- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט דער פֿאַרשטאַרקונג פֿון די דעמאָנסטראַציעס און פּראָטעסטן פֿאַר סאָציאַלן יושר אין ישׂראל, פֿילן זיך די ישׂראלים אין חוץ-לאָרץ וואָס מער פֿאַרפֿליכטעט אַרויסצוּווײַזן זייער סאָלידאַריטעט מיט דעם. דאָס וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ פּראָטעסט קעגן די שטײַגנדיקע קאָטעדזש־פּרײַזן און איז אויסגעוואָקסן צו אַ וווינונגס-מרידה (זע: יצחק לודען, 29 יולי און 12 אויגוסט), איז איצט דערגאַנגען צו אַ פֿעסטער פֿאָדערונג אַריבערצופֿירן די מדינה פֿון דער נעאָ-ליבעראַלער דאָקטרין, וואָס פֿאַרהייליקט דעם אַזוי גערופֿענעם פֿרייען מאַרק, צו אַ מער אייראָפּעיִשן דרך פֿון אַ געמישטער ווירטשאַפֿט — אַ מין וווילשטאַנד-מדינה. צו הערן אַזעלכע נײַעס (300 טויזנט ישׂראלים אויף די גאַסן!) פֿון אַ לאַנד, מיט וועלכן מ׳איז שטאַרק פֿאַרבונדן און בלײַבן גלײַכגילטיק, איז אוממעגלעך. דאַרף מען עפּעס טאָן. אָבער וואָס? נו, ווי ס׳רובֿ זאַכן הײַנט צו טאָג, האָבן זיך אַ גרופּע ישׂראלים אין ניו-יאָרק אָרגאַניזירט דורכן "פּנים-בוך" (פֿייסבוק), און באַשלאָסן זיך צונויפֿצוטרעפֿן דעם סוף-וואָך אין "וואַשינגטאָן־סקווער־פּאַרק". מיט אַ פּאָר געצעלטן, שילדן אויף העברעיִש צי אויף ענגליש און מיט ישׂראלדיקע פֿענער זענען זיך דאָרט צונויפֿגעקומען איבער 20 מענטשן. געדאַרפֿט האָבן זיי זיך אַריבערציִען צוויי מאָל, לויט דער פֿאָדערונג פֿון דער פּאָליציי, און נאָך אַ קורצער צײַט באַפֿרײַען דאָס אָרט, אָבער דאָס אַלץ האָט ניט קאַליע געמאַכט די גוטע שטימונג פֿון דער חבֿרה. נאָכדעם, איז מע געבליבן שמועסן עטלעכע שעה אונטער די גרינע ביימער אין פּאַרק. גערעדט האָט מען וועגן סאָציאַלע ענינים; וועגן דעם, וואָס מיינט צו זײַן ישׂראלים אין אַמעריקע בעת אַזאַ מין תּקופֿה; און צווישן אַנדערן זיך צוגעהערט מיט נײַגער צו אַן עדות-זאָגער, גלײַך פֿון דער "געצעלטן-שטאָט" אין ירושלים, וואָס איז געקומען אויף אַ באַזוך קיין ניו-יאָרק. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז דער זומער וועט אַריבערגיין נישט ערגער ווי פֿריִער, חוץ די געוויינטלעכע, אָפֿטע געשעענישן און אומגליקן, וואָס געשעען אין אונדזער לאַנד, צו וועלכע מיר זענען שוין, ליידער, געוווינט. יעדעס מאָל, ווען עס טרעפֿט עפּעס בײַ אונדז, נעמען מיר עס אויף פּערזענלעך, אָדער קאָלעקטיוו מיט צער, ווייטיק און באַדויער. מיר באַמיִען זיך אַראָפּצושלינגען די ביטערע פּיל פֿון אונדזער גורל און גייען ווײַטער אָן מיט אונדזער טאָג־טעגלעכער רוטין, האָפֿנדיק, אַז דער מאָרגן וועט זײַן אַ בעסערער, אַ לויטערער פֿאַר יעדן איינעם פֿון אונדז. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז מיר וועלן אַריבערקומען דעם זומער בשלום און מיר וועלן באַגעגענען דעם אָנקומענדיקן חודש סעפּטעמבער, מיט אַלע זײַנע פֿאָרויסגעזעענע סכּנות און אָנשיקענישן, וואָס לויערן אויף אונדז... ליידער, איז עס געקומען פֿריִער ווי מיר האָבן געטראַכט. דאָס וואָס איז געשען אין דער פֿאַרגאַנגענער סוף־וואָך אין דרום פֿון לאַנד, האָט אונדז אַלעמען איבערראַשט און פֿאַרשאַפֿט צער און ווייטיק. דער פֿאַרלוסט פֿון אַזוי פֿיל לעבנס און פֿאַרוווּנדעטע ציווילע בירגער און זעלנער פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, האָט אונדז אַלעמען דערשיטערט. ניט געקוקט אויף די אַלע באַוואָרענישן און זיכערהייט־מיטלען, מיט וועלכע די מיליטער־כּוחות און רעגירונגס־מענטשן האָבן אונדז באַזאָרגט, האָבן מיר געליטן אין די דאָזיקע טעג אַ גרויסע צאָל קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע פֿון די "קאַסאַם"־ און "גראַד"־ראַקעטן, פֿון די קוילן, פֿון דער לײַכטער און שווערער אַרטילעריע פֿון די "כאַמאַס" און "אַל־קײַדאַ"־טעראָריסטן. דער סך־הכּל פֿון די געשעענישן פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, איז אַ דערשיטערנדיקער און טרויעריקער. ביז איצט האָבן די טעראָריסטן אַרויסגעשיקט פֿון עזה אַרום 100 טויטלעכע ראַקעטן אויף די שטעט און ייִשובֿים, וואָס ליגן אין דרום פֿון לאַנד. בעת דעם "פּוטש" דעם 19טן אויגוסט 1991 בין איך אין מאָסקווע ניט געווען. צו דער צײַט פֿון דער איבערקערעניש, ווען מע האָט געפּרוּווט אַראָפּוואַרפֿן מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוון און זיך אומקערן אויפֿן סקאַרבאָוונעם סאָוועטישן וועג, האָב איך — צוזאַמען מיט מײַן משפּחה — געוויילט אין אַ דאָרף, עטלעכע קילאָמעטער פֿון מײַן היימשטאָט זאַפּאָריזשיע (איך נוץ דאָ דעם אוקראַיִנישן נאָמען פֿון דער שטאָט). מיר זײַנען געקומען אַהין, כּדי פֿאַרברענגען עטלעכע וואָכן בײַם דניעפּר, צוזאַמען מיט מײַן מאַמען און שוועסטער, בפֿרט נאָך, אַז מיר האָבן ניט געוווּסט, צי מיר וועלן זיך זען אין דעם קומענדיקן יאָר. איך האָב זיך דעמאָלט שוין באַפֿרײַט פֿון מײַן אַרבעט אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", און מײַן ווײַב האָט פֿאַרלאָזט איר אַרבעט אין אַ מאָסקווער לערן־שול. אַלץ איז געווען מער אָדער ווייניקער גרייט כּדי אַרויסצופֿאָרן קיין אָקספֿאָרד, וווּהין מיך האָט מען אָנגענומען צו שרײַבן אַ דאָקטאָראַט. זיך אומקערן קיין רוסלאַנד האָבן מיר ניט פּלאַנירט. זינט 1979 זײַנען אין די "געהעריקע אינסטיטוציעס" געלעגן אונדזערע פּאַפּירן אויף צו עמיגרירן פֿון דעם לאַנד, וווּ מיר זײַנען געבוירן געוואָרן, אויסגעוואַקסן, אָבער לאַנגע יאָרן געלעבט מיט אַ האָפֿענונג זיך פֿון דאָרטן אַרויסרײַסן. און פּלוצעם — דער "פּוטש". דאָס האָט געשמעקט מיט זייער ערנסטע נאָכפֿאָלגן פֿאַר אַזעלכע "ניט-סאָוועטישע" לײַט ווי איך. אין בעסטן פֿאַל וואָלט געווען אוממעגלעך צו פֿאָרן קיין ענגלאַנד. דרײַ טעג זײַנען מיר ממש געווען צוגעקאָוועט צו דער טעלעוויזיע און צום ראַדיאָ. אָבער נאָך אָט דעם תּישעה-באָבֿ איז