- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
קודם־כּל, באַדויערן מיר, וואָס אונדזער רעדאַקציע און די לייענערשאַפֿט מוז מסכּים זײַן מיט לודענס באַשלוס צו פּעניסיאָנירן זיך פֿונעם "פֿאָרווערטס". יצחק לודען איז נישט סתּם אַ זשורנאַליסט, נאָר אַ גאַנצע תּקופֿה פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק — מיט אַן אייגענער מיינונג, פֿליסיקער פּען און אַ פּינקטלעך־טרעפֿיק וואָרט.
די געשעענישן אין ליביע האָבן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן. איצט, ווען דעם דיקטאַטאָר האָט מען סוף-כּל-סוף געהרגעט און זײַן טויטער גוף איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן — ווי אין אַ פֿילם וועגן פֿאַר-מאָדערנע צײַטן — אויף חוזק צו מאַכן (און ווי אַ באַווײַז, אַז ער איז טאַקע טויט), האָט מען דאגות וועגן דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג אין לאַנד. עפּעס גלייבט זיך ניט, אַז דאָרטן איז מען שוין גרייט אָנצוהייבן די תּקופֿה פֿון דעמאָקראַטיע. מיר ווייסן דאָך, אַז דעמאָקראַטיע פֿאָדערט טראַדיציעס און אינסטיטוציעס פֿון ציווילער געזעלשאַפֿט, וואָס זײַנען, לחלוטין, ניטאָ אין אַזאַ מדינה ווי ליביע. בכלל, אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס איז צוגעוווינט געוואָרן צו אויטאָריטאַרישע פֿאָרמען פֿון רעגירן, קען אַן איבערגאַנג צו דעמאָקראַטיע געדויערן זייער לאַנג. גיט נאָר אַ קוק, למשל, ווי דער זעלבער קאַדאַפֿי איז געווען, און בלײַבט, פּאָפּולער בײַ די רוסן, און ווי זיי, די זעלביקע רוסן, האָבן פֿײַנט אַלץ, וואָס עס שמעקט מיט מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. פּראָ-קאַדאַפֿי-שטימונגען דאָמינירן אין דער הויפּטשטראָמיקער (דאָס הייסט, פּראָ-פּוטינישע) מעדיאַ. מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן אין די נײַ־געבוירענע לענדער, טיילן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ס’איז שוין אַוועק איבער 20 יאָר, ווי עס זעט אָבער אויס, איז די קרענק פֿון קסענאָפֿאָביע בכלל און אַנטיסעמיטיזם בפֿרט, נישט אויסצוּוואָרצלען — צו טיף זײַנען אײַנגעוואַקסן געוואָרן די סתּירות אין דער געזעלשאַפֿט צווישן דער אָרטיקער נאַציאָנאַלער פֿעלקערשאַפֿט און די פּראָצעסן פֿון דער געשיכטע, צו וועלכע די געזעלשאַפֿט האָט זיך געמוזט צופּאַסן. די איבער 70־יאָריקע תּקופֿה פֿון די סאָוועטן האָט געשאַפֿן אירע העלדן און אַנטי־העלדן; די נאַצישע אָקופּאַציע — אירע אייגענע העלדן און אַנטי־העלדן; און לסוף, די 20 יאָר פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט האָבן צונויפֿגעשטויסן די פֿאַרבליבענע רעשטלעך, וואָס האַלטן זיך נאָך פֿאַר דעם סאָוועטישן מיטאָס און די נײַ־אויפֿגעקומענע נאַציאָנאַליסטישע שפּראָצלינגען, וואָס אין זייער איצטיקן מיטאָס ציִען זיי זיך מער צו די העלדן פֿון דער נאַצישער תּקופֿה. אַזאַ צונויפֿשטויס אין דער געזעלשאַפֿט איז מעגלעך נאָר ווען די נאָך שוואַכע דעמאָקראַטישע רעגירונג וואַקלט זיך, ווי אין אַ שיפֿל אויף די כוואַליעס פֿון די מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע ווערטן. פֿון