‫פֿון רעדאַקציע

די טראַגעדיע, וואָס איז געשען דעם 22סטן יולי, אין אָסלאָ, איז באַלד פֿאַרשפּרייט געוואָרן אונטערן נאָמען "בלוטיקער פֿרײַטיק". אַזאַ מין נײַעס צעפֿליט זיך הײַנט אַזוי גיך, אַז ביז מע גיט אַ פּינטל מיט אַן אויג, איז זי שוין אַרומגעוואַקסן מיט טויזנטער קאָמענטאַרן.

אַזוי איז געשען אויך נאָכן שרעקלעכן אויפֿרײַס לעבן דעם בנין פֿון דער נאָרוועגישער רעגירונג. קיין שום אָנווײַזן, ווער עס שטייט הינטער דעם טעראָריסטישן אַטאַק איז נאָך נישט געווען, אָבער אין די בלאָגן, אין די קורצע טעלעוויזיע־ידיעות איז דער אַטאַק שוין אָנגערופֿן געוואָרן "נאָרוועגישער 11טער סעפּטעמבער".

געמיינט האָט עס נישט אַזוי די צאָל קרבנות (וואָס זײַנען נאָך צו יענער צײַט נישט באַוווּסט געווען), נאָר דעם פֿאַרנעם און חשד, אַז די טעראָריסטן דאַרף מען זוכן צווישן די איסלאַמישע פֿאַנאַטיקער. צו דערקלערן, פֿאַר וואָס דווקא זיי, האָט מען נישט באַדאַרפֿט: ס'איז דען נישט קלאָר — זיי האָבן דאָך פֿאַרפֿלייצט גאַנץ אייראָפּע און שטרעבן אײַנשטעלן דאָרט זייער אָרדענונג.

אָט אַזאַ מאָמענטאַלע רעאַקציע אויף טעראָריסטישע אַטאַקן איז אין די לעצטע 10 יאָר געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזער באַוווּסטזײַן, און זי געפֿינט באַלד אַן ענטפֿער — זייערס שטיקל אַרבעט! אין דער זעלבער צײַט, רופֿט אַ מאַסן־מאָרד אַרויס אַן ענטפֿער־רעאַקציע. אַזוי, למשל, האָט דער דאָקטער ברוך גאָלדשטיין, ווי אַ רעאַקציע אויפֿן מאָרד פֿון זײַן חבֿר, אַ פֿאָטער פֿון 15 קינדער, וואָס די פּאַלעסטינער טעראָריסטן האָבן אים דערהרגעט, געענטפֿערט מיט זײַן אייגענעם טייטלעכן אַטאַק: צעשאָסן 29 און פֿאַרוווּנדעט איבער הונדערט מוסולמענישע מתפּללים אין חבֿרון, אין מערת־המכפּלה.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דעמאָנסטראַנטן האַלטן טראַנספּאַראַנטן מיט די ווערטער: "מע אַרבעט, אַרבעט, אַרבעט, און מע בלײַבט ווײַטער אָרעם"

אויב עס האָט ווער געמיינט, אַז דער סאָציאַלער צונאַמי, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט דעם מיטעלן אָריענט וועט אויסמײַדן מדינת־ישׂראל — האָט ער געהאַט אַ גרויסן טעות. דעם אמתדיקן המשך האָט קיינער נישט פֿאָרויסגעזען. אַפֿילו נישט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם המשך.