געקומען די אייפֿאָריע פֿון די גסיסה-טעג פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מיר האָבן זיך יאָ אַרויסגעריסן קיין מערבֿ און אין משך פֿון די צוואַנציק יאָר האָב איך קיין איין רגע ניט געבענקט נאָך די אוקראַיִנישע און רוסישע יאָרן מײַנע. זיי זײַנען געוואָרן — ווי די ענגלענדער זאָגן — "וואַסער אונטער דער בריק"; און ס’איז באַוווּסט, אַז צוויי מאָל אין דעם זעלבן וואַסער גייט מען ניט אַרײַן. פֿאַר די אַלע וואָס הייבן נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט די פּאָסנע זופּ, וועל איך עס אײַך פּרובירן מסביר צו זײַן. נעמט זיך אין זינען אַזאַ בילד: די מאַמע שטעלט צו אַ זופּקעלע. זי גיט אַ קוק — ס׳פֿעלט איר אויס פֿלייש, ס׳פֿעלן איר אויס הינער־פֿיסעלעך, און ס׳רעשט קלאַפּער־געצײַג אויף צו קאָכן אַ זופּקעלע. ברעכט זי זיך דעם קאָפּ, ביז עס פֿאַלט איר אײַן, מ׳וועט שוין מוזן מאַכן אַ פּאָסנע זופּ. אַמאָל האָבן ייִדן נישט געקענט זיך פֿאַרגינען קיין קעלבערנע ביינער, מאַרך־ביינער, אָדער הינערשע פּיפּקעלעך, האָט מען אָבער פֿאָרט געלעכצט נאָך אַ זופּקעלע, האָט מען געמאַכט אַ ציבעלע־רײַשטל מיט אַ מערעלע, אַ קאַרטאָפֿעלע און אַ לעפֿעלע, פּוטער, אויב מ׳האָט אַזוינס פֿאַרמאָגט. הייסט עס, פֿאַרשטייט איר שוין וואָס פֿאַר אַ טעם די זופּ האָט געהאַט. פֿאַר אָרעמע־לײַט, טעם־גן־עדן, זייערע קינדער האָבן זיך סײַ ווי באַלעקט. האָט מען גערופֿן אַזאַ זופּקעלע אַ פּאָסנע זופּ. ווען איז דאָס גערעדט געוואָרן? ווען ייִדן זײַנען געווען גאָלע און נישט געהאַט קיין גראָשן בײַ דער נשמה. הײַנט, אַז מיר האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט אין דעם רײַכן אַמעריקע, און לײַדן שוין נישט מער פֿון קיין דחקות און נויט; לײַדט מען אָבער יאָ פֿון אַ פּאָסנער ייִדישקייט, אויב מ׳ווענדט אָן דעם געדאַנק פֿון דער פּאָסנער זופּ צום הײַנטיקן דור יונגוואַרג וואָס באָדט זיך אין שוווילטאָג. זייערע עלטערן פּרעגלען זיך אויף דער זון אין די באַהאַמאַס, זייערע באָבעס און זיידעס שפּילן גאָלף, מאַזשאַנג און טעניס. זיי זײַנען אײַנגייער, אין די קאַסינאָס אין אַטלאַנטיק־סיטי און לאַס־וועגאַס, און אין די "ספּאַס." אַוווּ אַן אוטשעכעלע, האָט מען זיך אַזויערנאָך דאָראָבעט צו דורות פֿון פּאָסנע ייִדעלעך. די טעמע פֿונעם לייט־אַרטיקל די וואָך וועט ווידער זײַן "רוסיש" — אָבער שוין נישט ווי אַ שפּראַך פֿון ייִדן אין גלות, נאָר ווי אַ פֿאַרשפּרייטע שפּראַך אין ישׂראל. הײַנט, שפּעטער מיט צענדליקער יאָרן נאָך די "שפּראַך־מלחמות" בײַם אָנהייב אין פּאַלעסטינע, דערנאָך אין דער יונגער ייִדישער מדינה, איז די טעמע ווידער אַקטועל, אָבער שוין אַרום "רוסיש". דעם תּירוץ צו רעדן וועגן דעם האָבן מיר געפֿינען אין דעם עלעקטראָנישן בולעטין Public Diplomacy Network (נעץ פֿון עפֿנטלעכער דיפּלאָמאַטיע). דהײַנו: אין דעם מעדיצינישן קאָלעדזש בײַ דעם