איין זײַט, וויל מען זײַן עכט נאַציאָנאַל און מע בייגט איבער דעם שטעקן צו די נאַציאָנאַליסטישע כּוחות; און פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל מען געניסן פֿון די "אייראָפּעיִשע בענעפֿיטן", וואָס מע קאָן זיי באַקומען נאָר דעמאָלט, אויב מע שטעלט נישט די נאַציאָנאַלע אינטערעסן העכער פֿון די אַלגעמיינע מענטשנרעכט. איידער איך האָב זיך אַוועקגעזעצט צו שרײַבן דעם דאָזיקן אַרטיקל, האָב איך אַ google געטאָן אַזעלכע ווערטער ווי "ראַסיזם", "סאָוועטיש" און אַנדערע ענלעכע קאָמבינאַציעס. קליגער האָט מיך דאָס "גוגלען" ניט געמאַכט, קיין אינטערעסאַנטע אַנאַליטישע אַרבעט האָב איך דערווײַל ניט געפֿונען. אפֿשר האָב איך ווייניק, צי ניט ריכטיק געזוכט, ווײַל עפּעס גלייבט זיך מיר ניט, אַז מע האָט ניט געפֿאָרשט ווי עס דאַרף צו זײַן דעם פֿענאָמען פֿון סאָוועטישן ראַסיזם, וועלכער פֿילט זיך זייער שטאַרק ביזן הײַנטיק טאָג. וועגן כּלערליי פֿאַלן פֿון ראַסיזם אין הײַנטיקן רוסלאַנד דערציילן אַלע מינים מעדיאַ. איך האַלט זיך ניט פֿאַר קיין מומחה אין אַזעלכע זאַכן ווי ראַסיזם און אַנדערע מינים קסענאָפֿאָביע, וועלכע זײַנען פֿאַרשפּרייט צווישן די געוועזענע סאָוועטישע תּושבֿים. מיר שײַנט, אָבער, אַז דאָס איז די זעלבע דערפֿאַרונג ווי אין ס’רובֿ אַנדערע געוועזענע טאָטאַליטאַרע רעזשימען, וועלכע האָבן כּלומרשט געלייזט די צווישן-עטנישע צי צווישן-רעליגיעזע פּראָבלעמען. אין דער אמתן, האָט מען זיי פּשוט פֿאַרבאַהאַלטן אונטערן טעפּיך, וואָס האָט זיך גלײַך צעריסן ווען דער רעזשים איז געפֿאַלן. איך וועל ניט גיין נאָך דוגמאָות אין אַפֿריקע צי אַזיע. אייראָפּע גיט אויך גענוג סחורה פֿון אַזאַ סאָרט ענינים. למשל, יוגאָסלאַוויע, וווּ אַלץ האָט, דאַכט זיך, אויסגעזען זייער רויִק און האָט אַפֿילו ניט געשמעקט מיט קיין בירגער־קריג כּל-זמן טיטאָ האָט געהאַלטן די לייצעס אין זײַנע דיקטאַטאָרישע הענט. דאָס וואָס די וואָך איז פֿאָרגעקומען אין מיטעלן מיזרח האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אַלע עקזיסטירנדיקע מעדיאַ־מיטלען איבער דער וועלט. אַוודאי, זעט עס יעדער פֿון זײַן אייגענעם קוקווינקל און שאַצט עס אָפּ אויף זײַן אייגענעם אופֿן. אָבער דער פֿאַקט אַליין, אַז אויף איין געפֿאַנגענעם סאָלדאַט האָט אַ מלוכה אויסגעביטן 1027 אַרעסטאַנטן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען פֿאַרביסענע מערדער, האָט געמאַכט אַ רושם אויף אַלע. אַ פֿאַקט פֿון אַ תּנ״כישן פֿאַרנעם. מיר האָבן זיך געוואָנדן צו פֿאַרשידענע ייִדישע פּערזענלעכקייטן מיט אַ ביטע זיך אַרויסצוזאָגן, וואָס מיינען זיי וועגן דעם "שליט־אויסטויש". דער נצחון איז געווען אַלעמענס, פֿון אַלע צדדים. נאָר דער חשבון איז נישט געווען קיין גלײַכער. נאָך פֿינף און אַ פֿערטל יאָר פֿון דער שאַנטאַזש־געפֿאַנגעניש פֿון גלעד שליט און פֿון די דינגענישן איז די מדינה געצוווּנגען געוואָרן צו באַצאָלן דעם העכסטן שאַנטאַזש־פּרײַז אין איר געשיכטע פֿאַרן אויסלייזן דעם פֿאַרכאַפּטן צה"ל־סאָלדאַט: דעם סך־הכּל פֿון 1 פֿאַר 1027. איינעם קעגן 1000 מענער און 27 פֿרויען, אַרעסטירטע