והראיה — ער איז געקומען, נישט געקוקט אויף דער אָנגענומענער מיינונג אין דער מערבֿדיקער וועלט און אין דער ייִדישער וועלט בפֿרט, אַז מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך מחוץ דעם סאָציאַלן פֿאַרמעסט קעגן די קאָרומפּירטע און אָפּגעשטאַנענע טאָטאַליטאַרע רעזשימען אין דעם ווינקל פֿון דער וועלט. נישט געקוקט אָבער אויף דער טיף אײַנגעוואָרצלטער זעלבסט־איבערצײַגונג, אַז "ישׂראל איז די איינציקע דעמאָקראַטישע מדינה אין נאָענטן אָריענט", און דעריבער איז נישטאָ קיין סיבה זי זאָל ווערן מיטגעריסן מיטן סאָציאַלן צונאַמי; און אויך נישט געקוקט אויף דער אומגעוויינטלעכער היץ, וואָס הערשט די טעג נישט נאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס און אין וואַשינגטאָן, נאָר אויך אין תּל־אָבֿיבֿ און אין ירושלים — נישט געקוקט אויף דעם אַלעמען, זענען דעמאָנסטראַטיוו אַרויס צענדליקער טויזנטער יוגנטלעכע אין די גאַסן — נישט נאָר פֿון די הײַזער און פֿון די "פּאַבן", נאָר אַפֿילו אויך פֿון די געצעלטן, וואָס זיי האָבן אויפֿגעשטעלט אויף דעם ראָטשילד־בולוואַר אין צענטער פֿון דעם לעבנס־בינשטאָק פֿון תּל־אָבֿיבֿ; ווי אויך אין ירושלים, באר־שבֿע, חולון און אַפֿילו אין די פּעריפֿעריע־שטעטלעך: ווי קרית־מלאכי און קרית־גת ביז קרית־שמונה אין צפֿון, און ביז אילת אין דרום. דער "קאָטעדזש" איז אַראָפּ פֿון די עטיקעטן אויף די בעכערס פֿון מילכוואַרג און האָט זיך באַזעצט אין די פּראָטעסט־געצעלטן קעגן דער וווינונגס־נויט פֿון דער באַפֿעלקערונג; דער עיקר, פֿון דער יוגנט.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קרית־יואל

וואָלט מען זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דאָס אָרעמסטע שטעטל אין אַמעריקע לײַדט פֿון הונגער, דחקות און נויט; קען מען זיך פֿאָרשטעלן ווי קינדער וואָס לויפֿן אַרום נאַקעט און באָרוועס, פֿון בעטלען, פֿון שנאָרען, פֿון געהאַקטע וווּנדן. וואָלט מען דאָך געקענט מיינען, אַז דאָס שטעטעלע געפֿינט זיך ערגעץ אין די ווײַטע אַפּאַליישיען־בערג, ערגעץ אין העק וועלט, אָדער אין טעקסאַס, אין אַ שטעטל וואָס גרענעצט זיך מיט מעקסיקע, און אפֿשר אויף אַן אינדיאַנער רעזערוואַציע, פֿול מיט יתומים און קראַנקע און היימלאָזע מענטשן וואָס זוכן צו דערנערן זיך פֿון די מיסט־קעסטלעך.

אָבער דאָ רעדט זיך גאָר פֿון אַ ייִדיש שטעטל, וווּ יעדעס הויז איז ווערט אַ מאַיאָנטעק, וווּ מען פֿירט טײַערע געשעפֿטן און אויטאָס, וווּ מען קינדלט אויף וואָס די וועלט שטייט, און די קינדער זעען אויס גוט געפֿלעגט, גוט אָנגעטאָן און גוט אויסגעהיט פֿון אַ פֿרעמד אויג. אַ שטעטעלע וואָס רעדט לויטער ייִדיש; אַגבֿ, אַ צעבראָכענעם ייִדיש; וווּ אַ שיל צום דאַווענען נעמט אַרײַן צען טויזנט מתפּללים, וווּ די געשעפֿטן זײַנען געפּאַקט מיט אַל־דאָס־גוטס, און יעדער אַדורכגייער רעדט אויף אַ צעלולאַרן טעלעפֿאָנדעלע. מ׳מאַכט געשעפֿטן אויף וואָס די וועלט שטייט. מ׳האַנדלט, מ׳וואַנדלט און מ׳שטעקט אַרויס אַ פֿײַג ווען עס קומט צו די געלטער וואָס מ׳באַקומט פֿון דער פֿעדעראַלער און שטאַטישער רעגירונג פֿאַר זייער דחקות.