ברזילי־שפּיטאָל אין אַשקלון האָט אויסגעבראָכן אַ גאַנצער סקאַנדאַל. וואָס איז? אַן אומצופֿרידנקייט בײַ די קומענדיקע קראַנקן־שוועסטער און קראַנקן־ברידער האָט אַרויסגערופֿן די אינסטרוקציע פֿונעם לערן־אַנשטאַלט, וואָס פֿאַרווערט די סטודענטן צו רעדן אין קאָלעדזש און אין די ווענט פֿונעם שפּיטאָל אויף וואָסער ניט איז אַנדער שפּראַך — רק עבֿריתּ! דער דאָזיקער באַפֿעל איז אַרויס נאָך די אָנקלאָגן מצד די פּאַציענטן, וואָס טענהן, אַז דער מעדיצינישער פּערסאָנאַל רעדט צווישן זיך אויף אומפֿאַרשטענדלעכע שפּראַכן, אײַנגעשלאָסן רוסיש און אַראַביש. די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנערס, בפֿרט פֿונעם עלטערן דור, וועט אַזאַ פֿאַרבאָט נישט פֿאַרחידושן; די אומטאָלעראַנטע באַציִונג צו אַנדערע שפּראַכן און קולטורן אינעם לאַנד גופֿא מצד די ישׂראלדיקע פֿונקציאָנערן און די פּאַסיווע, גלײַכגילטיקע רעאַקציע אויף אַזאַ אומטאָלעראַנץ און עם־האָרצות פֿון דער ישׂראל־אינטעליגענץ האָט אַ לאַנגע טראַדיציע. צו זײַן אַ ייִד איז אַ שווער שטיקל פּרשה. מיר זײַנען פֿאַרזאָרגט מיט דער הייליקער תּורה, גמרא, כּלערליי הלכות וואָס דיקטירן אונדז ווי זיך צו פֿירן פֿון פֿרי ביז שפּעט; וואָס נישט צונויפֿמישן בעת דער אַכילה, מילכיקס און פֿליישיקס באַזונדער; קושן די מזוזה, מאַכן הקפֿות און גיין צו תּשליך, פֿירן די ייִנגעלעך אין חדר און דאַווענען דרײַ מאָל אַ טאָג, אויפֿשטיין צו חצות און באַוויינען דעם חורבן בית־המיקדש; נטילת־ידים, גיין אָנגעטאָן צניעותדיק און טראָגן באָרד און פּאות, מיט אַ קאַפּעלע און אַ שטרײַמל; עסן לאַטקעס און פּאָנטשקעס — חנוכּה, המן־טאַשן — פּורים, מצה — פּסח, און לייענען די הגדה; מילכיקס — שבֿועות, געפֿילטע פֿיש בײַם שבת־טיש, אַ קאַרפּנקאָפּ פֿאַרן טאַטן; קוויטלעך מיט פּדיון פֿאַרן רבין, זאָגן קדיש בײַ יזכּור, חופּה־וקידושין כּדת־משה־וישׂראל, ברית־מילה, צוגרייטן דעם בנוק צו בר־מיצווה, גיין אין מיקווה, צינדן שבת־ליכט, זינגען זמירות בײַם שבת־טיש, באַזאָרגן אָרעמע כּלות; געבן צדקה, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן די חבֿרה־קדישא פֿאַר דער קבֿורה... איר ווילט נאָך? אוי, יאָ; שיִער נישט פֿאַרגעסן — צוגרייטן פֿאַר זיך ווײַסע תּכריכים פֿאַר דער אייביקייט. דאָס הייסט, פֿאַר דער רגע וואָס משיח צדקנו באַווײַזט זיך אויף דער ליכטיקער שײַן. איך בין זיכער, אַז איך לאָז אויס טויזנט און איין נאַכט פֿון די הלכות און טראַדיציעס, מינהגים, דינים און ריטואַלן. איז זײַט מיר מוחל. געווען אַ פֿאַל ווען אַ ייִד האָט זיך גענייט ווײַסע תּכריכים מיט כּשרן פֿאָדעם. געשען איז דאָס אין אַ קליין, פּיטשימאָנטשקעלע שטעטעלע ערגעץ וווּ אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ ייִדן האָבן אָפּגעהיט אַלע מיצוות ווי ס׳געהערט צו זײַן. לאָמיך איבערטרײַבן אַ טשוטקעלע. די פֿאַרצײַטיקע ייִדן זײַנען אַלע געווען