פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער דענקמאָל בײַם טײַך דונײַ
אין די לעצטע טעג פֿון 2011 און די ערשטע טעג פֿון 2012 האָב איך זיך אויף אַ וואָך אַרײַנגעכאַפּט קיין אונגאַרן. מע קען ניט זאָגן, אַז איך האָב לאַנג געטרוימט וועגן אַזאַ נסיעה. אין דער אמתן, האָב איך בכלל קיין מאָל ניט געטראַכט וועגן פֿאָרן אַהין. קיין שום קולטורעלע צי אַנדערע פּערזענלעכע פֿאַרבינדונגען האָב איך ניט געפֿילט לגבי דעם לאַנד. און אפֿשר האָב איך געפֿילט אַ שטיקל פֿאַרביטערטקייט, וועלכע עס האָט מיר איבערגעגעבן מײַן טאַטע — אים איז אויסגעקומען צו שלאָגן זיך מיט די אונגאַרן בעת דער מלחמה און ער איז פֿאַרבליבן בייז אויף זיי, מחמת זיי האָבן געפֿירט די מלחמה פּונקט אַזוי ווי די דײַטשן. אַזוי יעדנפֿאַלס פֿלעגט זאָגן מײַן טאַטע.
געפֿאָרן זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין אונגאַרן, ווײַל מײַן ווײַבס חבֿרטע האָט געהאַט ערגעץ אויסגעפֿונען, אַז ס’איז דאָ אַזאַ שטעטל, וואָס הייסט העוויז, און דאָס שטעטל געפֿינט זיך בײַ אַ הייסער אָזערע. דאָס וואַסער איז אין דער אָזערע תּמיד וואַרעם, אַפֿילו ווינטערצײַט. זי, די חבֿרטע, האָט דאָרטן פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג מיט אַ יאָר צוריק און האָט עס אונדז שטאַרק רעקאָמענדירט. דער סוף איז געווען, אַז מיר זײַנען געפֿאָרן קיין בודאַפּעשט, פֿאַרבראַכט דאָרטן אַ טאָג, און זיך געלאָזט קיין העוויז, וואָס איז בערך אַ הונדערט מײַל פֿון דער הויפּטשטאָט.
ווי אַ טוריסט בין איך פֿויל ווי אַ שטעקן. לײַטישע טוריסטן גרייטן זיך צו צו אַ רײַזע. איך טו עס כּמעט קיין מאָל ניט. כ’האָב בכלל פֿײַנט צו קריגן צו פֿיל אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אַרכיטעקטור, מענטשן, געשעענישן, ווײַל דערנאָך ווייס איך ניט וואָס צו טאָן מיט אָט די אַלע פּרטים. דער סוף איז, אַז איך פֿאַרגעס זיי פּשוט. מיר געפֿעלט בעסער דער פּראָצעס פֿון אָנשטויסן זיך אויף עפּעס אַ נאָווינע, און אויב זי איז אַ טשיקאַווע, אַ יש, קען איך שוין דערנאָך לייענען וועגן דער מערקווירדיקייט. דעמאָלט בלײַבט עס טאַקע אין מײַן זכּרון.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַנע גוטע פֿרײַנד עלטערן זיך פֿאַר מײַנע אויגן, און כאָטש די טיפֿע עלטער האָט זיי אײַנגעבויגן אין דרײַען, האָט זי אָבער ווייניק וואָס משפּיע געווען אויף זייערע מוח־קעמערלעך. אין זייערע אויגן בלישטשעט נאָך דער חידוש, די באַוווּנדערונג פֿון הײַנטיקע ספּאָסאָבן (מעגלעכקייטן), וואָס די קאָמפּיוטערס באַוויליקן זיי. ביידע שרײַבן זיי. ער — וועגן זײַן קינדהייט און חורבן־יאָרן פֿאַר און נאָכן חורבן. זי — וועגן איר פֿרומער וועלט־באַנעמונג. ביידע זײַנען זיי גערער חסידים, ביידע האָבן אַדורכגעמאַכט אַ קאַפּיטל אוישוויץ. ער האָט אָנגעוווירן זײַן ערשטע פֿרוי, זי האָט מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק פֿאַרלוירן איר מאַן און שפּעטער, אַ זון — אַן אויסגעשולטן דאָקטער. געווען אַ צײַט ווען איך מיט חנהן האָבן ביידע פֿאַרענדיקט קאַלעדזש. אָבער איידער וואָס ווען האָט זי אָנגעוווירן איר מאַן, אַבֿיגדורן, פּונקט פֿאַר די לעצטע סוף־עקזאַמענס. זי האָט זײַן אָרון באַגלייט קיין ניו־יאָרק וווּ איר איינציקער זון מיט די אייניקלעך האָבן זיך אַלע געזעצט זיצן שיבֿעה.
ס׳גייט אַוועק אַ טאָג און צוויי, קלינג איך איר אָן פֿון מיאַמי־ביטש, וווּ מיר האָבן דעמאָלט געוווינט, און גענומען אַ מילדן טאָן:
"חנה טײַערע! בדרך־כּלל טוט מען נישט דאָס וואָס איך גיי דאָ אָפּטאָן."
חנה וויינט אַרײַן אין טרײַבל.
"אַ גרויסער פֿאַרלוסט חנה, און איך האָב נישט פֿאַר דיר קיין טרייסטווערטער."
חנה באַגיסט זיך מיט טרערן.
"געדענקסט חנה־לעבן, ס׳לעצטע מאָל ווען מיר האָבן זיך געגרייט צו די עקזאַמענס? דײַן אַבֿיגדור האָט אַרײַנגעלאַכט פֿון קיך אין זיצצימער."
"איך געדענק!"