דאָס שטעטעלע הייסט קרית־יואל, אויפֿן נאָמען פֿון זייער גאָטזעליקן, פֿאַרשטאָרבענעם רבין יואל טענענבוים ז״ל, וואָס ס׳האָט זיך ערשט גערודערט מיט אַ געוויסער צײַט צוריק מיט זײַנע זינדעלעך וואָס האָבן זיך געהאַקט איבער דעם טאַטנס ירושה; אויף אַזוי פֿיל, אַז מען איז נישט געגאַנגען אין בית־דין־שטוב, נאָר אָנגעקומען צום שטאָטישן געריכט. האָט מען זיך געשפּאָלטן און פֿאַרטיילט זיך מיט די יוצרות. איינער פֿון זיי זיצט אין קרית־יואל און דער צווייטער — אין וויליאַמסבורג; און לאָמיר האָפֿן, אַז דער סיכסוך צווישן די צוויי ברידער איז געקומען צום שלוס.

‫פֿון רעדאַקציע

באַקאַנט איז אין דער וועלט באַשעוויסעס דערציילונג וועגן דעם פּאָפּוגײַ וואָס רעדט ייִדיש. דאָס איז שוין געווען איין מאָל אַ פּאָפּוגײַ — אַן אַנטיקל! אין די לעצטע יאָרן, זינט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געקראַכט און די ייִדן האָבן זיך אַ לאָז געטאָן אין זייער נע־ונד, האָט זיך באַוויזן איבער דער וועלט אַ זעלטענער זאָאָלאָגישער עקספּאָנאַט — אַ רוסיש־רעדנדיקער ייִד. מעגלעך, אַז דאָס נײַע באַשעפֿעניש וואָלט נישט צוגעצויגן אַזאַ אויפֿמערק, אָדער אַרויסגערופֿן נאָר אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אינטערעס בײַ די לינגוויסטן, ווען די טויזנטער און טויזנטער אַזעלכע "רוסיש־רעדנדיקע ייִדן" וואָלטן נישט געשאַפֿן אַ מין באַזונדערע עדה אין די לענדער פֿון זייער אימיגראַציע — ישׂראל, פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, דײַטשלאַנד, אויסטראַליע.

ווי באַקאַנט איז פֿון אַן אַנדער מעשׂהלע, איין ריטל ברעכט זיך גרינג, אָבער אַ בינטל ריטלעך, צונויפֿגעבונדן אין אַ בעזעם, איז שוין גאָר נישט אַזוי פּשוט צו צעברעכן. זעט אויס, אַז דאָס דאָזיקע מעשׂהלע האָט אויך געהערט אין זײַנע קינדער־יאָרן באָריס שפּיגעל, וועלכער האָט פֿון די אָפּגעזונדערטע רוסיש־רעדנדיקע ייִדן־ריטלעך צונויפֿגעבונדן אַ גאַנצן קאָנגרעס־בעזעם, וואָס הייסט טאַקע אַזוי — "אַלוועלטלעכער קאָנגרעס פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן", און ער, באָריס שפּיגעל, איז זײַן פּרעזידענט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז שפּיגעל איז ווײַט נישט קיין קבצן, און פֿון זײַן משפּחה־געשעפֿט, פֿאַרבונדן מיט פֿאַרמאַצעווטיק, קומט אים אַרײַן נישט קיין קליינע מטבע. אָבער לאָמיר נישט ציילן קיין פֿרעמדע רווחים. ניט דאָס זײַנען מיר אויסן, הגם דווקא די מטבע ברענגט צו דער דעה.

געזעלשאַפֿט
אַ גרופּע פּאָליציאַנטן און מעדיאַ־לײַט פֿאַרן בנין וווּ עס וווינט די משפּחה קלעצקי, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין באָראָ־פּאַרק

אַ מאָרד פֿון אַ קינד שאָקירט און רופֿט אַרויס אַ גרויל אין יעדער געזעלשאַפֿט. פֿון דעסטוועגן, איז די הריגה פֿונעם 8־יאָריקן חסידישן ייִנגל, לייבי קלעצקי, אין ברוקלין פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, געווען אַ יחיד־במינו: ערשטנס, וואָס דער מערדער, לוי אַהרן, האָט נאָכן דערשטיקן דאָס קינד געטאָן אַ שוידערלעכע זאַך — צעשניטן דעם קערפּער — און צווייטנס, ווײַל דער 35־יאָריקער אַהרן איז אַליין אַ פֿרומער ייִד, "אַן אייגענער", אַזוי צו זאָגן.

