פּונקט מיט 70 יאָר צוריק איז דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דערמיט אַרײַנגעצויגן איר נעכטיקן אַליִיִרטן אינעם צווייטן וועלט־קריג.
אינעם הײַנטיקן נומער פֿון אונדזער צײַטונג וועט איר געפֿינען צוויי וויכטיקע מאַטעריאַלן וועגן דער בלוטיקסטער מלחמה אין 20סטן יאָרהונדערט: דעם אַרטיקל פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט אין דײַטשלאַנד, איתן פֿינקעלשטיין, און דעם שרײַבער מישע לעוו, אַ געוועזענער פֿראָנטאָוויק, איינער פֿון די 500 טויזנט ייִדן, בירגער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן זיך העלדיש געשלאָגן אויפֿן פֿראָנטן און אין די פּאַרטיזאַנער אָטריאַדן.
די באַטייליקונג פֿון ייִדן אין דער מלחמה קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד (1941—1945), וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה", איז אַלע יאָרן פֿון סאָוועטישן רעזשים פֿאַרשוויגן געוואָרן כּמעט אין אַלע וויסנשאַפֿטלעכע און קינסטלערישע מקורים, גלײַך ווי די ייִדן וואָלטן אין דער מלחמה־צײַט בכלל נישט עקזיסטירט, אָדער אַרויסגעפֿירט געוואָרן אויף דער לבֿנה. סײַדן, אין די אַנטיסעמיטישע אַנעקדאָטן האָט מען געקאָנט הערן, אַז די ייִדן האָבן זיך בעת דער מלחמה אויסגעבאַהאַלטן אין טאַשקענט, די הויפּטשטאָט פֿון אוזבעקיסטאַן אין מיטל־אַזיע, וווּ די דײַטשן זײַנען אַהין נישט צוגעקומען.
פֿון וואַנען נעמט זיך אַזאַ בילבול? ווי אַלץ, וואָס שייך פּראָפּאַגאַנדע אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז אויך דער בילבול "אַראָפּגעפֿאַלן" פֿון די הויכע פֿענצטער פֿון מאָסקווער קרעמל, אין שפּיץ מיטן הויפּט־קאָמאַנדיר, יאָסיף סטאַלין.
הײַנט ווייסן מיר שוין, אַז אין די שלאַכטן מיטן וויסטן שׂונא האָבן זיך באַטייליקט 500 טויזנט סאָוועטישע ייִדן; 160 טויזנט פֿון זיי זײַנען באַלוינט געוואָרן מיט מעדאַלן און אָרדנס. די העכסטע סאָוועטישע אויסצייכענונג פֿאַר זעלטן־דרייסטע טאַטן — לענינס־אָרדן און אַ גאָלדענעם מעדאַל — האָבן באַקומען 157 ייִדישע קעמפֿער; 45 פֿון זיי האָבן באַקומען דעם הויכן טיטל "העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד", שוין נאָך זייער העלדישן אומקום. צווישן די אָפֿיצירן אין דער רויטער אַרמיי זײַנען געווען 32 טויזנט ייִדן.
נאָך אין נאָוועמבער 1941 האָט סטאַלין בײַם אויפֿנעמען אין קרעמל די פּוילישע עמיגראַנטישע רעגירונג אַ זאָג געטאָן: "די ייִדן זײַנען שלעכטע סאָלדאַטן!". דאָס האָט געזאָגט דער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון אַ 3־מיליאָניקער אַרמיי, וועלכע האָט דעמאָלט פֿאַרלאָזט אירע פּאָזיציעס אויף אַלע פֿראָנטן פֿון צפֿון ביז דרום, פֿאַרלירנדיק אין מענטשלעכע און טעכנישע כּוחות.