‫פֿון רעדאַקציע

אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 28סטן מאַרץ, האָבן געוואַרט נישט בלויז די אַמעריקאַנער, נאָר די גאַנצע וועלט, ווײַל די וויכטיקייט פֿון דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אינעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, איז נישט צו דערשאַצן; צוריק גערעדט, פֿון דעם ווי אַמעריקע, דער טאָן־געבער פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק, וועט אויף די געשעענישן ענטפֿערן, ווענדט זיך דער מאָרגן פֿון דער גאַנצער ציוויליזאַציע.
אויף פּרעזידענטס אָבאַמאַס דערקלערונגען האָבן אַרויסגעקוקט סײַ די שטיצער און סײַ די קעגנער פֿון דער רעזאָלוציע, אָנגענומען פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" — נישט לאָזן דעם דיקטאַטאָר קאַדאַפֿי אומצוברענגען דאָס ליבישע פֿאָלק, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען קעגן זײַן טיראַנײַ. אַגבֿ, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן גופֿא, איז די צאָל שטיצער און קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער אַרײַנמישונג אין דעם אינערלעכן קאָנפֿליקט פֿון ליביע, כּמעט אַ גלײַכע; לעצטנס, מיט אַ קליינעם איבערוואָג בײַ די קעגנער.
ווי עס זעט אויס, איז צווישן די וויכטיקסטע פֿראַגעס, וואָס אויף זייער ענטפֿער האָט געוואַרט די מערהייט בירגער, געווען, פֿאַר וואָס האָבן געזאָלט די אַמעריקאַנער עראָפּלאַנען אַראָפּוואַרפֿן באָמבעס דווקא אויף ליביע, און נישט אויף אַנדערע לענדער, וווּ די מאַכט פֿירט זיך אויף צו אירע אייגענע רעוואָלטירטע בירגער נישט מילדער ווי קאַדאַפֿי?