יענעם מאָנטיק נאָכמיטאָג איז קלעצקי אַהיימגעגאַנגען פֿונעם "בויאַנער טאָג־לאַגער" אויף 44סטער גאַס און 12טער עוועניו אין קענסינגטאָן, אַ געגנט האַרט לעבן באָראָ־פּאַרק. דאָס ייִנגל האָט געהאַט זיך געבעטן בײַ טאַטע־מאַמע צו לאָזן אים אַהיימגיין אַליין, און מע האָט געהאַט אָפּגערעדט, אַז זיי וועלן אים טרעפֿן אין מיטן וועג, אויף 50סטער גאַס און 13טער עוועניו.

ווען דאָס קינד איז נישט געקומען צום באַשטימטן אָרט, האָט די משפּחה געקלונגען דעם באָראָ־פּאַרק־צווײַג פֿון "שומרים" — אַ פּאַטראָל־אָרגאַניזאַציע פֿון 150 פֿרומע וואָלונטירן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דעם ראַיאָן, זוכנדיק דאָס קינד. אַז מע האָט נאָך צוויי שעה און אַ האַלב נאָך אַלץ עס נישט געפֿונען, האָט מען אינפֿאָרמירט די פּאָליציי. במשך פֿונעם קומענדיקן מעת־לעת האָבן טויזנטער מענטשן געהאָלפֿן מיטן אויפֿהענגען מעלדונגען און זוכן רמזים, וווּ דאָס קינד קאָן זײַן.

מיטוואָך פֿאַרטאָג האָט די פּאָליציי געפֿונען אַ טייל פֿון קלעצקיס אבֿרים אין אַהרנס פֿריזער. ווען מע האָט געפֿרעגט אים, פֿאַר וואָס האָט ער דערהרגעט דאָס קינד, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט זיך איבערגעשראָקן, ווען ער האָט דערזען ווי מאַסן מענטשן זוכן עס. אויף דער פֿראַגע, וווּ איז דאָס איבעריקע געביין פֿונעם קינד, האָט ער זיי געבראַכט צו אַ מיסטפּלאַץ אין דער שכנותדיקער געגנט, פּאַרק סלאָופּ, וווּ דער מת איז געלעגן אין אַ רויטער וואַליזע.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ניו־יאָרק אין די 1950ער יאָרן

האָב איך אײַך אַמאָל דערציילט וועגן מײַן חבֿרטע פֿייגעלע? מסתּמא ניין, ווײַל ביז אַהער האָב איך נישט געקענט אָנרירן די טעמע. זי איז צו גראַפֿיש. איך האָב זיך באַקענט מיט פֿייגעלען ווען מיר זײַנען נאָך געווען קינדער אין אַ די־פּי־לאַגער אין דײַטשלאַנד. אַלט זײַנען מיר געווען דעמאָלט אַ יאָר נײַן אָדער צען. זי איז געווען אַ חנעוודיק מיידעלע. אַ בלאָנדע, אַ שמייכלענדיקע, אַ שפּילעוודיקע, אַ שעמעוודיקע ביז גאָר, און ליב געהאַט צו שטיפֿן. פּונקט דאָס פֿאַרקערטע פֿון מיר. זומערס פֿלעגן מיר אַרויסנעמען קליינע קאָלדערקעלעך און אַרומלויפֿן מיט זיי איבערן לאַגער; די ייִנגלעך נאָך אונדז, און די פֿרייד מיטן געלעכטער האָט געקענט פֿאַרגלאָשען די אַרבע־פּינות־העולם. מיר פֿלעגן אַרויפֿקלעטערן אויף אַ הויכן בוים און פֿייגעלע פֿלעגט זיך רייצן מיט דער חבֿרה ייִנגלעך. זיי האָבן אַרומגעקרײַזט אַרום דעם בוים, געמאַכט הקפֿות, אַרויפֿגעשריגן, אַז אויב זיי וועלן אונדז זאַטאַשטשען וועלן זיי אונדז אָנברעכן די ביינער, אַזוי אַז מיר וועלן זיי געדענקען אויף אייביק.