און פֿאַרמישפּטע פֿאַר אויספֿירן ברוטאַלן טעראָר, פֿאַר מאַסן־מערדערײַען און אַלערליי שווערע זיכערהייט־פֿאַרברעכנס קעגן ישׂראל און ישׂראלים. אָן ספֿק — אַ הימלשרײַענדיקע עוולה. אַפֿילו די דזשיבריל־טראַנזאַקציע פֿון 1985, וואָס איז געווען אין יענער צײַט נישט ווייניקער הימל־שרײַענדיק, איז אויפֿן מענטשן־מאַרק געווען "ביליקער" ווי די איצטיקע, ווײַל פֿאַר 1050 צוריקגעקערטע טעראָריסטן האָט ישׂראל צוריקגעקראָגן אירע דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן, לויטן חשבון: איינער פֿאַר 350... די סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס צווישן די ייִדן אין די תּפֿוצות. מע הערט כּסדר, ווי מענטשן זענען זיך מודה, אַז זיי האָבן טאָג-טעגלעך נאָכגעפֿאָלגט די נײַעס. דערווײַל איז מען נאָך נישט זיכער, וואָס ס’וועט געשען מיט דער באַוועגונג ווײַטער, און וואָס פֿאַר אַ מין השפּעה וועט זי האָבן אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אויף אָט דער טעמע האָט לעצטנס גערעדט צו אַ גרופּע ישׂראלים אין ניו-יאָרק דער פֿאָרזיצער פֿון "דער אַסאָציאַציע פֿאַר ציווילע רעכט אין ישׂראל", חגי אלעד (לייענט: על-אַד). ער איז געקומען צו גאַסט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו באַקומען דאָ דעם "2011 גרובער צדק פּריז", וואָס איז צוגעטיילט געוואָרן זײַן אָרגאַניזאַציע ACRI. דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF). די טרעפֿונג האָט חגי אלעד אָנגעהויבן פֿון שילדערן די שווערע אַטמאָספֿער אין ישׂראל פֿאַר די פּראָטעסטן, קודם־כּל, וואָס שייך דעם דעמאָקראַטישן סטאַטוס אין לאַנד. אין די לעצטע יאָרן וואָלטן נישט ווייניק אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט געקאָנט צווישן זיך אײַנפֿירן אַ פֿאַרמעסט, ווער פֿון זיי טיילט זיך מער אויס מיט אַנטיסעמיטישער און אַנטי־ישׂראלדיקער רעטאָריק. אַלץ מער ווערט אַזאַ באַציִונג אַ טייל פֿון דעם אַקאַדעמישן לעבן; און ווען געוויסע פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, וועלכע מײַדן אויס זיך צו באַטייליקן אין אַזעלכע מיאוסע מעשׂים, ווערן זיי אַטאַקירט פֿון זייערע קאָלעגעס; און נישט בלויז ווערטלעך, נאָר אויך פֿיזיש. ווי אַזוי זשע קאָן דערקלערט ווערן אַזאַ שעדלעכע דערשײַנונג, בפֿרט צווישן געבילדעטע מענטשן? אַוודאי, פֿאָדערט זיך דאָ אַ באַזונדערע אויספֿאָרשונג; אָבער אויף דער אויבערפֿלאַך זעען זיך עטלעכע דײַטלעכע סיבות: ערשטנס, דער עקסטרעמער לינקיזם, וואָס האָט ממש אויפֿגעברויזט אין מערבֿ־אייראָפּע, און באַזונדערס אין דער אַזוי גערופֿענער אינטעלעקטועלער סבֿיבֿה. צווייטנס, איז שיִער נישט געוואָרן אַ מאָדע צו קריטיקירן אַלע רעליגיעזע קאָנפֿעסיעס, צו מאַכן זיי מיט בלאָטע גלײַך... אין דער זעלבער צײַט, פּרוּווט נאָר זאָגן אַ קרום וואָרט וועגן איסלאַם. און דריטנס, די ריזיקע געלטער פֿון די מוסולמענישע נאַפֿט־לענדער "דעקן" דעם בודזשעט־מאַנגל פֿון אַ סך אוניווערסיטעטן און אַנדערע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז ענטפֿערן אויף אַזאַ ברייטן זשעסט, דאַרף מען מיט קאָנקרעטע מעשׂים. די וואָך