- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ מיר אין שטוב ליגן עטלעכע ראָמאַנען און דערציילונג־זאַמלונגען פֿון חסידישע און אַנדערע פֿרומע שרײַבער. ווי עס זעט אויס, איז דער ציל פֿון די ביכער אַ צוויי־פֿאַכיקער: ערשטנס, צו פֿאַרווײַלן די לייענער, אַוודאי, אָבער צווייטנס, צו אינספּירירן אים (אָדער זי) וועגן דער פּראַכט פֿון גאָטס וועלט; אָנצוּווײַזן ווי אַזוי אַ מענטש קען געפֿינען אַ גײַסטיקן חיזוק אַפֿילו פֿון די פּשוטסטע טאָג־טעגלעכע געשעענישן. די ביכער זענען זייער פּאָזיטיוו־געשטימט, און מײַדן אויס לשון־הרע (מיט אַנדערע ווערטער, קריטיק און נעגאַטיווע באַמערקונגען). דער ציל קלינגט שיין. די פּראָבלעם איז אָבער, אַז די העלדן קומען אויס איין־זײַטיק. איך קען זיך מיט זיי נישט אידענטיפֿיצירן ווײַל אין מיר אַליין געפֿינען זיך דאָך סײַ פּאָזיטיווע, סײַ נעגאַטיווע געפֿילן; סײַ האָפֿענונגען, סײַ אַנטוישונגען; סײַ פֿרייד, סײַ כּעס. דערפֿאַר, ווען איך לייען אַזאַ דערציילונג, קען איך נישט מיטפֿילן מיטן שרײַבער, סײַדן ער ווײַזט אָן זײַנע, אָדער זײַן העלדס אמתדיקע געפֿילן און געדאַנקען. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָט זיך אָבער געפֿונען אַ חסידישער שרײַבער אויף דער אינטערנעץ, וואָס שרײַבט יאָ פֿון האַרצן, און טאַקע אויף ייִדיש. מיט אַ קריטיש אויג און אַ שאַרפֿן הומאָר, גיט ער איבער זײַנע אָבסערוואַציעס סײַ פֿון דער חסידישער, סײַ פֿון דער סעקולערער געזעלשאַפֿט: וועגן ליבע און חתונה האָבן, וועגן ערלעכקייט און היפּאָקריטסווע, אַפֿילו וועגן זײַנע אייגענע סעסיעס בײַ אַ סעקולערער פּסיכאָטעראַפּעווטין. ער שרײַבט די אָבסערוואַציעס אונטערן פּסעוודאָנים, קטלא קניא (דער טײַטש דערפֿון: "אַיִר־שנײַדער" אָדער "פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ"), אינעם בלאָג* http://www.katlekanye.blogspot.com דאָנערשטיק, דעם 27סטן יוני, האָט די ישׂראל־פּאָליציי אַרעסטירט אויף אַ קורצער צײַט דעם רבֿ דבֿ ליאור פֿון קרית־אַרבע, נעבן חבֿרון, איינער פֿון די פּראָמינענטע מנהיגים פֿון רעליגיעזן ציוניזם. די סיבה: מיט אַ צײַט צוריק איז ער געווען אײַנגעלאַדן צו קומען אין דעם פּאָליציי־אַמט, אויפֿן סמך פֿון דעם חשד, אַז ער האָט געהעצט קעגן דער רעגירונג; אַז ער האָט געשטיצט די באַהויפּטונגען אין דעם ספֿר "תּורת־המלך", וואָס דערלויבט לויט דער הלכה, צו הרגענען אַ גוי, אין דעם פֿאַל אַ ישׂראל־אַראַבער, אָן וועלכער עס איז שולד. דער חשובֿער רבֿ האָט עפֿנטלעך איגנאָרירט די דאָזיקע אײַנלאַדונג פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי. ער האָט עפֿנטלעך דערקלערט, אַז ער איז ניט מחויבֿ אויסצופֿילן די דאָזיקע