צדיקים, נבֿונים און גאָר אַ פֿרומע געהאָרכזאַמע עדה? מסתּמא טרײַב איך איבער. דעם 24סטן אויגוסט וועט מען אין אוקראַיִנע פֿײַערן (צי טרויערן) דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט — מיט 20 יאָר צוריק האָט דער אוקראַיִנישער פּאַרלאַמענט אָנגענומען די דעקלאַראַציע, לויט וועלכער דאָס לאַנד האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דעמאָלט טאַקע איז באַשלאָסן געוואָרן דורכצופֿירן אַ רעפֿערענדום, און דעם 1טן דעצעמבער 1991 האָבן 90 פּראָצענט אוקראַיִנער תּושבֿים געשטימט פֿאַר אומאָפּהענגיקייט, וועלכע איז אין קורצן געוואָרן אַ געאָפּאָליטישע רעאַלקייט. איצטיקע אויספֿרעגן ווײַזן, אַז אַ גרויסער — און אפֿשר אַפֿילו דער גרעסטער — טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג וואָלט, אַ פּנים, געשטימט אַנדערש. די רעגירונג און די פּאַרלאַמענט-דעפּוטאַטן זעט דער עולם ווי אַ טייל פֿון דער מאַפֿיע, וועלכע לעבט אַ טאָג, בעת דער דורכשניטלעכער אַרבעטער מוז זיך געבן אַן עצה מיט אַ פּאָר הונדערט דאָלאַר אַ חודש. איך בין נאָר וואָס געקומען פֿון אוקראַיִנע, וווּ איך האָב צום ערשטן מאָל אין צוואַנציק יאָר באַזוכט מײַן היימשטאָט, זאַפּאָריזשיע, און דערנאָך פֿאַרבראַכט אַ וואָך אין קרים. פֿון זאַפּאָריזשיע ביז קרים איז ניט ווײַט — אין גאַנצן זעקס שעה צו פֿאָרן מיט אַ באַן קיין סימפֿעראָפּאָל, וואָס איז די הויפּטשטאָט פֿון דער קרימער אויטאָנאָמער רעפּובליק — די איינציקע אַזאַ אויטאָנאָמיע אין אוקראַיִנע. אין קרים האָב איך געהאַט אַן אויטאָ און בין אַ סך אַרומגעפֿאָרן, בפֿרט נאָך, אַז קיין גרויסער ליבהאָבער פֿון זיצן לאַנג בײַם ים בין איך ניט. צווישן די וויכטיקסטע פֿראַגעס, וואָס די ייִדן שטעלן זיך הײַנט אין די נײַע אומאָפּהענגיקע לענדער פֿונעם געקראַכטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז די פֿראַגע, ווי אַזוי צו פֿאַרהיטן בײַ זייערע קינדער און אייניקלעך זייער ייִדישע אידענטיטעט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די הײַנטיקע דעמאָקראַטישע רעגירונגען און געזעצן, דערמעגלעכן זיי זיך פֿרײַ אויסצולעבן סײַ וואָס שייך רעליגיע און סײַ וואָס שייך דער ייִדישער דערציִונג און קולטור. אַ ממשותדיקע הילף אין דעם באַקומען די נײַע קהילות פֿון די באַקאַנטע ייִדישע אָרגאַניזאַציע, אַזעלכע ווי "דזשוינט", סוכנות, ווי אויך פֿרומע באַוועגונגען, קודם־כּל — חב"ד. די פּראָבלעמען קומען אָבער אַרויס אין דער ייִדישער סבֿיבֿה גופֿא. דהײַנו: וואָס דאַרף זײַן די הויפּט־שפּראַך אין די ייִדישע שולן — די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם לאַנד, אָדער רוסיש — די שפּראַך, וואָס האָט געהערשט אין משך פֿון צענדליקער יאָרן אין אַלע געוועזענע רעפּובליקן, און וואָס דער עלטערער דור איז מיט איר געוואַקסן? באַזונדערס שאַרף איז די פּראָבלעם אויפֿגעקומען אין די נײַע בײַבאַלטישע