ווערט אַ חודש וואָס די גרופּע יונגע־לײַט מיטן נאָמען "אָקופּירט וואָל־סטריט!" איז זיך צונויפֿגעקומען אין "זוקאָטי פּאַרק" אין מאַנהעטן און פֿאַרוואַנדלט דעם שטח אין זייער היים. "אָקופּירט וואָל־סטריט" נעמט אַרײַן פֿאַרשיידענע לינקע אידעאָלאָגיעס, מיט פֿאַרשיידענע טענות, אָבער זייער פֿײַנדשאַפֿט צו וואָל־סטריט פֿאַראייניקט זיי. מיטוואָך, דעם 5טן אָקטאָבער, האָבן טויזנטער מאַרשירער דעמאָנסטרירט פֿאַר דעם שטאָטישן ראָטהויז — "סיטי־האָל" — און געטראָגן פּלאַקאַטן וואָס האָבן אַנטפּלעקט זייערע טענות — "דער עקאָנאָמישער קראַך איז נישט געשען צוליב די אָרעמע לײַט"; "ראָבין הוד איז געווען גערעכט!", "פֿאַרהאַלט די באַנקירער; נישט די אימיגראַנטן" "זאָל וואָל־סטריט באַצאָלן שטײַערן"; "אימיגראַנטן זענען די 99%" (אַן אָנדײַט אויף דער סטאַטיסטיק, וואָס די רײַכסטע 1% פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע קאָנטראָלירט 50% פֿונעם גאַנצן פֿאַרמעגן אין לאַנד). די דעמאָנסטראַציע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך 40,000 מענטשן, איז דורכגעגאַנגען בשלום כּמעט ביזן סוף פֿונעם טאָג. אין אָוונט האָט די פּאָליציי זיך צונויפֿגעשטויסן מיט די דעמאָנסטראַנטן און צעשטערט די טאָגיקע רויִקייט. דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס די דעמאָנסטראַנטן האָבן געקעמפֿט מיט דער פּאָליציי. מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער האָט מען 700 מענטשן אַרעסטירט, ווען זיי זענען אַריבערגעגאַנגען די ברוקלינער בריק, און זיך נישט געהאַלטן אויפֿן שמאָלן וועג פֿאַר די פֿוסגייער. אַ וואָך פֿאַר דעם, האָט מען אויך 80 "אָקופּירער" אַרעסטירט. טאָמער די רייד גייט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע מוזעען, איז שווער צו געפֿינען אַ קלענערן מומחה ווי אַני-הקטן. דאָך פֿאַרשטיי איך, פֿון דעסטוועגן, אַז אַ זאַך איז עס אַ נײַע. דעם ערשטן, באַשיידענעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ ייִדישן מוזיי האָט מען, אַ פּנים, געמאַכט אין ווין, אין יאָר 1896. אין דער רוסישער אימפּעריע, האָט די באַרימטע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע פֿון ש. אַנ־סקי געגעבן אַ רײַכע סחורה פֿאַר אַ מוזיי-אויסשטעלונג, געעפֿנט אין אַפּריל 1914. צווישן די נאָוואַטאָרישע אונטערנעמונגען קען מען דערמאָנען אויך דעם מלוכישן מוזיי פֿון ייִדישער קולטור, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרים. געעפֿנט איז ער געוואָרן אין אָדעס אין יאָר 1927, צום צענטן יאָרצײַט נאָך דעם שרײַבערס פּטירה. אין די מיט-1930ער יאָרן האָט מען זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ פּלאַן אַריבערצופֿירן די דאָזיקע אינסטיטוציע קיין ביראָבידזשאַן. אָבער פֿון דעם אײַנפֿאַל איז גאָרנישט ניט אַרויס און דער מוזיי האָט עקזיסטירט אין אָדעס ביז 1941. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן ס׳רובֿ מאַטעריאַלן פֿון זײַן ביבליאָטעק, אַרכיוו און אויסשטעלונגען. אַ חוץ אָפּהיטן, ווײַזן און לערנען, האָבן מוזעען אויך די פֿונקציע פֿון פֿאַרסך-הכּלען — אַזוי און אַזוי, הייסט עס, איז עס געווען אַ מאָל. און דער סך-הכּל איז, בדרך-כּלל, אַן אידעאָלאָגישער. איך רעד דאָ ניט וועגן ריין-טוריסטישע עקספּאָזיציעס, וואָס קענען זײַן אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן אידעאָלאָגיע (סײַדן מיר פֿאַררעכענען קאָמערץ פֿאַר אידעאָלאָגיע) און שטעלט מיט זיך פֿאָר פּשוט עפּעס אַ מין טאַנדעט פֿון דער מוזיי-קונסט. ימים-נוראָים און אַנדערע טעג אין לוח, וואָס זײַנען וויכטיק פֿאַר אַ ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, שפּילן אין מײַן לעבן נאָר אַ ריין פֿונקציאָנעלע ראָלע. למשל, איך האָב עס אין זינען בײַם פּלאַנירן מײַנע קלאַסן, ווײַל איך האָב דרך-ארץ פֿאַר רעליגיעזע געפֿילן פֿון מײַנע סטודענטן. מיט אַזאַ דרך-ארץ בין איך אויסגעוואַקסן, אין איין דירה מיטן זיידן, וואָס איז געווען פֿרום ביז גאָר, און מיט די עלטערן, וועלכע זײַנען געווען קולטורעלע ייִדן (כאָטש זיי האָבן זיך אַזוי ניט גערופֿן). ייִדישע יום-טובֿים זײַנען געווען אַ טייל פֿון אונדזער לעבן, אָבער מיר האָבן זיי געפּראַוועט וועלטלעך — מיט מצה אויף פּסח, אָבער ברויט האָט מען ניט אויפֿגעהערט צו קויפֿן און עסן. אין די יאָרן, ווען איך בין געווען אַ "רעפֿוזניק" אין מאָסקווע, האָב איך זיך ניט איין מאָל באַטייליקט אין "ריכטיקן" פּראַווען ייִדישע יום-טובֿים. בדרך-כּלל, האָבן עס געטאָן מענטשן, וועלכע זײַנען אַליין געווען אין גאַנצן וועלטלעך, אָבער געהאַלטן, אַז אַזוי האָט געדאַרפֿט זיך אויפֿפֿירן אַ "ריכטיקער" ייִד, וואָס איז שוין געווען מיט איין פֿוס אין ניט-קאָמוניסטישן אויסלאַנד. אייניקע זײַנען בהדרגה געוואָרן באמת פֿרום, צי לכל-הפּחות — פֿרומעוואַטע; בײַ אַנדערע זײַנען די ריטואַלן אַרײַן אין זייער וועלטלעכן לעבן. איך בין פֿאַרבליבן אָן אַ זײַט — ניט אַהין און ניט אַהער. איך געפֿין פֿאַר זיך גענוג ייִדישקייט אין קולטור, געשיכטע. און כ’האָב דרך-ארץ צו אַנדערע מינים ייִדישקייט, אָבער נאָר צו אַזעלכע מינים, און אַזעלכע יחידים, וועלכע פֿאַרלירן ניט די טאָלעראַנץ צו אַנדערשקייט. לעצטנס, האָב איך זיך ווידער דערוווּסט, אַז מע האָט אויך הײַיאָר באַצייכנט דזשאָנס־האָפּקינס אין באַלטימאָר, מערילענד (מײַן אַרבעטפּלאַץ) פֿאַר דעם בעסטן שפּיטאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָס באַטרעפֿט שוין דאָס 21סטע יאָר נאָכאַנאַנד וואָס מע האָט דערלאַנגט דעם שפּיטאָל אַזאַ כּבֿוד, וואָס כאַפּט אַרום רייטינגס אין 16 ספּעציאַליטעטן. אַוודאי, וועל איך שטאָלצירן מיט אַזאַ כּבֿוד, ווײַל דעם שפּיטאָלס גליק איז מײַן גליק אויך. שטעלט זיך אָבער די פֿראַגע — וואָס מיינט דאָס טאַקע? וואָס לאָזט אונדז הערן אַזאַ באַצייכענונג, אַז אַזאַ אַנשטאַלט איז דער "בעסטער שפּיטאָל"? אָנהייבן דאַרף מען פֿונעם זשורנאַל. די צײַטשריפֿט הייסט "יו-עס ניוס", און אין יאָר "איקס" האָט מען דאָרט אָנגעהויבן אויספֿרעגן דאָקטוירים איבערן לאַנד, וועלכע שפּיטעלער זײַנען כּלומרשט די "בעסטע." מע האָט ניט געבעטן בײַ די אויסגעפֿרעגטע, און ניט אָנגעווענדט אין זייער רייטינג, קיין אָביעקטיווע כּללים פֿאַר דער קוואַליטעט פֿון שפּיטעלער. |