אָבער די ווערטער וועגן די "שלעכטע ייִדישע סאָלדאַטן" זײַנען שוין אונטערגעכאַפּט געוואָרן און זיך צעטראָגן איבער אַלע פֿראָנטן און שטאַבן; אַפֿילו אין די צײַטונגען האָט מען געהאַלטן פּאָליטיש ניט־קאָרעקט צו שרײַבן וועגן העלדישע מעשׂים, באַגאַנגען פֿון אַ ייִדישן סאָלדאַט. פֿאַרשטייט זיך, דער נאָמען חיים אַבראַמאָוויטש, למשל, קלינגט נישט אַזוי שיין ווי דער אוזבעקישער נאָמען ראַשיד איבראַגימאָן, אָדער דער גרוזינישער — גיווי סעלידזע, שוין אָפּגערעדט וועגן דעם רוסישן וואַסילי איוואַנאָוו... אַזעלכע נעמען, ווי אַבראַמאָוויטש אָדער ראַבינאָוויטש זײַנען גוט פֿאַר אַנעקדאָטן!
די ייִדישע העלדישקייט איז געווען אַזוי גרויס, אַז זי איז געקומען אין סתּירות מיטן פֿאַרשלעפּטן, אָבער פֿאַרשפּרייטן מיין אין רוסלאַנד וועגן אַ "ייִד אַ פּחדן", "אַ ייִד אַ שלעכטער סאָלדאַט". אויסצוהאַלטן אַזאַ "פּאַטש" האָט דער אַנטיסעמיט סטאַלין און זײַנע נאָכטענצער נישט געקאָנט דערלאָזן. און אָט, אין אָקטאָבער 1942 ווערט איבערגעגעבן אַ נײַער באַפֿעל, אַז די ייִדן פֿון די מערבֿ־געביטן זאָל מען אין די פּאַרטיזאַנער אָטריאַדן נישט אַרײַננעמען. נאָך אַזאַ באַפֿעל האָבן אייניקע קאָמאַנדירן אַזוי שטאַרק זיך איבערגענומען מיט אים, אַז זיי האָבן פּשוט דערהרגעט די ייִדן, וועלכע האָבן זיך צו זיי געוואָנדן, ווי שפּיאָנען און פֿאַררעטער. אַזוי זײַנען אויפֿגעקומען באַזונדערע ייִדישע פּאַרטיזאַנער מחנות.
נאָך איין פֿאַקט: אָנהייב 1943 האָט דער נאַטשאַלניק פֿון דער הויפּט־פּאָליטישער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער רויטער אַרמיי, דער הויפּט־פּראָפּאַגאַנדיסט אין לאַנד, גענעראַל שטשערבאַקאָוו, אַ געטרײַער הונט פֿון סטאַלינען, אַרויסגעשיקט אַ געהיימע רעקאָמענדאַציע, אין וועלכער עס ווערט געזאָגט בזה־הלשון: "געוווּנטשן צו באַלוינען פֿאָרשטייער פֿון אַלע נאַציאָנאַליטעטן, אָבער די ייִדן — אין אַ באַגרענעצטער מאָס". דער סיגנאַל איז אַוודאי גלײַך אונטערגעכאַפּט געוואָרן און פֿון די באַלוין־ליסטעס זײַנען אויסגעמעקט געוואָרן די ייִדישע נעמען.
די ייִדישע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן האָבן זיך אָבער געשלאָגן מיט די פֿאַשיסטן נישט כּדי צו באַקומען מעדאַלן און אָרדנס, נישט צוליב פֿאַרנעמען אין שטאַב אַ וואַרעם אָרט. אינעם דײַטשישן סאָלדאַט האָבן זיי געזען אַ פּערזענלעכן שׂונא, וואָס האָט געקאָנט זײַן צווישן יענע, וועלכע האָבן דערמאָרדעט, דערשטיקט און פֿאַרברענט זייערע עלטערן, פֿרויען און קינדער... אַ ייִדישער קעמפֿער האָט געוווּסט, אַז ער מוז זיך שלאָגן ביזן טויט, ווײַל קיין אַנדער ברירה האָט ער נישט געהאַט.
איז לאָמיר צום סוף דערמאָנען: צווישן די יאָרן 1941 און 1945 האָבן אין דער אַנטי־היטלעריסטישער קאָאַליציע, אויף אַלע פֿראָנטן פֿאַרגאָסן זייער בלוט 1 מיליאָן 389 טויזנט ייִדן; אומגעקומען און פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אָן אַ שפּור — 229 טויזנט 755 ייִדישע קעמפֿער; אין דעם ייִדישן ווידערשטאַנד האָבן אָנטייל גענומען 40 טויזנט 500 ברידער און שוועסטער פֿון אונדזער פֿאָלק.