פֿאַרבעטונג צו ווערן אויסגעפֿאָרשט פֿון דער פּאָליציי. ווען ער איז אין יענעם טאָג אָנגעקומען קיין ירושלים האָט אים די פּאָליציי פּלוצלינג געכאַפּט און אַוועקגעפֿירט אין אויספֿאָרשונגס־אַמט אין לוד, און נאָך אַ קורצן פֿאַרהער האָט מען אים באַפֿרײַט. עס האָט לאַנג ניט געדויערט, ווי די ידיעה וועגן דעם אַרעסט האָט זיך שנעל פֿאַרשפּרייט אומעטום, צווישן די רעכטע, עקסטרעמע, מיליטאַנטישע רעליגיעזע קרײַזן. נאָכמיטאָג האָבן הונדערטער פֿון זיי זיך פֿאַרזאַמלט און באַלאַגערט דעם בנין פֿון העכסטן געריכט אין צענטער פֿון שטאָט, אַן אַנדער גרופּע האָט זיך קאָנצענטרירט און פֿאַרשטאָפּט דעם שאָסיי בײַם אַרײַנקום אין ירושלים. דאָס זעלבע איז געשען אין אַנדערע שטעט און ייִשובֿים. אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז די טעג פֿאָרגעקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע, מיטן אָנטייל פֿונעם מחבר, טימאָטי סנײַדער, וועלכער האָט ערשט נישט לאַנג אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן היטלערן און סטאַלינען, און ווער פֿון זיי ביידן איז געווען אַ גרעסערער מערדער, טיראַן, סאַדיסט, אַ פּסיכאָפּאַט און געליטן פֿון פּאַראַנאָיע וכ׳. לויט דעם מחבר קומט אויס אַז היטלער האָט איבערגעצויגן דאָס שטריקל און איבערגעשטיגן סטאַלינען. נאָך אַלעמען, סטאַלין האָט זיך אונטערגענומען אויפֿצושטעלן אַרום זיך אַ וועלט פֿון קבֿרים אויף קבֿרים, אָפֿיציעל אײַנגעשטעלט שקלאַפֿן־דינסט און צעטראָטן מענטשלעכע פֿרײַהייט אין די סיבירער טײַגעס, קעלטן און פֿרעסט. נישט איין גולאַג און פֿון דאָרט איז מען זעלטן אַרויס מיט גאַנצע ביינער, אָדער אויסגעגאַנגען פֿון הונגער, קרענק און שווערער שקלאַפֿן־אַרבעט. אַרום דעם פּאָדיום אין קאָלומביע זײַנען געזעסן פּראָפֿעסאָרן וועלכע האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט פּוילישע, אוקראַיִנישע און ליטווישע שטודיעס. זיי האָבן אַרײַנגעקוקט אין צוגעגרייטע רעפֿעראַטן, געפּינטלט מיט די אויגן. יעדעס מאָל מ׳האָט דערמאָנט דעם חורבן, האָט מען זיך געדרייט אויפֿן קאָרעק ווי אַ בער אויף אַ שטריק. דער פֿאַרגלײַך צווישן די צוויי מערדער־טיראַנען קומט בײַ מיר אויס גראָטעסקער בײַשפּיל. דער מחבר ציטירט אַ סך ציפֿערן, אַ וועלט מיט סטאַטיסטיק און דאָקומענטאַציע, און קומט צום אויספֿיר, אַז ביידע — סטאַלין און היטלער — זײַנען געווען פּסיכאָפּאַטן, און נישט נאָר געהאַט בדעה אײַנצושלינגען דעם גאַנצן ערדקוגל, נאָר אויך אין צווישנצײַט עלימינירן גאַנצע פֿעלקערשאַפֿטן וואָס האָבן בײַ זיי אונטערגעצונדן די בלוטן. ווידער אַ מאָל — ווי, למשל, ניט לאַנג צוריק, אין דעם סאַמע ברען פֿונעם קריזיס — שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז קיין עקאָנאָמישע וויסנשאַפֿט עקזיסטירט ניט. אָדער אויב זי עקזיסטירט טאַקע, נעמט מען זי ניט אויף ווי אַן ערנסטע זאַך, מיט וועלכער פּאָליטישע טוער מוזן זיך רעכענען. אַנדערש וואָלט מען אַזאַ מדינה ווי גריכנלאַנד ניט אַרײַנגעלאָזט אין דער יוראָ-כאַליאַסטרע. ס’איז דאָך זיכער ניט קיין נײַעס, אַז די גריכישע עקאָנאָמיע איז שוואַך און קאָרומפּירט. אַ דריטל פֿון דעם רווח, וואָס מע קריגט אין דעם וויגעלע פֿון דעמאָקראַטיע, שטאַמט פֿון דעם "שוואַרצן", דאָס הייסט ניט קיין לעגאַלן, סעקטאָר. לעצטנס האָט מען אַנטפּלעקט, אַז יאָרנלאַנג פֿלעגן טויזנטער טויטע לײַט קריגן פּענסיעס, און גאָר לעבעדיקע מענטשן האָבן אַ דאַנק דעם פֿאַרדינט מיליאָנען יוראָ. די צרה איז, אַז מיטגלידערשאַפֿט אין דער יוראָ-זאָנע האָט געגעבן אַ צוטריט צו ביליקע הלוואות, אַ סך פֿון וועלכע האָט מען ניט אינוועסטירט אין קיין רווח-ברענגענדיקע געשעפֿטן, נאָר מע האָט זיי פּשוט צעטרענצלט. צוריק גערעדט, איז גריכנלאַנד ניט קיין אָרט, וווּ עס ווערט אַ סך אויסגעאַרבעט אויף עקספּאָרט. בוימל, מאַרמער און אַלומיניום — דאָס זײַנען די הויפּט-סחורות, וואָס ווערן עקספּאָרטירט. זייער אַ סך איז אָפּהענגיק פֿון טוריזם. אָבער די צאָל טוריסטן איז געפֿאַלן, אין אַ היפּשער מאָס צוליב דעם יוראָ; ווען די פּרײַזן זײַנען געוואָקסן, און וואַקאַציעס אין גריכנלאַנד — אַמאָל ביליקע — זײַנען געוואָרן טײַערער. נישט נאָר די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע פֿון דעם 21סטן יאָרהונדערט האַלט אין איין באַווײַזן וווּנדער. מיטן כּוח פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע האָט אויך גענומען באַווײַזן אירע וווּנדערס די מאָדערנע סאָציאָלאָגיע, וואָס האָט אין דעם צווייטן יאָרצענדליק פֿון דריטן יאָרטויזנט אַרויסגעפֿירט אויף די באַריקאַדן פֿון דער סאָציאַלער רעוואָלוציע "אין הייליקן לאַנד" די נײַע "סינדערעלאַ" פֿון דער בלוי־ווײַסער שפּײַז־אינדוסטריע, דעם קאָטעדזש־קעז — דעם ווייכן צוואָרעך פֿאַר אָרעמעלײַט — און אים געקרוינט מיטן ריטערלעכן ערן־טיטל פֿון דער מאָדערנער סאָציאַלער רעוואָלוציע: די זאָ גענאַנטע, אַזוי־גערופֿענע "קאָטעדזש־רעוואָלוציע". עס בעט זיך אָבער צו געבן אייניקע אויפֿקלערונגען בנוגע די מאָדערנע באַגריפֿן און דערשײַנונגען, וואָס זענען אַנגאַזשירט אין דעם דאָזיקן אויסטערלישן פּראָצעס: די באַריקאַדן זײַנען נישט קיין באַריקאַדן, און — אין שאַרפֿן קעגנזאַץ צו די רעוואָלוציאָנערע אַנטוויקלונגען, וואָס קומען איצט פֿאָר אין דער שכנותדיקער סבֿיבֿה — אין דער אַראַבישער וועלט אַרום אונדז, וווּ עס ווערט פֿאַרגאָסן מענטשלעך בלוט אויף