לענדער: לעטלאַנד, ליטע און עסטלאַנד. למשל, אין דער ייִדישער מיטלשול אין טאַלין, עסטלאַנד, האָבן די עלטערן אָנגעהויבן אָפּנעמען די קינדער פֿון דער שול נישט ווײַל זיי ווילן נישט, אַז די קינדער זאָלן לערנען ייִדישע געשיכטע, טראַדיציע, עבֿרית; און נישט ווײַל דער שׂכר־לימוד איז צו הויך — די מלוכה סובסידירט אַלע נאַציאָנאַלע שולן; נאָר ווײַל די עלטערן ווילן נישט, אַז די הויפּט־שפּראַך אין דער ייִדישער שול זאָל זײַן... רוסיש! "פּלוצעם שטייט אויף דער מענטש אין דער פֿרי און דערזעט, אַז ער איז געוואָרן אַ פֿאָלק, און ער הייבט אָן צו גיין". אַזוי, בערך, זינגט זיך אין איינעם פֿון די לידער פֿון איינעם פֿון די הײַנטצײַטיקע העברעיִשע דיכטער. די ווערטער אין דעם ליד שפּיגלען אָפּ דעם גײַסט פֿון דער פּראָטעסט־באַוועגונג, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען דורכן אינטערנעט מיט זעקס וואָכן צוריק קעגן דער פֿאַרטײַערונג פֿון דעם קליינטשיקן "קאָטעדזש"־פּראָדוקט, און איז מיטן לויף פֿון די טעג אויסגעוואַקסן צו דער ריזיקער דעמאָנסטראַציע קעגן דעם יקרות און סאָציאַלן אומרעכט — און פֿון איר, ווי אַ מעכטיקע סטיכיע, צו דער נאָך גרעסערער מאַניפֿעסטאַציע, צו דער מרידה פֿונעם פֿאָלק, אונטערן לאָזונג: "העם דורש צדק חבֿרתי" — דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט! און — הערט אַ מעשׂה: עס איז נאָך נישט געווען אין לאַנד קיין סאָציאַלע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע דערשײַנונג, וואָס זאָל געניסן פֿון אַזאַ כּמעט טאָטאַלער סימפּאַטיע — פֿון אַלע זײַטן און שיכטן, פֿון יונג און אַלט — ווי דער פּראָטעסט־רעוואָלט אויף דער ראָטשילד־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס איז אויך איינער פֿון די גרויסע פּאַראַדאָקסן פֿון אונדזערע טעג: דער זיווג פֿון די צוויי קאָנטראַסטן: ראָטשילד — דער היסטאָרישער סימבאָל פֿון דעם וועלט־באַרימטן טײַקון, דעם באַנק־מאַגנאַט, דעם גרויסן ייִדישן גבֿיר און נדבֿן, און דאָס אויף דער גאַס וואָס טראָגט זײַן נאָמען — און דער רעוואָלט פֿון דער סאָציאַלער נויט קעגן דער מאַכט פֿון די גבֿירים. און דאָך איז עס אַ פֿרידלעכע מרידה — אָן באַריקאַדן און אָן גוואַלד, אָבער מיט דער שטאַרקער מאָטיוואַציע פֿון די ברייטע פֿאָלקס־מאַסן — אַרויסצוטרעטן קעגן דעם שרײַענדיקן אומרעכט אינעם סדר פֿון דער הערשנדיקער רעגירונג־סיסטעם, קעגן דער נישט יושרדיקער פֿאַרטיילונג פֿון די נאַציאָנאַלע רעסורסן פֿון דער מדינה. דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק פֿון דער וואָך האָבן ייִדן פֿון ישׂראל און פֿון אומעטום אין די תּפֿוצות, אָפּגעמערקט תּישעה־באָבֿ — דעם נאַציאָנאַלן טרויער־טאָג נאָך דעם חורבן פֿון ירושלים, פֿון חורבנות פֿון דעם ערשטן און צווייטן בית־המיקדש. ניטאָ נאָך אַ שטאָט און פּלאַץ אין ישׂראל און אין דער גאָרער וועלט, וווּ איינער קען פֿילן דעם פֿאַרנעם פֿון דעם אַלעם, וואָס דער דאָזיקער טאָג שטעלט מיט זיך פֿאָר. צו זײַן אין ירושלים תּישעה־באָבֿ, צו גיין אין די שמאָלע געסלעך פֿון דער אַלטשטאָט, צו זײַן נאָענט צום כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון דעם חרובֿן בית־המיקדש, אָנצוטאַפּן זײַנע שטיינער, צו טרעטן אויף די אַרומיקע רויִנען, צו זיצן פֿאַר אים תּישעה־באָבֿ, צוזאַמען מיט די טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון דער זעלבשטענדיקער ייִדישער מדינה און פֿון דער גאָרער ייִדישער וועלט, און מיטוויינען מיט זיי בעת "איכה" און "קינות"־זאָגן, — איז אַ טיפֿע איבערלעבונג, וואָס נעמט דיך אַרום און איז אַ זעלטענער זכות פֿאַר יעדן ייִד — פֿרום און ניט־פֿרום, אָרטאָדאָקס, רעפֿאָרם, קאָנסערוואַטיוו, אָדער גלאַט אַ ייִד אַן אַגנאָסטיקער, אַן אומגלייביקער... זינט איך בין געוואָרן אַ ירושלימער תּושבֿ מיט העכער 30 יאָר צוריק, באַמי איך זיך צו גיין צום כּותל־המערבֿי ערבֿ־תּישעה־באָבֿ, אָדער אויף צו מאָרגנס במשך דעם גאַנצן טאָג. איך אָטעם אַרײַן די דאָרטיקע לופֿט, איך זעטיק זיך אָן מיט מײַנע אָפֿענע אויגן מיט די בילדער און סצענעס וואָס קומען דאָרטן פֿאָר, איך טראָג זיך אַריבער מיט מײַנע געדאַנקען צו יענע יאָרן, צו די פּאַסירונגען וואָס זענען דאָרטן געשען מיט טויזנטער יאָרן צוריק... יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס דער סאָוועטישער רעזשים האָט אין פֿעברואַר 1942 געשאַפֿן, און מיט 10 יאָר שפּעטער, דעם 12 אויגוסט 1952 אים געשלאָסן און די פֿירערשאַפֿט אומגעבראַכט. די טרויעריקע טראַדיציע ווערט יאָר־אײַן, יאָר־אויס אויפֿגעהאַלטן פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, וואָס פֿירט דורך צו דער דאַטע אַ ספּעציעלע אונטערנעמונג, וווּ עס קלינגען די ווערק פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער און געזאַנג, געשאַפֿן אויף די לידער פֿון די סאָוועטישע פּאָעטן... לאַנגע יאָרן זײַנען פֿאַרמאַכט געווען די דאָקומענטן, פֿון וועלכע מ׳האָט זיך געקאָנט דערוויסן, וווּ זשע ליגט דאָס געביין פֿון די צעשאָסענע ייִדישע טוער; און ערשט מיט זיבן יאָר צוריק, דעם 12טן סעפּטעמבער 2004, איז אין מאָסקווע אויפֿן דאָנסקוי־צווינטער, וווּ, לויט די ידיעות פֿון דער "קאַגעבע", זײַנען באַגראָבן געוואָרן די קרבנות פֿון דעם אַנטיסעמיטישן פֿאַרברעכן, איז דערעפֿנט געוואָרן אַ דענקמאָל. בסך־הכּל, זײַנען רעפּרעסירט געוואָרן 110 מענטשן, באַשולדיקט אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, בורזשואַזן ציוניזם, פֿאַרראַט און אַנדערע זינד, וואָס די שמאָלקעפּיקע אָפֿיצירן פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן געקאָנט צוטראַכטן. דרײַ יאָר, פֿון 1949 ביז 1952 האָט זיך געצויגן די אויספֿאָרשונג — אַן אַכזריותדיק־צינישע פּראָצעדור, ווײַל דער טויט־אורטייל און לאַנגע טורמע־טערמינען פֿאַר יעדן