ווען דער קוכער האָט הילכיק צוזאַמענגעקלאַפּט צוויי פּאַטעלניעס און אָנגעזאָגט דעם לאַגער אַז ס׳איז מיטאָג צײַט און מ׳קען שוין קומען נאָך ברויט און קאַווע, זײַנען זיי אַנטלאָפֿן און מיר זײַנען נאָך לאַנג געזעסן און הנאה געהאַט פֿון דער אוטשעכע (פֿרייד).

פֿייגעלע איז מיט דער צײַט אָפּגעפֿאָרן קיין אַמעריקע מיט איר מאַמען, צוויי פֿעטערס, אַ מומע און איר מאַן, און מער האָב איך נישט געהערט פֿון איר. קומענדיק קיין אַמעריקע בין איך שוין געווען דרײַצן און פּלוצעם זי באַגעגנט אין גאַס לעבן דעם אָמאָליקן "האַיאַס", אויף לאַפֿאַיעט־גאַס, וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט צו טאָג דער שעקספּיר־פֿעסיוואַל, יוסף פּאַפּס פּאַבליק־טעאַטער. אוי, האָבן מיר זיך דערפֿרייט, זיך אַרומגעכאַפּט, ממש נישט געקענט זיך אָפּרײַסן איינער פֿון אַנדערן ביז זי האָט מיר געזאָגט, אַז זיי וווינען אין "אַלפֿאַבעט־סיטי," אַכטע גאַס און עוועניו "די." פֿאָלג מיך אַ גאַנג, ווײַל מיר האָבן דעמאָלט געוווינט אין דרום־בראָנקס בײַם סאַמע ראָג פֿון טרײַבאָראָ־בריק. הײַנט הייסט די בריק אויפֿן נאָמען פֿון ראָבערט קענעדי.

‫פֿון רעדאַקציע

פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ ידיעה, אַז דינסטיק, דעם 12טן יולי, האָבן עטלעכע כוליגאַנען, פֿאַרשטעלט מיט מאַסקעס, געמאַכט אַ פּרוּוו אונטערצוצינדן די שיל "דרכּי־שלום". אַזאַ פּרוּוו איז שוין איין מאָל געמאַכט געוואָרן מיט אַ יאָר פֿריִער, און אויך דעמאָלט איז ער דורכגעפֿאַלן. דעמאָלט זײַנען פֿאַרהאַלטן געוואָרן עטלעכע קעמפֿער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט". אַגבֿ, די וואָך, דעם 11טן יולי, זײַנען 13 מיטגלידער פֿון דער נעאָ־פֿאַשיסטישער אָרגאַניזאַציע פֿאַרמישפּט געוואָרן צו פֿאַרשידענע תּפֿיסה־טערמינען.

ווער זשע זײַנען זיי, די הײַנטיקע קעמפֿער פֿאַר מאַכן רוסלאַנד פֿרײַ פֿון מינאָריטעטן און אַנדערע פֿעלקער? די דאָזיקע "געזעלשאַפֿט" איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 2004. אירע פֿירער האָבן אָפֿן דערקלערט זייער צוועק צו שאַפֿן אַ רוסישע נאַציאָנאַליסטישע מדינה מיט אַ היטלעריסטישער פֿילאָסאָפֿיע. פֿון דעסטוועגן, איז איר פֿירער מאַקסים באַזילעוו, מיטן צונאָמעניש "אַדאָלף", אַרעסטירט געוואָרן ערשט אין 2008, ווען די "געזעלשאַפֿט" האָט שוין געהאַט אָנגעשטעלט קאָנטאַקטן מיט אירע אויסלענדישע מיטדענקער פֿון ענגלאַנד, קאַנאַדע און פֿראַנקרײַך, און געגרינדעט דאָרט אירע פֿיליעס. אָבער נאָר אין פֿעברואַר 2010 האָט דער אויבערגעריכט פֿון רוסלאַנד אָפֿיציעל פֿאַרווערט די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע, דעפֿינירנדיק איר טעטיקייט, ווי אַ נישט געזעצלעכע.