‫פֿון רעדאַקציע

דעם 26סטן מײַ האָט מען אין גרוזיע געפֿײַערט דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט, אָבער דעם חשבון פֿירט מען ניט פֿון דער נאָך-סאָוועטישער תּקופֿה, נײַערט פֿון יאָר 1918, ווען דער רעגירונג בראָש מיטן סאָציאַליסט (מענשעוויק) נוי זשאָרדאַניאַ האָט זיך אויף אַ קורצער ווײַל — ביז מאַרץ 1921 — אײַנגעגעבן צו האַלטן גרוזיע ווי אַ באַזונדערע מדינה. אָבער דערנאָך זײַנען געקומען די באָלשעוויקעס און אײַנגעשטעלט זייער רעזשים, אויף גאַנצע זיבן יאָרצענדליק, ביז דער צעפֿאַלונג פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
גרוזיע האָט איר ייִדישע געשיכטע. אין סעפּטעמבער 1998 האָט מען אָפּגעמערקט 2,600 יאָר פֿון דער גרוזיניש-ייִדישער צוזאַמענוווינונג. די גרוזינישע ייִדן האָבן איבערגענומען די גרוזינישע שפּראַך און, בכלל, האָבן זיך גאָר ניט שלעכט אינטעגרירט אין דער געזעלשאַפֿט, וווּ אַנטיסעמיטיזם איז ניט געווען אין דער מאָדע.
די דעמאָגראַפֿיע פֿון גרוזינישע ייִדן איז אַ פֿאַרפּלאָנטערטע. לויט דער סאָוועטישער ציילונג אין יאָר 1970, האָבן 43 טויזנט לײַט זיך אידענטיפֿיצירט ווי גרוזינישע ייִדן. איצט רעדט מען שוין צו מאָל וועגן 130 אָדער, לכל-הפּחות, 80 טויזנט גרוזינישע ייִדן, וואָס וווינען אין ישׂראל. אשדוד, מיט 40 טויזנט גרוזיניש-ייִדישע תּושבֿים, האָט דעם שם פֿון שיִער ניט דער הויפּטשטאָט — ניט בלויז אין ישׂראל, נאָר איבער דער גאָרער וועלט — פֿון דעם דאָזיקן ייִדישן שבֿט, וואָס שפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין ישׂראלדיקן לעבן. אייניקע אייגנאַרטיקייטן פֿון אָט דער סבֿיבֿה האָט אָפּגעשפּיגלט, מיט גרויס דערפֿאָלג, דער פֿילם "חתונה מאוחרת" ("שפּעטע חתונה").
אין גרוזיע גופֿא זײַנען איצט פֿאַרבליבן אַרום 14 טויזנט ייִדן, און בערך אַ טויזנט גרוזינישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין רוסלאַנד. אייניקע פֿון זיי זײַנען אין די נאָך-סאָוועטישע צײַטן געוואָרן רײַך צי אַפֿילו זייער רײַך. עטלעכע גרוזינישע ייִדן זײַנען אַרײַן אין דער קאַטעגאָריע פֿון ביליאָנערן, ווי אַ שטייגער אַבֿרהם נאַניקאַשווילי, דער רײַכסטער אשדודער אונטערנעמער.

ליטעראַטור, געזעלשאַפֿט

ד״ר חנה־פֿייגל טערטלטויב
ד״ר חנה־פֿייגל (אַרויסגערעדט ווי אויף פּויליש־ייִדיש — "פֿײַגל") טערטלטויב, אַ פֿרומע ניו־יאָרק־געבוירענע ייִדיש־לערערין, וואָס וווינט שוין 32 יאָר אין עוואַנסטאָן, אילינוי, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך און קאָמפּאַקטל ייִדישע קינדער־לידער, וואָס זי האָט אַליין אָנגעשריבן מיט יאָרן צוריק, ווען אירע אייגענע קינדער זענען נאָך געווען פּיצעלעך, און גערעדט אַ געשמאַקן פּוילישן ייִדיש ווי די מאַמע. הײַנט זענען די קינדער שוין אין די דרײַסיקער.
יעדעס ליד אינעם ביכל, Yiddish Songs for Children (ייִדישע לידער פֿאַר קינדער) ווערט באַגלייט מיט די נאָטן, טראַנסקריפּציע און ענגלישער איבערזעצונג, כּדי משפּחות, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש זאָלן זיי אויך קענען זינגען.
די סיבה אָנצושרײַבן די לידער איז דעמאָלט געווען אַ פּראַקטישע, האָט חנה־פֿייגל דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". במשך פֿון דרײַ יאָר האָט זי געהאַט פֿיר קינדער (צוויי זענען געווען אַ צווילינג), און זי האָט געזוכט אַן אופֿן ווי אַזוי זיי צו פֿאַרווײַלן. קיין קינדהיטער האָט זי נאָך נישט געהאַט, האָט זי געמוזט אומעטום מיטנעמען מיט זיך די קינדער.
"אַז איך האָב געדאַרפֿט אַרויסגיין קויפֿן אַ פֿלאַש מילעך, האָב איך זיי אַלע פֿיר אײַנגעפּאַקט אין אויטאָ, און ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט, ביז זיי האָבן זיך אָנגעהויבן קריגן," האָט חנה־פֿייגל דערציילט. כּדי אָפּצוּווענדן זייער אויפֿמערק, פֿלעג זי מיט באַגײַסטערונג ווײַזן אויף עפּעס דורכן פֿענצטער ווי, למשל: "גיטס נאָר אַ קוק אויף דעם לאָמפּ!" — און גלײַך האָט זי גענומען אויסטראַכטן אַ לידעלע וועגן אַ לאָמפּ. און אויב נישט אַ לאָמפּ, איז געווען וועגן אַ ווינט, אָדער אַ הינטל, אָדער וואָס עס זאָל נאָר אונטערקומען.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויפֿן פּלאַקאַט שטייט געשריבן "הדרת־נשים", וואָס מיינט, אַז אַ ייִדישע פֿרוי דאַרף אויסזען ניט ווי קיין שיקסע

