פּובליציסטיק, חורבן, ליטעראַטור
Yehuda Bauer. The Death of the Shtetl. Yale University Press, 2009
Yehuda Bauer.
The Death of the Shtetl.
Yale University Press, 2009

צום סאַמע סוף פֿון זײַן בוך דערמאָנט אונדז יהודה באַוער, אַז בערך יעדער פֿינפֿטער ייִד, וואָס איז אומגעקומען בעתן חורבן, איז געווען פֿון אַ שטעטל אין מערבֿ־אוקראַיִנע אָדער מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד. אויף פּויליש רופֿט מען דעם דאָזיקן שטח "קרעסי" — ראַנדן. היסטאָריש איז דאָס געווען אַ מין "צווישנלאַנד" מיט אַ געמישטער באַפֿעלקערונג, צעטיילט לויט די עטנישע, רעליגיעזע און פּאָליטישע גרענעצן. צוויי אָקופּאַציעס, די סאָוועטישע אין 1939 און די דײַטשישע אין 1941, האָבן נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט די אינעווייניקסטע קאָנפֿליקטן און סתּירות, און די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געוואָרן דער הויפּט־קרבן פֿון דער טראַגישער געשיכטע.

דאָס נײַע בוך פֿונעם באַקאַנטן ישׂראלדיקן חורבן־פֿאָרשער איז אַ קאָמפּאַקטער סך־הכּל פֿון דעם חורבן אין די שטעטלעך פֿון די קרעסי. מיר וועלן קיין מאָל ניט זײַן בכּוח צו דערגיין צו די פּרטים פֿון דעם, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין די טויזנטער שטעט, שטעטלעך און דערפֿער צווישן 1941 און 1943. באַוער באַטראַכט די דאָזיקע געשיכטע אויף צענדליקער בײַשפּילן, וואָס ער האַלט פֿאַר רעפּרעזענטאַטיווע, פֿון קלענערע און גרעסערע שטעטלעך אין וואָלין, מיזרח־גאַליציע און מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד.

די רעקאָנסטרוקציע פֿון דער געשיכטע פֿונעם חורבן באַזירט זיך, דער עיקר, אויף די פֿאָרשונגען אין די דײַטשישע אַרכיוון און אויף די זכרונות און גּבֿיות־עדותן פֿון ניצול־געוואָרענע ייִדן און זייערע שכנים, וואָס געפֿינען זיך אין "יד־ושם", און דעם אַמעריקאַנער "חורבן־מוזיי". דערצו דאַרף מען צוגעבן אַ קליינע צאָל פּריוואַטע דאָקומענטן פֿון דער חורבן־תּקופֿה גופֿא׃ בריוו, טאָגביכער, נאָטיצן. דאָס איז זייער ווייניק אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע היסטאָרישע געשעענישן פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. אויפֿן סמך פֿון דעם, פּרוּוון די היסטאָריקער צו אַנטפּלעקן טענדענצן און געזעצמעסיקייטן, וואָס זאָלן דערקלערן און סיסטעמאַטיזירן דאָס, וואָס ס'איז געשען.

דאָס איז זייער אַ שווערע אויפֿגאַבע, בפֿרט ווען עס גייט די רייד וועגן דעם גורל פֿון פּראָסטע קליינשטעטלדיקע ייִדן, וואָס האָבן ניט איבערגעלאָזט קיין דאָקומענטאַלן זכר. צומאָל לאָזן זיך די פֿאַקטן ניט אויסטײַטשן אויף אַ סיסטעמאַטישן אופֿן. באַוער איז זיך מודה, אַז ער איז ניט ביכלות צו דערקלערן די היפּשע חילוקים צווישן דעם מצבֿ אין פֿאַרשידענע שטעטלעך, וואָס זײַנען געווען ענלעך אין אַלע הינזיכטן, ווי למשל, קרעמניץ און בוטשאַטש אין אוקראַיִנע. "עס לאָזט זיך ניט דערקלערן, פֿאַרוואָס אייניקע קהילות האָבן זיך געהאַלטן אין איינעם, בעת די אַנדערע זײַנען זיך צעפֿאַלן", ווען די דײַטשן האָבן אַרײַנגעטריבן די ייִדן אין געטאָס און אָנגעהויבן די מאָרד־אַקציעס. צומאָל בלײַבט נאָר איבער די איינציקע דערקלערונג, וואָס פּאַסט זיך ניט אַרײַן אין די ראַמען פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכער שטודיע — "מזל".