געזעלשאַפֿט
הרבֿ יצחק שאַפּירא

אינעם פֿאָריקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מרכדי דוניצס אַרטיקל וועגן די אַנומלטיקע קאָנטראָווערסאַלע דעמאָנסטראַציעס פֿון פֿרומע נאַציאָנאַליסטן אין ישׂראל, אונטערן קעפּל "רבנים קעגן די געזעצן פֿון לאַנד". די טרויעריקע און באַדראָענדיקע מעשׂה, וועלכע דוניץ האָט געשילדערט, האָט אַ לאַנגע געשיכטע און איז פֿאַרבונדן מיטן נע־ונד אין דער הײַנטיקער חב״ד־באַוועגונג.

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאַרדעכטיקט הרבֿ דובֿ ליאור, אַ באַקאַנטן ליובאַוויטשער רבֿ און אַ פֿירער פֿון די עקסטרעם־רעכטע ייִשובֿניקעס, אין פּרעדיקן שׂינאה קעגן די נישט־ייִדן און קעגן דער ישׂראלדיקער רעגירונג. ליאור האָט געשטיצט דעם ספֿר "תּורת־המלך", וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז אַ ייִד האָט, כּלומרשט, רעכט צו דערהרגענען אַלע גויים, וועלכע דערוועגן זיך אַרויסצוטרעטן קעגן מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט זייערע קינדער.

דער מחבר פֿונעם דאָזיקן ספֿר, הרבֿ יצחק שאַפּירא, אויך אַ ליובאַוויטשער רבֿ און אויך אַ פֿירער פֿון די ייִשובֿניקעס, דערקלערט גאַנץ קלאָר, אַז אַלע גויים, אַפֿילו די בעסטע צווישן זיי, זענען אונטערמענטשן, וועלכע קאָנען נישט פֿאַרגליכן ווערן מיט די הייליקע ייִדן. דערפֿאַר, הגם מע טאָר נישט אומברענגען אַ גוי סתּם אַזוי, אָן קיין סיבה, דאַרפֿן נישט די ייִדן, לויט שאַפּיראס מיינונונג, צערעמאָניעווען זיך צופֿיל מיט די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע פֿעלקער.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס דערמאָנט זיך מיר אַ פּורים אין ארץ־ישׂראל, ווען מיר האָבן דאָרט געוווינט. ס׳איז פּונקט אויסגעפֿאַלן דער יום־טובֿ פּורים, ווען מײַן בנימעלע איז געגאַנגען אין גן־ילדים, דאָס הייסט, קינדער־גאָרטן. איז די לערערין דעמאָלט געווען אין די פֿערציקער יאָרן, און זי האָט געלערנט לערער די חכמה פֿון פּעדאַגאָגיע. איך האָב געזען, אַז זי מערקט נישט אָפּ דעם יום־טובֿ פּורים אין קלאַס, האָב איך זי געפֿרעגט:

"היתּכן! ווי קומט עס, אַז איר פֿײַערט נישט פּורים אין בנימעלעס קינדער־גאָרטן?"