די גאַסן פֿון באַלאַגערטע שטעט — איז די ווײַסע קאָטעדזש־רעוואָלוציע אַ "ווירטועלע", אין וועלכער עס ווערט נישט פֿאַרגאָסן נישט נאָר קיין טראָפּן בלוט, נאָר אויך נישט קיין טראָפּן טינט; און אַפֿילו נישט קיין טראָפּן מילך, פֿון וועלכן דער "קאָטעדזש" ווערט פּראָדוצירט. די פֿראַגע וועגן דעם וואָס ס׳איז געווען דאָס ערשטע לשון איז זייער אַן אַלטע פֿראַגע ("דאָס לשון פֿון אָדם און חווהן") און ס׳איז אַפֿילו איינע פֿון די עלטסטע וויסנשאַפֿטלעכע פֿראַגעס, מיט וועלכע די מענטשהייט פֿאַרנעמט זיך עד־היום. אַזוי ווי קינדערלעך רעדן ניט קיין שום לשון באַלד בײַם געבוירן ווערן, דאַרף דאָך אָט די פֿעיִקייט קומען צו זיי פֿון אַ טיף־אײַנגעבוירענעם איבערנאַטירלעכן מקור. מען איז גרינג געקומען צו דער הסכּמה, אַז דער מקור מוז זײַן אַ געטלעכער. אָבער דורך וועלכע לכתּחילהדיקע געטלעכע אָנהייבן און פּרוּוון זײַנען די הײַנטיקע וועלטשפּראַכן צו אונדז "דערגאַנגען?" אַ געוויסן חוש פֿאַר שפּראַכנבײַט און שפּראַך־אַנטוויקלונג האָבן פֿאָרט די אַמאָליקע פֿאָרשערס און דענקערס פֿאַרמאָגט. וואָס זשע זענען געווען זייערע השׂגות וועגן דער ערשטער שפּראַך בײַם מענטשן־מין? רש״י און דאַנטע אי ייִדן, אי קריסטן, האָבן אַ מאָל געהאַלטן, אַז לשון־קודש איז געווען דאָס ערשטע מענטשלעכע לשון. אויף אָט דעם לשון האָט דאָך דער רבונו־של־עולם די וועלט באַשאַפֿן. אויף אָט דעם לשון האָט ער אויסגערופֿן "יהי אור!" ביזן בבֿל־טורעם האָט משמעות די גאַנצע מענטשהייט פֿאַרמאָגט נאָר איין לשון. נאָך דעם דורכגעפֿאַלענעם פּרוּוו אויפֿצושטעלן דעם בבֿל־טורעם, האָט דער רבונו־של־עולם צעזייט און צעשפּרייט אַלע מענטשן ווײַט און ברייט איבער דער וועלט און אין יעדן אָרט איז, ווי אַן עונש, אויפֿגעקומען אַן אַנדער לשון כּדי די מענטשן זאָלן זיך ניט קענען אַזוי לײַכט צונויפֿרעדן און פּרוּוון אים ווידער אָפּצוטאָן אויף טערקיש. זינט דעמאָלט באַמיִען זיך אייניקע מענטשן צוריק צו קומען צו דער מדרגה פֿון איין פֿאַראייניקנדיקן לשון, נאָר דער רבונו־של־עולם איז נאָך אַ פּנים ניט גרייט דערויף. דערווײַל זענען אייניקע דענקערס געבליבן בײַ זייערע אָריגינעלע געדאַנקען, דאָס הייסט, אַז לשון־קודש איז געווען דאָס ערשטע לשון בײַ מענטשן. אי רש״י, אי דאַנטע זענען געווען בײַ אָט דער מיינונג. פֿאַרוואָס מערקט מען אָפּ אײַכמאַנס פֿאַרכאַפּונג אין אַרגענטינע, זײַן מישפּט אין ירושלים, די גלעזערנע בודקע וווּ ער איז געזעסן חדשים־לאַנג ווי אַ חיה אין אַ קליאַטקע, זײַן מישפּט און זײַן טויט, בין איך נישט זיכער. איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס פֿאַרכאַפּן אים פֿון זײַן ״gemütlich״ הויז אין בוענאָס־אײַרעס, וווּ ער האָט געלעבט נאָך דער מלחמה, און אַזוי געמיטלעך געאַרבעט אין דער דײַטשישער פֿירמע "מערצעדעס בענז," וועלכע האָט אים אָנגעשטעלט אויף אַרבעט, וויסנדיק גאַנץ גוט, אַז זי האַנדלט מיט אַ נאַצי־פֿאַרברעכער. דאָס אַליין איז אַ פֿאַרברעכן. איך פֿאַרשטיי, אַז מדינת־ישׂראל מערקט אָפּ די דאַטע, כּדי נישט צו פֿאַרגעסן וואָס אונדזער פֿאָלק איז אויסגעשטאַנען; דער עיקר, דער יונגער דור זאָל פֿאַרשטיין וואָס זייערע באָבעס און זיידעס, פֿעטערס און מומעס און שוועסטערקינדער האָבן דורכגעמאַכט על־ידי עמלק; וועגן אַ פֿאָלק, וואָס האָט זיך געלייגט ווי אַ געצוויטשעטער בער אונטער היטלערס פּאָדעשוועס. גיט אַ קוק, ס׳האָט גענומען פֿערציק מינוט צו כאַפּן און שיסן דעם קאַרפּנקאָפּ פֿון טעראָריזם אָסאַמאַ בין לאַדען, יובֿלט די פֿרײַע וועלט דעם ריזיקן אויפֿטו. עס האָט גענומען איבער אַ האַלב יאָר צו פּאַצאַפּען די בעסטיע אויף צוויי פֿיס, אײַכמאַנען, און מיר האָבן נישט געיובֿלט. אַנשטאָט דעם האָבן מיר באַוויינט אונדזער מערכה ווי אַ פֿאָלק וואָס איז געווען אויסגעשטעלט צו אַזאַ אַכזריות. פֿון דעם 15טן אַפּריל ביז דעם 1טן יוני האָבן ייִדן אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געהאַט אַ מעגלעכקייט אָנצוגעבן אויף עמיגראַציע קיין אַמעריקע, מיטן סטאַטוס פֿון פּליטים. אמת, אויסגערעכנט איז דאָס געווען איצט נאָר פֿאַר קרובֿים פֿון אַמעריקאַנער תּושבֿים. די דאָזיקע מעגלעכקייט האָט זיך געשאַפֿן אַ דאַנק דער פֿאַרלענגערונג דורכן פּרעזידענט אָבאַמאַ פֿון דער אַזוי-גערופֿענער "לאָטענבערגס אַמענדירונג" — דער סענאַטאָר פֿון ניו-דזשערזי פֿראַנק לאָטענבערג (אַ 87־יאָריקער, איז ער הײַנט דער עלטסטער מיטגליד פֿון סענאַט), וועמעס עלטערן זײַנען געקומען פֿון מיזרח-אייראָפּע, האָט פֿאָרגעלייגט דעם דאָזיקן געזעץ אין יאָר 1989. בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס קענען זיך אויס אויף דער אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער פּאָליטיק, איז מאָרטאָן קלײַן, דער פּרעזידענט פֿון דער "ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע" (ZOA), אַ באַקאַנטער נאָמען. מער ווי 300 פֿון זײַנע בריוו און אַרטיקלען זענען שוין אָפּגעדרוקט געוואָרן אין צײַטונגען און זשורנאַלן איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דער "ניו־יאָרק טײַמס", "וואַשינגטאָן פּאָסט", "יו־עס־איי טודיי", "וואָל־סטריט דזשורנאַל", "הארץ", דזשערוסאַלעם פּאָסט" און דער ישׂראלדיקער רוסישער צײַטונג "וועסטי". אויף דער וועבזײַט פֿון דער ZOA שטייט געשריבן, אַז איר ציל איז צו באַקענען דעם ברייטן עולם, די אַמטירנדיקע פּאָליטיקער, די מעדיאַ און די