יו־ען" אין ניו־יאָרק גייט מען פֿאַרבײַ אַ רירנדיקע אויסשטעלונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם לאָדזשער געטאָ. די אויסשטעלונג "דאָס פּנים פֿון געטאָ: בילדער פֿון ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן אין דער לאָדזשער געטאָ 1940—1944" איז צוזאַמענגעשטעלט געוואָרן פֿון 27 נײַ־אַנטדעקטע פֿאָטאָ־אַלבאָמען פֿון דער געטאָ. די בילדער האָבן געפֿונען די צוויי פֿאָרשער אינגאָ לוס און ד״ר טאָמאַס לוץ אינעם נאַציאָנאַלן אַרכיוו אין לאָדזש. |