פֿון די באַשולדיקטע איז אַרויסגעטראָגן געוואָרן נאָך איידער מ'האָט זיי אַרעסטירט. דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט, ווי נאָר די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט אָנגעהויבן שטעכן די אויגן די פֿירער אין קרעמל. אייגנטלעך, איז עס געשען נאָך פֿריִער, ווען דער קאָמיטעט האָט זיך גענומען אַרײַנמישן אין זאַכן, וואָס זײַנען שוין נישט געווען פֿאַרבונדן מיט די פֿאַשיסטן, נאָר מיט די אייגענע אַנטיסעמיטן און זייערע מעשׂים. כאַפּנדיק די לופֿט אין קאָלומביע, בעת אין דרויסן האָט געבושעוועט דער ווינטער, דערזע איך פּלוצעם אַ חבֿרה־מאַנטע אָנגעטאָן אַזוי: אַ וואָלענעם טשיפּעק אויפֿן קאָפּ, אַ שווערן ווינטער־מאַנטל מיט אַ באַשלאָק (hood), אַ פּאָר שטיוול אויסגעבעט מיט פֿעל און פֿון אונטן אַ דורכזיכטיק זשאָרזשעטן (satin)־קליידל. מיט אַ מאָל איז פֿאַר מיר אויפֿגעשוווּמען די מעשׂה מיטן זשאָרזשעטן־קליידל. פֿאַרלאָפֿן האָט זיך די געשיכטע אין רוסלאַנד, אין דער שטאָט סאַראַטאָוו, וווּ מיר האָבן געוווינט אין צײַט פֿון דער מלחמה. עס האָבן זיך גענומען באַווײַזן בײַ אונדז אין שטאָט ביעזשענצעס (refugees), אַנטלאָפֿענע פֿון פּוילן, אַנטלאָפֿענע פֿון היטלערן, געשפּירט דעם טויט אונטער זייערע טריט און געציטערט פֿאַרן לעבן. מײַן טאַטע האָט דעמאָלט געאַרבעט אין אַ "זאַוואָד־סנאַבזשעניע" (באַזאָרגונג). אַ פֿאַבריק וואָס האָט באַזאָרגט מיליטער אויפֿן פֿראָנט מיט שינעלן און שטיוול, צווישן אַ באַרג אַנדערע זאַכן. איך בין דעמאָלט געווען אַ קינד, אָבער דער טאַטע האָט נישט אויפֿגעהערט רעדן דערפֿון. האָט זיך אַמאָל געטראָפֿן אַז בײַם אַהיימגיין פֿון דער אַרבעט איין אָוונט, האָט ער באַמערקט אַ יונגן־מאַן וואָס איז געלעגן לעבן דעם פּלויט פֿון דער פֿאַבריק און זיך באַגאָסן מיט ביטערע טרערן. דער טאַטע האָט זיך אָפּגעשטעלט און גענומען צו אים רעדן אויף רוסיש. אָבער יענער האָט נישט פֿאַרשטאַנען קיין וואָרט. ער האָט גערעדט ייִדיש. דערהערט אַזאַ מעשׂה האָט מײַן טאַטע אָנגעהויבן אויספֿרעגן אים אין וואָס דאָ גייט און ווי קומט אַ ייִדישער יונגער־מאַן צו אַזאַ מצבֿ. יענער האָט צווישן די טרערן אים דערציילט, אַז ער הייסט נפֿתּלי ראָטנבערג און אַז ער קומט פֿון לאָדזש. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אים האָט זײַן עלטערע שוועסטער אײַנגעפּאַקט אַ וואַליזקע אין דער היים און אים אַריבערגעפֿירט די גרענעץ קיין רוסלאַנד. זי האָט אים אָנגעזאָגט, אַז זי לויפֿט צוריק קיין לאָדזש אַריבערפֿירן איר ייִנגערע שוועסטער צעליען, און באַלד וועלן זיך אַלע טרעפֿן בשלום. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז די שוועסטער האָט שוין נישט באַוויזן צוריקצוקומען און ער איז געבליבן מיט דער וואַליזקע, און די וואַליזקע האָט מען בײַ אים צוגעגנבֿעט. איז ער דאָ אין גאַנצן פֿאַרלוירן, ווייסט נישט וווּ זיך צו קערן. |