האָט מיר די לערערין אויפֿגעקלערט, אַז זי גלייבט נישט בכלל דער גאַנצער מגילת־אסתּר, ווײַל דעם יום־טובֿ האָט מען געפּראַוועט אין גלות. צווייטנס, איז אַחשוורוש גלאַט געווען אַ מלך אַ שיכּור, אַ גוי; און אסתּר המלכּה — איינע פֿון זײַנע קעפּסווײַבער אין קעניגלעכן הויף. "מרדכי הצדיק," האָט זי מיר אַרײַנגעשושקעט אין אויער, "איז געווען אַ מיאוסער גלות־ייִד, וועלכער האָט אַרײַנגעשטעקט זײַן לאַנגע נאָז אין פֿרעמדע טעפּלעך. נישט אַנדערש ווי ער האָט געדרייט מיטן גראָבן פֿינגער ווי עס האָט זיך אים געלוינט. המן איז טאַקע געווען אַ רשע. דאַרף מען אים דערפֿאַר נישט דערמאָנען".

און איר צונג האָט זיך געדרייט בײַ איר אין מויל ווי אויף שרויפֿן אַהין און צוריק ווי אַן אומרו (pendulum) אויף אַ וואַנטזייגער. געזען מיט וועמען איך האָב דאָ צו טאָן, האָב איך גענומען ס׳וואָרט:

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ישׂראלדיקע פּאָליציי אַרעסטירט די לינק־געשטימטע אַקטיוויסטן
אויפֿן בן־גוריון פֿליפֿעלד, פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק

נאָך זײַן נײַעם סעריאַלן נצחון, מיט וועלכן דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו איז הײַנטיקע וואָך באַשאָנקען געוואָרן אין זײַן פֿאַרמעסט קעגן די פּרוּוון פֿון די פּראָ־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס אין אייראָפּע אַדורכצוברעכן די בלאָקאַדע קעגן עזה — איז אים געוואָרן פֿאָרגעלייגט, ווי זײַן קומענדיקע אָפּעראַציע, מבֿטל צו מאַכן דעם חודש סעפּטעמבער אינעם קאַלענדאַר — און פּטור אַן עסק. אויס מיט סעפּטעמבער — און אויס מיטן קאָפּ־ווייטיק!

דעם דאָזיקן "קאָנסטרוקטיוון פֿאָרשלאַג" האָט ער באַקומען, פֿאַרשטייט זיך, אין אַ סאַטירישער קאַריקאַטור אין איינער פֿון די היגע צײַטונגען. אויף וויפֿל דער געדאַנק ווערט אויסגעדריקט אין די ראַמען פֿון דעם פּובליציסטישן הומאָר, שפּיגלט ער אָבער אָפּ דעם טרויעריקן אמת פֿון דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט, לויט וועלכער דער חודש סעפּטעמבער וואָלט געטאָן דעם פּרעמיער נתניהו אַ גרויסע מיצווה, ווען ער וואָלט געלאָזט זיך אויסמעקן פֿון דעם קאַלענדאַר. אָבער אַזוי ווי עס קען שוין נישט ווערן אויסגעמעקט פֿון דער געשיכטע דער פֿאַרשאָלטענער 1טער סעפּטעמבער 1939, וועלכער האָט אונדז געבראַכט די היטלער־מלחמה און דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אַזוי קען אויך נישט איגנאָרירט ווערן דער פֿאַקט, אַז אויסער די פּאַסירונגען, וואָס דערוואַרטן דער מדינה אין דעם נאָענטן חודש סעפּטעמבער 2011, וועלכער שטייט שוין אָט-אָט "אַ ליאַדע מינוט" אויף דער שוועל, האָבן מיר הינטער זיך אויך די היסטאָרישע דאַטע פֿון דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, מיט 18 יאָר צוריק, ווען עס איז געוואָרן אונטערגעשריבן אין וואַשינגטאָן דער אָפּמאַך פֿון אָסלאָ.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע בײַם "מנורה־מאָנומענט" אין באַבי־יאַר, קיִעוו

