- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הײַיאָר, דעם פֿינפֿטן יוני, האָב איך צום ערשטן מאָל באַזוכט דעם "ישׂראל־פּאַראַד" אין ניו־יאָרק. דאָרטן זאַמלען זיך צונויף כּלערליי ייִדישע גרופּעס: סינאַגאָגעס, ייִדישע הילפֿס־אָרגאַניזאַציעס, און אַנדערע מינים ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי למשל, "דער נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — די פֿאָלקסבינע", צו פּאַראַדירן לכּבֿוד מדינת־ישׂראל. ווײַזט אויס, אַז ס’רובֿ פֿון דעם צונויפֿגעזאַמלטן עולם זענען געווען אָדער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, אָדער געוועזענע ישׂראלים, די אַזוי גערופֿענע "יורדים", ווײַל מע האָט דאָרטן געהערט עבֿרית אויף יעדן שריט און טריט. אַ פֿאַרשפּרייטע סצענע איז געווען צו הערן ווי טאַטע־מאַמעס רעדן העברעיִש מיט זייערע קינדער, און די קינדער ענטפֿערן זיי אויף ענגליש. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון אַזאַ סצענע איז ניטאָ וואָס צו חידושן זיך, זי איז זייער אַ טיפּישע דערשײַנונג צווישן די אימיגראַנטן, און ישׂראלים אין אַמעריקע זענען ניט קיין אויסנאַם. הגם מע וואָלט געקענט דערוואַרטן, אַז עס גייט דאָ אַ רייד וועגן אַן אונטערנעמונג פֿון דעם ייִדישן רעכטן לאַגער (מײַן אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקע פֿרוי זאָגט, אַז היסטאָריש איז בכלל ניט געווען אַזוי), האָט זיך אינעם פּאַראַד אויך באַטייליקט אַ גרופּע פֿון ליבעראַלע ציוניסטן, אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס ווי "אַמעריקאַנער פֿאַר שלום־איצט", "רבנים פֿאַר מענטשן־רעכט", "מר״צ (מערעץ־פּאַרטיי) — די פֿאַראייניקטע שטאַטן", "דער נײַער ייִדישער פֿאָנד" (NIF) און אַ סך פּאַרשוינען פֿון "דזשיי־סטריט" (ניט אָפֿיציעל, ווײַל די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פּאַראַד האַלטן זיי ווי "פּאָליטיש" געשטימט). אַן אַנדער גרופּע דאָרטן, וואָס מע האָט זי ניט געקענט אויסמײַדן, איז געווען די "גוטע חבֿרה" פֿון כּהנא; די ראַסיסטיש־פֿאַשיסטישע גרופּע, וואָס איז שוין יאָרן לאַנג אומגעזעצלעך אין ישׂראל גופֿא, און וואָס ווערט גערעכנט ווי אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע, לויטן אַמעריקאַנער געזעץ. זי האָט אָן שום פּראָבלעמען "געפּראַוועט אַ טיש" בײַם פּאַראַד און גאַנץ אָפֿן פּראָפּאָגאַנדירט דעם פֿאַרשטאָרבענעם רבֿס שיטה. איך, אַ שטענדיקער נײַגעריקער, האָב געכאַפּט אַ שמועסל מיט איינעם פֿון דער חבֿרה. אַליין, לעבט ער אין אַמעריקע, אָבער קיין ישׂראל שיקט ער אַנדערע צו פּריידיקן דאָרט אַ מלחמה צווישן ייִדן און אַראַבער. ער זאָגט אָפֿן, אַז ער וויל אויסרייניקן דאָס ייִדישע לאַנד פֿון אַלע "פֿרעמדע עלעמענטן". נאָך דעם, האָט ער מיר געגעבן אַ בראָשור, פֿול מיטן רבֿס פּערל. איך ברענג ווײַטער די לעצטע ווערטער: "אין נאָמען פֿון 'שלום’ וועט ניט זײַן קיין ייִדישע מדינה; אין נאָמען פֿון 'מאָראַל’ וועט ניט זײַן קיין ייִדישע נאַציע". עס זעט אויס אַז זײַן פֿאַרשטאַנד פֿון דעם באַגריף "ליכט פֿאַר די גויים", איז צו פֿאַרוואַרפֿן די ניט־ייִדן מיט ווײַס־פֿאָספֿאָר באָמבעס. צוריק צו די אַמעריקאַנער ישׂראלים. עס רעדט זיך מער וועגן באַזונדערע סעקולערע ישׂראלדיקע קהילות, צומאָל אַפֿילו אָפּגעפֿרעמדטע פֿון דער ייִדישער אַמעריקאַנער סבֿיבֿה, ווי וועגן אַ "נאַטירלעכער" צונויפֿשמעלצונג פֿון כּלל־ישׂראל. עס זענען דאָ פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, וואָס אָרגאַניזירן אַקטיוויטעטן און אונטערנעמונגען פֿאַר זיי. נעמט, למשל, די אָרגאַניזאַציע: "דור חדש" (אַ נײַער דור). הגם זי דעפֿינירט זיך ווי "אַ בריק צווישן די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער ייִדן", דאַכט זיך מיר, אַז ס’איז מער פּינקטלעך אָנצורופֿן זי אַ בריק צווישן דעם ערשטן דור ישׂראלדיקע אימיגראַנטן צום צווייטן. אויפֿן וועבזײַטל (www.dorchadashusa.org) ווערט אָנגעוויזן, אַז ס’רובֿ פֿון די באַטייליקטע אין די אונטערנעמונגען קען העברעיִש און זייער פֿאָרזיצער רן פֿוקס, אַ זון פֿון ישׂראלדיקע אימיגראַנטן, שרײַבט דאָרטן בפֿירוש: "הגם איך בין אַ ייִד וואָס האָט געלעבט ס’רובֿ פֿון זײַנע יאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, בין איך קיינמאָל ניט געווען פֿאַרבונדן מיטן אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן... ביז איך האָב געגרינדעט 'דור חדש’. די אָרגאַניזאַציע רעדט צו מײַנע באַדערפֿענישן אויסצודריקן מײַן ייִדישע אידענטיטעט דורך אַ פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל." דרך־אַגבֿ, לויט דער סטאַטיסטיק פֿון "דור חדש", גרייכט די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע צווישן 500,000 צו 750,000 נפֿשות. און פֿון זיי, האָפֿט די אָרגאַניזאַציע, וועלן אויפֿוואַקסן נײַע "אַמבאַסאַדורן" פֿאַר ישׂראל. וואָס מיינען זיי מיטן באַגריף "אַמבאַסאַדור" (דאָס וואָרט "אַמבאַסאַדאָר" לויט זייער אויסלייג)? רעדן און דערציילן נאָר גוטע זאַכן אין אַמעריקע וועגן ישׂראל, און 'פֿאַרגעסן’ די שלעכטע. צו זײַן פֿאַקטיש אַ פּראָפּאָגאַנדיסט פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג. דער טיטל פֿון איר קומענדיקער אַקטיוויטעט גיט אַ רמז אויף די דערוואַרטונגען פֿון זייערע נאָכפֿאָלגערס: "די עפֿנטלעכע קריטיק פֿון אַמעריקאַנער ייִדן און ישׂראלים אין אַמעריקע: וואָס איז די השפּעה פֿון אונדזער זעלבסט־קריטיק אויפֿן וועלט־ייִדנטום און ציוניזם?". דער באַטײַט פֿון אַזאַ מין געדאַנקען־גאַנג, מיטן באַגריף "זעלבסט־קריטיק", איז בלויז איינער: צו פֿאַרשווײַגן די לעגיטימע מחלוקתן און לעבעדיקע וויכּוחים וואָס פּאַסירן אָפֿט אין אַ דעמאָקראַטיע, און וואָס האָבן אַן אָרט כּסדר אין ישׂראל גופֿא (דאָך, לעצטנס גייט עס ניט אַזוי גוט אויף דעם געביט). איז תּמיד פּראָבלעמאַטיש די דערוואַרטונג פֿאַר בלינדער געטרײַשאַפֿט, ספּעציעל אַז פֿאַרשידענע מענטשן טײַטשן אויף פֿאַרשידענע אופֿנים אויס דעם באַטײַט פֿון אמתדיקער געטרײַשאַפֿט. ס’איז וויכטיק, למשל, אָפּצוטיילן די נאַטירלעכע זאָרג פֿאַר די מענטשן אין ישׂראל גופֿא און דער געטרײַשאַפֿט צו דער ישׂראל־רעגירונג, וואָס דו ביסט יאָ אָדער נישט מסכּים מיט איר פּאָליטיק. אַניט, ווי קענען מיר אַנדערש זײַן שטאָלץ מיט אונדזערע דעמאָקראַטיעס? בײַ דעם וועבזײַטל פֿון אַן אַנדער אַקטיוויטעט וואָס "דור חדש" אָרגאַניזירט פֿאַר די ישׂראלדיקע (בשותּפֿות מיטן 92Y), וואָס הייסט "איזראַעלינעס" (www.israeliness.org) , לייענט מען: "אַן אַנקעטע באַווײַזט, אַז נאָר 36% פֿון ישׂראלדיקע קינדער וואָס ווערן אויסגעהאָדעוועט אין ניו־יאָרק, זענען פֿליסיק אין העברעיִש". און פֿאַרקערט, פֿאַר 88.3% פֿון די עלטערן איז זייער וויכטיק אַז זייער קינד זאָל קענען פֿליסיק עבֿרית. זיי זענען מודה, אַז די אַנקעטע איז ניט קיין וויסנשאַפֿטלעכע אויספֿאָרשונג. לויט אַ וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג בנוגע "שפּראַך־אַסימילאַציע הײַנט צו טאָג", איז דער מצבֿ פֿון העברעיִש גאָר ניט שלעכט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע שפּראַכן פֿון אימיגראַנטן (צום בײַשפּיל, עס רעדן נאָר ענגליש אין דער היים 70% פֿון קינדער פֿון פֿיליפּינער אימיגראַנטן און 40% פֿון אינדיע!). אַזוי אַז עבֿרית, צום גליק, געפֿינט זיך אין אַ נישקשהדיקן צושטאַנד. |