ווידער אַ שיסערײַ

חנוכּה — "חג־האורים" — דער יום־טובֿ פֿון ליכט און שײַן, איז שוין פֿאַרבײַ. פֿעסטיוואַלן, קאָנצערטן און כּלערליי אַטראַקציעס האָט מען חדשים־לאַנג צוגעגרייט פֿאַר "קינד־און־קייט" צו דעם פֿריילעכן יום־טובֿ.
אייגנטלעך, איז חנוכּה אַ נאַציאָנאַל־רעליגיעזער יום־טובֿ, מיט טראַדיציאָנעלע מינהגים און זיטן. מיט דער צײַט האָט דער דאָזיקער יום־טובֿ, וואָס דויערט אַכט טעג, אָנגענומען אַן אַלגעמיינעם כאַראַקטער, וועלכן עס פֿײַערן אויך סעקולערע שיכטן פֿון פֿאָלק, אויף זייער שטייגער און אויף זייער אײַנשטעל.
מיר האָבן געהאָפֿט, אַז הײַיאָר וועט דער יום־טובֿ דורכגיין רויִק און פֿרידלעך, אַז אונדזערע אינערלעכע און אויסערלעכע אַראַבישע שׂונאים, וועלכע לויערן און באַדראָען אונדזער עקזיסטענץ, וועלן נישט פֿאַרשטערן די פֿרייד פֿון דעם ליבן יום־טובֿ חנוכּה.
ליידער, האָבן זיי דווקא אין די דאָזיקע טעג ווידער אָנגעהויבן באַשיסן מיט ראַקעטן דרומדיקע שטעט און ייִשובֿים, נאָענט פֿון דעם עזה־פּאַס, און באַוואַרפֿן מיט שטיינער און טויטלעכע קוילן פֿאָרנדיקע אויטאָס, אויף די שאָסייען און וועגן.
אונדזערע מיליטערישע כּוחות, באַזונדערס דער לופֿטפֿלאָט, האָבן געענטפֿערט, מיט פּינקטלעכקייט, באָמבאַרדירנדיק די נעסטן פֿון די "כאַמאַס"־טעראָריסטן, און זיי גוט באַשטראָפֿט פֿאַר זייערע טעראָר־אַקטן. צה"ל — אונדזערע מיליטערישע איינהייטן שטייען דאָרטן אויף דער וואַך, אַז עס זאָל זיך ווידער ניט צעפֿלאַקערן אַ נײַע אינטיפֿאַדע, וואָס קען קאָסטן קרבנות אויף ביידע זײַטן פֿון די גרענעצן צווישן מדינת־ישׂראל און די אַראַבישע טעריטאָריעס.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳האָב זיך אָקאָרשט דערמאָנט אין יענער צײַט, ווען איך בין געווען אַ יאָר זיבעצן, און בין זיך אַזוי געשטאַנען און אַרײַנגעקוקט אין אַ שויפֿענצטער פֿון באַקליידונג. און מיט אַ מאָל, כ׳הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס איז מיר אָנגעקומען, האָב איך דערפֿילט אַ שטאַרקע ליבשאַפֿט צו ליבע. איך בין ממש אַנטציקט געוואָרן פֿון יענעם טיפֿן געפֿיל, כאָטש קיין בחור האָב איך פּונקט דעמאָלט נאָך נישט געהאַט.
אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס אײַך. אַנטקעגן דעם וואָס מײַנע אַ תּלמידה אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָט מיר די טעג געברענגט אַ פּאָר "סי־דיס" מיט מוזיק, וווּ אַ חבֿרה אָרטאָדאָקסישע ייִנגלעך זינגען זמירות, שבתדיקע, יום־טובֿדיקע, וואָכעדיקע זמירות, און ס׳איז מיר מיט אַ מאָל באַפֿאַלן אַ שטאַרק געפֿיל, ממש אַ ליבשאַפֿט צו אַלעם וואָס אָטעמט מיט ייִדיש און ייִדישקייט, אַ וואַרעם געפֿיל צו ייִדן, צום ייִדישן מהות, צום ייִדישן פֿאָלק. אָנעם שתּדלנות פֿונעם הימל און אָן דער פֿאַרגלאָצעניש און הדרת־פּנימדיקייט, נאָר אַ מין פּראָסט און פּשוטן אַהבֿת־ישׂראל, ליבשאַפֿט צו עמך, צום פֿאָלק, צו די דורות ייִדן וואָס זײַנען אַדורכגעגאַנגען קאַלטס און וואַרעמס אויף דער אַכזריותדיקער וועלט. כ׳האָב דערפֿילט טיף אין האַרצן אַ מין פֿאַרבינדונג, אַן אָנגעהעריקייט צו אַלעם ייִדישלעכן, צו די ביכער און הייליקע ספֿרים, צו די ייִדישע לידער און מעשׂיות, און חכמות, און אַלץ מיט אַ ייִדישן טעם. און קיינער שטייט נישט איבער מיר און מאָנט נישט פֿון מיר אָנצושליסן זיך אין דער אָדער יענער עדה ייִדן. קיינער מישפּט מיך נישט און קיינער פֿאַרמישפּט מיך נישט, קיינער מאָנט נישט מײַן ייִדישן זכות. אין יענעם מאָמענט איז אַלץ, וואָס האָט געהאַט אַ ייִדישן שײַכות צו מיר, געווען דער קינדער־כאָר וואָס איז זיך פֿאַרגאַנגען אין ייִדישער נגינה. אין יענעם מאָמענט האָב איך דערפֿילט די טיפֿע ליבשאַפֿט צום פֿאָלק מיט אַלע זײַנע מעלות און חסרונות, גאווה און ייִאוש. אַלץ, אַלץ האָט אונטער די טענער פֿון די שטימעלעך געהאַט אַ שײַכות צו מיר.

‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז פֿון פֿראַנקרײַך ווידער אַרויס די פֿאַראורטיילונג פֿון גענאָציד, 1915—1923, ווען אין טערקײַ זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן אָנדערטהאַלבן מיליאָן אַרמענער. דעם פֿאַקט אַליין פֿון גענאָציד האָט פֿראַנקרײַך אָנערקענט נאָך מיט יאָרן צוריק, אין 2001; דאָס מאָל האָט די אונטערשטע קאַמער פֿונעם פֿראַנצויזישן פּאַרלאַמענט אָפּגעשטימט פֿאַר אָננעמען אַ ספּעציעל געזעץ, וואָס וואָלט דערמעגלעכט צו באַשטראָפֿן די יעניקע, וועלכע לייקענען אָפּ דעם פֿאַקט אַליין פֿון אַרמענישן גענאָציד מצד די טערקן.

די אַרמענישע דיאַספּאָרע אין פֿראַנקרײַך איז אפֿשר די גרעסטע און שטאַרקסטע אין אייראָפּע, בערך 500 טויזנט נפֿשות; פֿאַרשטייט זיך, אַז זייערע שטימען וואָלטן זייער צוניץ געקומען דעם איצטיקן פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי און זײַן רעכט־צענטריסטישער פּאַרטיי "פֿאַרבאַנד פֿאַר פֿאָלקס־באַוועגונג", בעת די פּרעזידענט־ און פּאַרלאַמענט־וואַלן אין יאָר 2012.

פֿאַרשטייט זיך, אַז טערקײַ, וואָס האָט ביז אַהער נישט אָנגענומען די גענאָציד־דעפֿיניציע פֿון דעם פֿינצטערן פֿלעק אויף איר געשיכטע, רעאַגירט זייער עמאָציאָנעל אויף אַזעלכע טריט; אַזוי ווײַט, אַז טערקײַ האָט אָפּגעשטעלט אַלע אירע מיליטערישע, פּאָליטישע און האַנדל־פֿאַרבינדונגען מיט פֿראַנקרײַך און האָט אָפּגערופֿן איר אַמבאַסאַדאָר פֿון פּאַריז.

געזעלשאַפֿט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ קראָם פֿון שפּילעכלעך און מתּנות צום "נאָווי גאָד" אין חיפֿה

איין מאָל אין אַ פּורים — אויף יום־כּיפּור, גיי איך אין שיל אַרײַן.

ניט אויף דער נאַכט, צו כּל־נדרי, נאָר אין דער פֿרי, ווען מע זאָגט יזכּור. אויך אין דעם טאָג פֿאַסט איך. די עטלעכע שעה, וועלכע כ׳פֿאַרברענג צווישן די דאַוונענדיקע ייִדן, מיינען אַוודאי נישט, אַז כ׳שלאָג זיך על־חטא פֿאַר מײַנע באַגאַנגענע זינד. כ׳בין נישט קיין גרויסער פֿרומאַק און ניט קיין קליינער אַפּיקורס. וואָס זשע דען? — דאָס זאָגן יזכּור נאָך די עלטערן און קרובֿים און דאָס פֿאַסטן איז פֿאַר מיר שוין געוואָרן אַ טראַדיציע. אַ סך ישׂראלים שטעלן ניט פֿלייש און מילכיקס אויף איין טיש, עסן ניט קיין חזיר, רירן זיך ניט צום ברויט אום פּסח; ניט דערפֿאַר וואָס זיי זענען גלויביקע מענטשן — ס׳איז שוין אַזאַ טראַדיציע! ניט ווייניק פֿון די רעליגיעזע מינהגים זײַנען געוואָרן וועלטלעכע טראַדיציעס.

אַ נײַע טראַדיציע האָבן אײַנגעפֿירט די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד — זיי יום־טובֿן ראָש־השנה כּמעט אַזוי, ווי מע האָט אַ מאָל, באַגעגנט דעם נײַיאָר, — דעם "נאָווי גאָד", לויטן גריגאָריאַן־קאַלענדאַר. די גאַנצע משפּחה נעמט זיך צענויף בײַ אַ יום־טובֿדיקן טיש, מען עסט און מע טרינקט, מע ווינטשט זיך אַ גליקלעכן נײַעם יאָר, עס פֿעלט נאָר שאַמפּאַניער. ס׳טרעפֿט זיך, אַז אויפֿן ראָש־השנהדיקן טיש שטייט אויך אַ טעלערל מיט אָנגעשניטענע רעפֿטלעך חזיר־וווּרשט...

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"חנוכּה־בוים"  אין אַמעריקע

"יאָלקעס" — טענענביימער צי עפּעס פֿון אַזאַ מין ביימער, אָפֿט מאָל קינסטלעכע — וואָס מע שטעלט אויף נײַיאָר, בלײַבן אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע פֿאַר ייִדן אין אַ סך לענדער, ישׂראל בתוכם. אין איצטיקן יאָרהונדערט, מיטן אָנקומען פֿון הונדערטער טויזנטער געוועזענע סאָוועטישע בירגער, זײַנען די "יאָלקעס" געוואָרן אָנזעעוודיק אין ישׂראלדיקע שטעט. בעת אין נצרת-עלית האָט דער מייאָר ניט דערלויבט הײַיאָר צו שטעלן אַזאַ ניט-ייִדישן סימבאָל, איז אין חיפֿה אויפֿגעבויט געוואָרן אַ הויכע קינסטלעכע "יאָלקע", געמאַכט פֿון עטלעכע טויזנט פּלאַסטישע פֿלעשער.

מיט זיבעציק יאָר צוריק האָט וועגן דעם ענין "יאָלקע" געשריבן איינער פֿון די בעסטע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — צבֿיון (1874–1954). זײַן אמתער נאָמען איז געווען בן-ציון האָפֿמאַן, אַ קורלענדישער ייִד, וואָס איז געווען אַקטיוו אין דעם "בונד", זיך געלערנט אין עטלעכע אוניווערסיטעטן, זײַן דאָקטאָר-טיטל באַקומען אין דער שווייץ. צבֿיונס ערשטע אַרקטיקלען האָבן זיך באַוויזן אין דער העברעיִשער צײַטונג "המליץ", אין 1895, אָבער זינט 1901 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַר דער ייִדישער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס". זינט 1915 איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג. אין משך פֿון יאָרצענדליקער האָט דער לייענער זיך געקוויקט מיט זײַן קאָלומנע "ייִדישע אינטערעסן". דעם 3טן יאַנואַר 1942 האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער פֿראַגע פֿון "יאָלקעס", ווײַל ער האָט געהאַט באקומען אַ פּאָר בריוו פֿון לייענער, און:

‫פֿון רעדאַקציע

ישׂראל איז פֿאַרטאָן לעצטנס מיט דער סכּנה, וואָס קומט אַרויס פֿונעם פֿונדאַמענטאַליסטישן איראַן, אָדער ווי ס’האָט עס אָפּגעשאַצט דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו: אויפֿן ערשטן אָרט — איראַן, אויפֿן צווייטן אָרט — איראַן און אויפֿן דריטן אָרט — ווידער איראַן. עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז נישט קיין קלענערע סכּנה רײַפֿט אויס דווקא אינעם לאַנד גופֿא; דאָס מאָל פֿון די אָרטיקע פֿונדאַמענטאַליסטן — פֿון די חרדים. ס’האָט זיך שוין אַפֿילו באַוויזן אויף די שפּאַלטן פֿון דער אָרטיקער פּרעסע אַ באַגריף — "חרדיזאַציע פֿונעם לאַנד", אויפֿן סמך פֿון איראַן.
אַז די ישׂראל־געזעלשאַפֿט איז צעשפּאָלטן, דאַרף מען ספּעציעל נישט דערקלערן; אָבער אַזוי זײַן צעריסן ווי די לעצטע צײַט, איז נאָך ביז אַהער נישט געווען. פֿון די אַלגעמיינע סאָציאַלע פּראָטעסטן, וואָס האָבן געבושעוועט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער און האַרבסט, איז דאָס לאַנד איצט אויפֿגעטרייסלט געוואָרן פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם "קאַמף פֿאַר צניעות". פֿאַרשטייט זיך, אַז שולדיק אין דעם זײַנען די נשים. און אַזוי ווי ישׂראל איז אַ דעמאָקראַטיש לאַנד, ווערן דעם רבינס "אַסורות" געלייזט אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן.

געזעלשאַפֿט

ליבי פּאָלאַק, איינע פֿון די באַקאַנטסטע פֿיגורן בײַ "חסידיש ייִדיש"

ווען די אינטערנעץ האָט ערשט אָנגעהויבן זיך צו פֿאַרשפּרייטן, האָבן די חסידים, וואָס האָבן עס געניצט, זיך אָפֿט פֿאַרענטפֿערט, אַז זיי טוען עס בלויז צוליב דער אַרבעט, און סײַ־ווי־סײַ, האָבן זיי באַקומען אַ היתּר אויף דעם.
הײַנט געפֿינען זיך אָבער אַ צאָל זײַטן אויף דער אינטערנעץ — סײַ בלאָגס, סײַ דורך "פֿייסבוק" — וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן דורך חסידים אָדער געוועזענע חסידים, וווּ די "היימישע" פֿילן זיך פֿרײַ צו שמועסן וועגן פֿאַרשידענע ענינים, און אָפֿט מאָל, מיט הומאָר. איינע פֿון די זײַטן, וואָס געפֿינט זיך אויף דער סאָציאַלער נעץ "פֿייסבוק", הייסט "חסידיש ייִדיש", און איז ממש אַן אוצר פֿאַר די ליבהאָבער פֿונעם הײַנטיקן גערעדטן ייִדיש.
די גרינדערין פֿון "חסידיש ייִדיש" הייסט פֿרידע, אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס שטאַמט פֿון אַ סאַטמערער משפּחה. ווי זי שרײַבט אין איר אַרײַנפֿיר צו דער זײַט, וויל זי מאַכן אַ רשימה פֿון "די חסידישע ווערטער, וואָס זענען נישט קיין טייל פֿון ייִוו״אָ־ייִדיש". כּדי אויסצומײַדן די גרויסע צאָל ענגלישע ווערטער, וואָס ווערן הײַנט באַניצט אין דער גערעדטער חסידישער שפּראַך, באַגרענעצט זי די רשימה בלויז מיט יענע ווערטער, וואָס חסידים ניצן אויך אין די געדרוקטע טעקסטן, ווײַל אין די ביכער און צײַטונגען געפֿינען זיך אַ סך ווייניקער ענגלישע ווערטער.