הײַיאָר, דעם 29סטן סעפּטעמבער, וועט ווערן זיבעציק יאָר זינט דעם טאָג, ווען דער קיִעווער באַבי-יאַר האָט אויפֿגעהערט צו זײַן פּשוט אַ געגנט אין דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט. מיט זיבן יאָרצענדליק צוריק איז עס אַרײַן אין דער געשיכטע ווי אַן אָרט פֿון איינער פֿון די שרעקלעכסטע שחיטות אין דער חורבן-געשיכטע. נאָך דער מלחמה האָט באַבי-יאַר בולט סימבאָליזירט די באַציִונג פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים צו חורבן-מעמאָריאַלן. הגם אַן אַרטיקל פֿון מירע אײַזענשטאַדט — אונטערן טיטל "אַ דענקמאָל אין באַבי-יאַר" — האָט זיך באַוויזן אין דער מאָסקווער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט" נאָך דעם 7טן יולי 1945, האָט דאָס שחיטה-אָרט ניט געהאַט קיין מעמאָריאַל אין משך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָרצענדליק. און ווען מע האָט שוין יאָ געשטעלט אַ דענקמאָל, האָט עס בכּיוון קיין שײַכות ניט געהאַט צו ייִדן.

די סאָוועטישע רעגירונג האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט שאַפֿן קיין באַזונדערן ייִדישן אָנדעק-אָרט, און ס׳איז שווער צו געפֿינען אַ מאָס, וואָס קען אָפּמעסטן דעם חלק פֿון אַנטיסעמיטיזם און דעם חלק, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט די מורא פֿון "שטאַרקער מאַכן דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם". מע האָט אויך קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן, אַז די שחיטה האָבן דורכגעפֿירט 1,500 גזלנים, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען 300 דײַטשן און 1,200 אוקראַיִנער. אַזעלכע פּרטים האָבן געקענט שטערן דעם אָפֿיציעלן געפֿיל פֿון "פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט", וואָס האָט געדאַרפֿט הערשן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בכלל, און אין סאָוועטן-אוקראַיִנע, בפֿרט.

‫פֿון רעדאַקציע

מיט 70 יאָר צוריק, דעם 4טן יולי 1941 האָבן די דײַטשן צונויפֿגעטריבן אין ריגע, אין דער כאָראַל־שיל די ייִדישע פּליטים פֿון שאַוול און אַ טייל אָרטיקע ייִדן, און זיי אַלע פֿאַרברענט לעבעדיקערהייט. אינעם זעלבן טאָג זײַנען איבער לעטלאַנד צעשטערט געוואָרן 12 שילן. דער טאָג ווערט איצט, זינט לעטלאַנד האָט באַקומען איר אומאָפּהענגיקייט, אָפּגעמערקט, ווי דער אָנדענק־טאָג נאָך די ייִדישע קרבנות אין ריגע.

לויט די ידיעות, וואָס מיר האָבן באַקומען פֿון ריגע, איז דינסטיק, דעם 5טן יולי דאָרט דורכגעפֿירט געוואָרן אַן "אָנדענק־מאַרש", אין וועלכן ס'האָבן זיך באַטייליקט פֿאָרשטייער פֿון די אָרטיקע דײַטשישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס פֿאַראייניקן די קינדער און אייניקלעך פֿון יענע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן, וועלכע האָבן געקעמפֿט אין דער אַרמיי פֿון "דריטן רײַך".

איצט האָבן זיי געבעטן בײַ די ייִדן מחילה פֿאַר זייערע אָבֿות, וועלכע זײַנען באַגאַנגען די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס. נאָך 70 יאָר, זינט דער טראַגעדיע, האָבן אין איין קאָלאָנע מאַרשירט די קרובֿים פֿון די אומגעבראַכטע און פֿון די אומברענגער. אַזאַ אַקציע, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "די טריט פֿון לעבעדיקע", קומט פֿאָר אין ריגע שוין דאָס צווייטע יאָר. הונדערטער מענטשן מיט אָנדענק־שאַרפֿן גייען דורך איבער די גאַסן, וווּ ס'איז אַמאָל געווען די ייִדישע געטאָ, און פֿאַרענדיקן זייער מאַרש בײַם מעמאָריאַלן דענקמאָל, אויפֿגעשטעלט אויפֿן אָרט, וווּ ס'איז פֿאַר דער מלחמה געשטאַנען די כאָראַל־שיל.