קאָלעדזש־סטודענטן מיט דער אָנגייענדיקער אַראַבישער מלחמה קעגן ישׂראל. פּונקט מיט 70 יאָר צוריק איז דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דערמיט אַרײַנגעצויגן איר נעכטיקן אַליִיִרטן אינעם צווייטן וועלט־קריג. אינעם הײַנטיקן נומער פֿון אונדזער צײַטונג וועט איר געפֿינען צוויי וויכטיקע מאַטעריאַלן וועגן דער בלוטיקסטער מלחמה אין 20סטן יאָרהונדערט: דעם אַרטיקל פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט אין דײַטשלאַנד, איתן פֿינקעלשטיין, און דעם שרײַבער מישע לעוו, אַ געוועזענער פֿראָנטאָוויק, איינער פֿון די 500 טויזנט ייִדן, בירגער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן זיך העלדיש געשלאָגן אויפֿן פֿראָנטן און אין די פּאַרטיזאַנער אָטריאַדן. צום סאַמע סוף פֿון זײַן בוך דערמאָנט אונדז יהודה באַוער, אַז בערך יעדער פֿינפֿטער ייִד, וואָס איז אומגעקומען בעתן חורבן, איז געווען פֿון אַ שטעטל אין מערבֿ־אוקראַיִנע אָדער מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד. אויף פּויליש רופֿט מען דעם דאָזיקן שטח "קרעסי" — ראַנדן. היסטאָריש איז דאָס געווען אַ מין "צווישנלאַנד" מיט אַ געמישטער באַפֿעלקערונג, צעטיילט לויט די עטנישע, רעליגיעזע און פּאָליטישע גרענעצן. צוויי אָקופּאַציעס, די סאָוועטישע אין 1939 און די דײַטשישע אין 1941, האָבן נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט די אינעווייניקסטע קאָנפֿליקטן און סתּירות, און די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געוואָרן דער הויפּט־קרבן פֿון דער טראַגישער געשיכטע. הײַיאָר, דעם פֿינפֿטן יוני, האָב איך צום ערשטן מאָל באַזוכט דעם "ישׂראל־פּאַראַד" אין ניו־יאָרק. דאָרטן זאַמלען זיך צונויף כּלערליי ייִדישע גרופּעס: סינאַגאָגעס, ייִדישע הילפֿס־אָרגאַניזאַציעס, און אַנדערע מינים ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי למשל, "דער נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — די פֿאָלקסבינע", צו פּאַראַדירן לכּבֿוד מדינת־ישׂראל. ווײַזט אויס, אַז ס’רובֿ פֿון דעם צונויפֿגעזאַמלטן עולם זענען געווען אָדער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, אָדער געוועזענע ישׂראלים, די אַזוי גערופֿענע "יורדים", ווײַל מע האָט דאָרטן געהערט עבֿרית אויף יעדן שריט און טריט. אַ פֿאַרשפּרייטע סצענע איז געווען צו הערן ווי טאַטע־מאַמעס רעדן העברעיִש מיט זייערע קינדער, און די קינדער ענטפֿערן זיי אויף ענגליש. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון אַזאַ סצענע איז ניטאָ וואָס צו חידושן זיך, זי איז זייער אַ טיפּישע דערשײַנונג צווישן די אימיגראַנטן, און ישׂראלים אין אַמעריקע זענען ניט קיין אויסנאַם. |