באַוערס בוך איז קורץ, זאַכלעך און קלאָר. דאָס איז זייער אַ ניצלעכער בײַטראָג צו דער חורבן־געשיכטע, וואָס באַהאַנדלט אַ ווייניק־באַקאַנטע טעמע. דער מחבר ברענגט צונויף פּרט און כּלל אין אַ באַלאַנסירטער און אויסגעסדרטער דערציילונג. ער זאָגט אין דער הקדמה, אַז ער האַלט ניט פֿון "פּאָסט–מאָדערניסטישע אָנזיכטן" און איז אויסן צו רעקאָנסטרויִרן די רעאַלע געשעענישן, ווי ווײַט עס איז מעגלעך. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז ער מײַדט אויס אַבסטראַקטע באַגריפֿן און קאַטעגאָריעס. זײַן אָפּזאָגן זיך פֿון "פּאָסט–מאָדערניזם" האָט אַ פֿאַרקערטע זײַט׃ צומאָל קאָן ער ניט אָפּשאַצן קריטיש זײַן אייגענע מעטאָדאָלאָגיע.

די וועלט איז צעטיילט פֿאַר אים אויף קלאָרע עדות׃ ייִדן, פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, דײַטשן, סאָוועטן וכדומה, וואָס יעדע עדה פֿון זיי פֿאַרמאָגט אירע אייגענע אינטערעסן און צילן. זײַנע דערקלערונגען קלינגען צומאָל זייער קאַטעגאָריש׃ "ווען די פּוילישע פּויערים האָבן געהאָלפֿן די ייִדן, איז דאָס געווען אַ טייל פֿון זייער קאַמף קעגן דער אוקראַיִנער מערהייט", בעת "ווען די אוקראַיִנישע פּויערים האָבן געהאָלפֿן די ייִדן, האָבן זיי דאָס געטאָן אויף זייער אייגענעם אַחריות". אָבער זײַנע בײַשפּילן דערציילן אַן אַנדערע, אַ סך מער קאָמפּליצירטע געשיכטע.

נאָך מער קאַטעגאָריש איז ער אין זײַן אָפּשאַצונג פֿון דער סאָוועטישער אָקופּאַציע׃ "די סאָוועטן האָּבן חרובֿ געמאַכט דאָס שטעטל ווי אַ היסטאָריש־סאָציאָלאָגיש־קולטורעלן פֿענאָמען נאָך איידער די דײַטשן האָּבן עס אומגעבראַכט פֿיזיש". באַוער חידושט זיך אַליין, ווי אַזוי איז דאָס געווען מעגלעך אויסצומעקן די רײַכע ייִדישע קולטור אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר, און געפֿינט ניט קיין ענטפֿער אויף אַזאַ האַרבער קשיא.

אָבער די דאָזיקע סבֿרה באַזירט זיך אויף ניט–פֿאַרשטיין דעם מהות פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. ווען די סאָוועטישע רעגירונג אַנאָנסירט, אַז זי האָט אויפֿגעטאָן דאָס און דאָס, דאַרף מען עס ניט אָננעמען פֿאַר ריין געלט. ווען מען האָט פֿאַרמאַכט די שילן און חדרים און צעלאָזט די פּאָליטישע פּאַרטייען און יוגנט־אָרגאַניזאַציעס, הייסט עס ניט, אַז זיי האָבן גלײַך אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן. אַ ראַיה האָט מען אין פּאָדאָליע און בעסאַראַביע, וווּ דער שטעטלדיקער לעבנס־שטייגער איז געווען גאַנץ לעבעדיק נאָך דער מלחמה און מען האָט געפּראַוועט דאָרט יום־טובֿים און בר־מיצוות אין שילן און מנינים, וואָס האָבן אָפֿיציעל ניט עקזיסטירט.

ווי אַ ציוניסטישער היסטאָריקער איז באַוער, קודם־כּל, פֿאַראינטערעסירט אין פֿאָרמען פֿון דער ייִדישער אינערלעכער אָרגאַניזאַציע. ער האַלט, אַז דאָס איז געווען דער יסוד פֿון "עמידה", ווי ער רופֿט אַלע מינים פֿון ייִדישן ווידערשטאַנד קעגן דעם נאַציסטישן רעזשים. אַזוי אַרום באַטראַכט ער די ייִדן ניט ווי איינצלנע יחידים, נאָר ווי מיטגלידער פֿון פֿאָרמעלע אָדער אומפֿאָרמעלע אָרגאַניזאַטאָרישע סטרוקטורן.

נאַטירלעך, קאָן מען זיך ניט באַגיין אָן אַלגעמיינע באַגריפֿן, בפֿרט ווען מען נעמט זיך צו אַנאַליזירן אַזאַ קאָמפּליצירטן היסטאָרישן ענין ווי די חורבן־געשיכטע. באַוער ווייסט גוט, אַז די פֿאַראַנענע מאַטעריאַלן זײַנען פֿראַגמענטאַריש און אָפֿטמאָל ניט פֿאַרלאָזלעך. ער איז קריטיש און אָפּגעהיט לגבי זײַנע מקורים, אָבער ניט לגבי זײַן מעטאָדאָלאָגישן צוגאַנג, וואָס בלײַבט אין דעם גערעם פֿון דער אַלטער קאָנצעפּציע פֿון "שואה וגבֿורה".